☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צענזור

איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צענזור

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8886
בלאט: 1 2

קול דודי » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:23 pm

· #275594
איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צענזור
דא האט איר מחשבות וואס דרייען זיך מיר אין מח בנוגע לעצטערע געשרייבאכצער דאהי אין שטיבל. ס׳וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס אנדערע האלטן.

ס׳האט זיך לעצטענס אנטוויקלט א שמועס וועגן די מנהג סדום פון דער חסידישער געזעלשאפט פון פרובירן אפרייסן קינדער פון עלטערן וועלכע געהערן מער נישט צי חסידישקייט. די וויי-געשריי פון אט דער מנהג איז אין לשער. די צער, יגון ואנחה וואס דאס פארשאפט איז אומעגליך ארויסצושרייבן אויפן פאפיר, ווי אלע וואס האבן דאס דורך געמאכט וועלן מעיד זיין. די רשעות און אכזריות איז בוקע רקיעים. גויל אילו רקיעי קני כל חורשתא וואלט נאך אלס נישט מעגליך געווען ארויסשרייבן א שמינית שבשמינית פון די הארצווייטאג, אן אחד בששים פון די טרערן און גארנישט פון די אומבאגרייפבארער מעסער-שטעך און ברענענדיגער אייביגער ווייטאג ווען אן אייגן קינד וויל פלוצלינג נישט קענען איינעם פון די עלטערן. אפט קומט דאס צי א מצב פון מוצא אני מר ממות את החיים. און ערגער פון אלעם איז דער ענטפער פון אסאך וואס לייגן די שולד אויף די באטראפענע, לאמר: פארוואס זענט איר אוועק געגאנגען? איר זענט זיך אליין שולדיג. איר וואלט דאך געברויכט וויסן אז אויב מ׳נעמט אריין געסט אין סדום וועט מען רעיפ״ן אייער טעכטער, פארברענען אייער הויז און אפהאקן די פיס פון אייער געסט. איז וואס קומט איר יעצט וויינען כ׳קאזאק הנגזל? וואלט איר זיך אויפגעפירט ווי ס׳פאסט פאר סדום וואלטן דאך די אלא זאכן נישט געשען.

באמת איז נישט דאס דער איינציגער מנהג סדום און דער חסידישער געזעלשאפט, ווי איך האב שוין געשריבן דא אמאל. יא, דער חסד איז געוואלדיג. אבער פיל (צופיל) מאל איז עס ווי דער חסידה שעושה חסד (אך ורק) עם חברותיה -- אן אויפירונג וואס איז חזיר-טרייף מדאורייתא. וויבאלד איר ווערט מער נישט גערעכנט אלס חברותיה (דער פונקטליכער פונקט ווען דאס פאסירט איז נישט דער זעלבער ביי יעדן) דאן איז מער נישט דא קיין פראבלעם אריין צושטעקן א מעסער אין רוקן אדער גאר אפשניידען דעם קאפ ווי אייסיס רח״ל. ס׳טייטשט, דאס איז דאך סך הכל א גוי / שגץ / שיקסע, אז מה בכך? די האסט נאך רחמנות?

די קשיא איז, פון ווי נעמט זיך דער שוידערליכן אכזריות ביי מענטשן לגבי אנדערע מענטשן? פון ווי נעמט זיך די שנאה צום ״אנדערן״, צי איינעם וואס איז (מער) נישט קיין חסידה-שר איד?

דער תירוץ דאכט זיך איז היפש פארצווייגט און איך וויל נישט יעצט אריינגיין און דעם. וואס איך וויל ארויסברענגען איז די וועג וואס מ׳קען עס, בדרך אפשר, אנהייבן פאררעכטן. מעשה שהיה: איך האב געהערט אזא שמועס לגבי איינעמס קינדער, ווי עטליכע האבן געטעה׳נט אז דאס איז א געפערליכע רשעות, באלד ערגער ווי רציחה. האט זיך איינער אנגערופן, וואס הייסט, ער איז דאך א מחלל שבת? און... וידום אהרן. קיינער האט נישט געענטפערט (כאטשיג זיי האבן אין הארץ נאך אלץ נישט מסכים געווען), ווי גלייך ס׳איז טאקע זייער לאגיש אז איינער וואס צינדט אן א לעקטער אין שבת ברויך מען אפשניידען דעם קאפ און איינער וואס איז גע״י ברויך מען אראפווארפן פין א הויכן שטאק, כמנהג הקדושי אייסיס. אדער כאטשיג נוצן א גוטן פייניגונג מיטל כמנהג האינקוויזיציה, לכל הפחות!

פארוואס טאקע האט קיינער געענטפערט? דאכט זיך אז דאס איז וועגן די שטארקע זעלבסט-צענזור וואס הערשט ביים כלל. לדעתי איז דאס איינע פון די גרעסטע יסודות פאר מנהגי סדום זיך צי קענען פארשפרייטן. אז מ׳ברויך שטענדיג אכטונג געבן וואס מ׳זאגט אז ס׳זאל חלילה נישט שאטן פאר שידוכים, דעמאלטס איז ניתן רשות למשחית להשחית. אז מ׳ברויך אין קאווע שטיבל מעקן ווען איינער זאגט ״לייט״ און ״שבת״ און איין זאץ, דאן ווערט דער ניווא פונ׳ם געזעלשאפט אסאך נידריגער. אז מ׳ברויך דן זיין און איעדע זאך צו מ׳קען עס ארויסזאגן, צו ס׳הייסט יא אדער נישט כפירה, דאן ווערט דער געזעלשאפט צוביסלעך פארפוילט פון אינעווייניג, אין די ווערים וואס האבן ליב שימל פארמערן זיך.

כמעט אלע געזעלשאפטן האבן שוין איינגעזען די סכנה פון א געטליכען צענזור. נישט נאר איז עס אפט דער גורם אז מנהגי סדום זאלן זיך פארמערן, נאר עס ברענגט צו א גענצליכער דערשטיקונג פון חכמה און קונסט, וואס דאס איז דער אמת׳ער געטליכקייט אויף דער וועלט. עס ברענגט צו א בלבל המוחות, צי א מין געזעלשאפטליכן מח-קרענק וואס איז אומעגליך צו היילן. עס ערלויבט נישט אויסצושמיעסן אנדערע איינזעענישן, אנדערע דעות, און עס ערלויבט שטערבליך-קראנקע פארפוילטע דעות צי מארשירן אומגעשטערט. עס האלט אפ די מענטשהייט פון כל הקודש, פון מדות אזוי ווי רחמנות און ביישנות וואס איז אונזער ריכטיגע ירושה.

אשר על כן אליכם אישים אקרא, אויב באדערט אייך דער מצב פונ׳ם חסידיש׳ן געזעלשאפט, הערט אויף מיט דעם געטליכען צענזור, דא און קאווע שטיבל אדער אונ׳ם אמת׳דיגן קאווע שטיבל. אז איינער זאגט אז ער צינדט אן א לייט אום שבת, אז ער זאגט אז ער גלייבט נישט אין דיין באשעפער, אז ער זאגט ער טרונקט חלב עכו״ם, אז ער האלט אריסטוטל איז גערעכט נגד הרמב״ם, אז זי זאגט אז זי שלאפט מיט א שגץ, אז זי זאגט אז זי גייט מיט א קאלירפולן שירצל פרייטאג צונאכט, אז זי האלט אז תוספות אין מסכת סוכות האט א טעות געהאט אונ׳ם פייטאגארעס טעארם, דאן שמועס עס אויס. זעי ווער עס איז גערעכט. אויב האסטו מורא יראת אלוקים ויראת אנשים, דאן דריי זיך אויס און הער נישט אויס, אדער ליין נישט ווייטער. אבער הער אויף מיטן צענזור, סיי אויף דיר אליין אין סיי אויף אנדערע. ומובטח אני אז מיט די צייט וועט דורך דעם בעסער ווערן די אלגעמיינער מצב. וואס זאגט איר צו דעם?

ובזה יצאתי ידי חובתי. והנראה לעיני כתבתי, והשם ישמרינו מהמאמינים בו.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:28 pm

· #275598
מצער זיין א צווייטען בלויז ווייל ער איז נישט קיין שומר שבת, איז איין זאך, און האלטן א פריוואטע פורום אפען נאר פאר שומרי שבת איז א צווייטע זאך. וואס מישטו?

איך אויך » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:32 pm

· #275602
קול דודי

ס׳האט זיך לעצטענס אנטוויקלט א שמועס וועגן די מנהג סדום פון דער חסידישער געזעלשאפט פון פרובירן אפרייסן קינדער פון עלטערן וועלכע געהערן מער נישט צי חסידישקייט

מיט דעם שורה לייגסטו דיך אריין טיף אין תחת. קיינער דא איז נישט קיין בן חמש סאו קאט די קרעפלעך ווי אמשנעלסטען ,ווייז ביטע אן אפילו איין פאל ווי מען האט אוועקגענומן ציטריט פון איינעם'ס קינדער נאר פארן ''נישט זיין מער חסידיש''.

איך אויך » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:37 pm

· #275603
יעצט געענדיגט ליינען דיין עקלהאפטיגן תגובה און עס פאסט פונקט גוט פאר פאליש אבער געהערט בהחלט נישט אויף ק'''ש .@סדרן

ישמעאל הכהן » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:40 pm

· #275604
איך אויך
יעצט געענדיגט ליינען דיין עקלהאפטיגן תגובה און עס פאסט פונקט גוט פאר פאליש אבער געהערט בהחלט נישט אויף ק'''ש .@סדרן

חאצקעל שניידער » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:40 pm

· #275605
Re: איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צע
מען גרעבסט נישט אין פאבליק…

געפילטע פיש » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:49 pm

· #275606
ישמעאל הכהן
איך אויך
יעצט געענדיגט ליינען דיין עקלהאפטיגן תגובה און עס פאסט פונקט גוט פאר פאליש אבער געהערט בהחלט נישט אויף ק'''ש .@סדרן

רעבע, יאנקי האט געקוקט אויף מיר, זאג עם אויס פאר די מנהל. רעבע">@רעבע

ישמעאל הכהן » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:01 pm

· #275610
געפילטע פיש
ישמעאל הכהן
איך אויך
יעצט געענדיגט ליינען דיין עקלהאפטיגן תגובה און עס פאסט פונקט גוט פאר פאליש אבער געהערט בהחלט נישט אויף ק'''ש .@סדרן

רעבע, יאנקי האט געקוקט אויף מיר, זאג עם אויס פאר די מנהל. רעבע">@רעבע

רעבע: געפילטע, קיינער האט נישט געקוקט אויף דיר, קוק ווייטער אריין אין חומש און טייטל אז נישט וועל איך מוזן רופן דעם מנהל.
מנהל ">@מנהל

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:02 pm

· #275611
איך אויך
יעצט געענדיגט ליינען דיין עקלהאפטיגן תגובה און עס פאסט פונקט גוט פאר פאליש אבער געהערט בהחלט נישט אויף ק'''ש .@סדרן

מה אתה מדבר...? אתה בטוח שאתה לא מתבלבל פה עם מישהוא אחר...?..... 🙄
אוי. אנטשולדיגט. כ'האב געמיינט אז דא איז דער עברית פארום... 😂

יואליש » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:03 pm

· #275612
איך אויך

מיט דעם שורה לייגסטו דיך אריין טיף אין תחת.


רעבע, ער האט געזאגט א מיסע ווארט. לייג פעפער.

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:19 pm

· #275615
קול דודי (דופק...או דפוק..) איך האב געליינט דיין פתיחת האשכול און כ'האב איינגעזעהן אז דו רעדסט דא פון חיטים ושעורים, עפלס און אראנדזשעס, באנאנעס און פיינעפל.
ערשטנס איז דא אזא פענאמען ביי א טייל פונ'ם היימישן עולם אז ווען מ'איז מעורר איבער געוויסע נעגאטיווע ערשיינונגען און אקטן אדער גאר טעראריסטישע שטיק וואס מ'טוט מצער צו זיין אנדערע אידן. אנשטאט מ'זאלל מודה זיין און נתעורר ווערן צו תיקון המעשים ענטפערט מען..."דו ווייסט וויפיל צדקה וחסד גייט ארויס פון אונזערע קרייזן...! נו, אשר על כן. ווייל ס'גייט ארויס צדקה וחסד פון איין זייט איז שוין הותרה דמם פון אנדערע אידן. וואס האט איינס צו טון מיט'ן אנדער'ן...?!...כאמאס האט אויך צדקה וחסד אינסטיטוציעס, פאר זייערע אייגענע...! דעם צווייטן חילוק וואס מ'דארף מאכן אין דיינע ווערטער. ווען דו זאגסט אז א מענטש וועלכער צינדט אן א לייט אום שב"ק איז [נאר] אוועקגעגאנגען פון חסידיש'ן וועג. און ס'איז אן עוולה ווען מ'לאזט נישט צו אז זיין פינעף יעריגע יונגל אדער מיידל זאלל נישט באאיינפלוסט ווערן פון איהם ווען ער וויל נישט רעספעקטירן די רעליגיעזע פיהרונג אין יענע שטוב. ס'איז דא נאך חילוקים וואס מ'דארף צו מאכן אין דיינע ווערטער און אויסקלארן די אלע עניינים. נאר לאמיר ארבעטן אויף די זאכן...!

רויטע וואנצעס » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:20 pm

· #275617
מיט די הנחה אז די היימישע געזעהלשאפט וויל בלייבן ווי אזוי זי זעהט יעצט אויס, ווי אזוי אין גאט'ס נאמען וועט זי מקבל זיין דיינע דברי חכמה? אין פרינציפ ביסטו אפשר גערעכט אבער אומפראקטיש אין די היימישע ריאלעטי. א מער פראקטישע עצה וואלט געווען צו לערענען איבער כבוד הבריות מיט א דגוש אויף טאלארענץ.

הוגה » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:29 pm

· #275622
די נושא דא בקיצור איז אויב censorship האט אן אפעקט אויף א סאסייעטי און עס ווישט אוועק די נאטירליכע מענטשליכע געפילן, און עס גרייט אן א fertile breeding ground צו פעסטערן אכזריות. קול דודי מאכט א גוטע קעיס דערפאר. יעצט לאמיר זעהן אז איינער זאל צושטעלן א גוטע counter argument אז צענזור ברענגט נישט אכזריות, אן שרייען שגץ און פוי.

@קאווע טרינקער ידידי היקר, ס'נישט שיין זיך אנצוכאפן אויף א זייטיגע נושא און פארדרייען דער שמועס.


.

איך אויך » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:30 pm

· #275623
נאך א מער פראטישע און ווירקזאמע עצה וואלט געווען צו לערנען אביסל ספרי מוסר וספרי יראה. איי ווי פארגרעבט דארף די מוח שוין זיין און ווי קאלט דאס אידישע פינטל אז אפענע דברי כפירה וניאוץ בארירט דיר שוין נישט און האסט נאך די עזות צו טיילן מוסר פאר א גאנצע געזעלשאפט יראים ושלימים.

Big Boss » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:33 pm

· #275626
As someone who has just been going through a divorce, I am not sure why you would cover an entire beautiful community in such a dark light, for the action of individual people. those people will use anything to their advantage regardless of the damage that it does to the people around them. It has nothing to do with Frumkit. in my case I was accused inappropriate touching of my kids BH it was thrown out by the judge rather quickly, although it messed up my visitation schedule for a few months there is no such a thing in the state of New York to take away visitation of parent for any reason unless he's a danger to the kids so I'm not really sure on what you base your story on.

בר דעת » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:36 pm

· #275629
קול דודי דפוק אן עקסטרעם חרדישע סטיל מאמר, פיל מיט העצע, גוזמא און קליינקעפיגקייט פון איינער וואס האט זיך געטוישט די דעות אבער נישט די מענטאליטעט אין צוגאנג. צימערמאן אין אוניווערזיטעט

יואליש » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:38 pm

· #275630
ביג באס, ווייסט נישט אלעס. מיט די הילף פון א רב קאן מען אסך טוהן, אוועק'הרגן'ן קינדער פאר אייביג. פרעג אן ביי הרב וואזנער פון מאנסי אויב די אידיש בלוט און וואס ער באד זיך לעצטענס איז זיין כשר שעמפאו.

I'm back » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:40 pm

· #275632
יואליש
ביג באס, ווייסט נישט אלעס. מיט די הילף פון א רב קאן מען אסך טוהן, אוועק'הרגן'ן קינדער פאר אייביג. פרעג אן ביי הרב וואזנער פון מאנסי אויב די אידיש בלוט און וואס ער באד זיך לעצטענס איז זיין כשר שעמפאו.


דער נייע פוסק הדור?

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:42 pm

· #275634
יואליש
ביג באס, ווייסט נישט אלעס. מיט די הילף פון א רב קאן מען אסך טוהן, אוועק'הרגן'ן קינדער פאר אייביג. פרעג אן ביי הרב וואזנער פון מאנסי אויב די אידיש בלוט און וואס ער באד זיך לעצטענס איז זיין כשר שעמפאו.

יואליש: דו מאכסט מיך געפערליך נייגעריג. לאמיר שוין הערן וואס דארט איז געווען...?

פארוואס? » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:45 pm

· #275635
יואליש
ער באד זיך לעצטענס איז זיין כשר שעמפאו.

א נייע זאך, שעמפאו דארף שוין אויך א הכשר. יואלי סטאפ די אכשר-דרא פרומקייטן!!

שמערל » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:48 pm

· #275639
הוגה
די נושא דא בקיצור איז אויב censorship האט אן אפעקט אויף א סאסייעטי און עס ווישט אוועק די נאטירליכע מענטשליכע געפילן, און עס גרייט אן א fertile breeding ground צו פעסטערן אכזריות. קול דודי מאכט א גוטע קעיס דערפאר. יעצט לאמיר זעהן אז איינער זאל צושטעלן א גוטע counter argument אז צענזור ברענגט נישט אכזריות, אן שרייען שגץ און פוי.

@קאווע טרינקער ידידי היקר, ס'נישט שיין זיך אנצוכאפן אויף א זייטיגע נושא און פארדרייען דער שמועס.


.


ניט אמת. למשל ווען איינער וועט ארויסברענגן א חסרון אויף קאפיטעליזם, זאל עס זיין אפילו א שטארקע חסרון, מיינט נישט אז ווילאנג איך האב נישט א צופרישטעלנדע קאנטער ארגומענט בין איך מוכרח צו זיין א קומוניסט. ווייל עס איז גאר מעגליך אז איך האלט אז קאפיטעליזם מיט אירע אלע חסרונות שטייט נאכאלטס איבער קאמוניזם.
לעניננו.איך און רוב רובו חברי השטיבל האלטן אז לטובת הצלחת הפארום, מיז זיין כאטש א מינימאלע צענזור. אויפקומען מיט א מאדנער פשעטל אז א צענזור אויף לעקטער לעבן שבת, העלפט צוכאפן קינדער פון או. טי. די'ס, איז נישט קיין סיבה צו דארפן אויפהערן גלייבן אין די פשוטע תועלת פון צענזור.

Big Boss » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:51 pm

· #275640
Perfect example; As far as I know she had her kids the Second day Pasch... People do a lot of damage in gods name but its people who do it, in the end those evil people lose the most. But you cant legally block a parent from seeing their kids

יואליש » זונטאג מאי 17, 2015 12:01 am

· #275648
פערפעקט עקסעמפעל אויף וואס? וויאזוי א רב האט באפוילן און שטיצט נאך יעצט די בלוט פארגיסונג? ע"פ הוראותו האט מען איינגעבאקן אין קינדער ס'געמיינסטע שנאה קעגן א חסידישע מאמע, נאך היינט א מתפלל ביי אים אין ביהמ"ד. זיין עקעלהאפטיגע רציחה איז רעקארדירט אויף טעיפ, ועדיין עומד במורדו.

אין די ענד איז עס די קינדער וואס ליידן דערפון א גאנץ לעבן ממש. און דער רב קוקט ווייטער מראות דם אן קיין קאנסקווענצן.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 17, 2015 12:04 am

· #275649
הוגה


@קאווע טרינקער ידידי היקר, ס'נישט שיין זיך אנצוכאפן אויף א זייטיגע נושא און פארדרייען דער שמועס.

ביסט זיכער האסט געליינט די גאנצע תגובה? לויט ווי איך האב פארשטאנען איז זיין ארגיומענט אז צענזור גוררת רשעות, סדום. איך מיין אז ער האט א טעות, און ער אליין איז סותר תוך כדי דיבור.
אויב האסטו מורא יראת אלוקים ויראת אנשים, דאן דריי זיך אויס און הער נישט אויס, אדער ליין נישט ווייטער. אבער הער אויף מיטן צענזור, סיי אויף דיר אליין

Big Boss » זונטאג מאי 17, 2015 12:08 am

· #275650
You're 100% right the're vary sick and evil people out there, but you can't legally take away kids from parent for Frumkit reasons.

יואליש » זונטאג מאי 17, 2015 12:11 am

· #275652
זיכער קען מען נישט. און הרב וואזנער ווייסט דאס אויך. און דערפאר האט דער שוחטי ילידים זיך אראפגענידערט צום רשעות'דיגן מיטל פון העצן די קינדער קעגן זייער אייגענע מאמע. אזוי טיט ער די זשאב אינדרויסן פון קאורט

קול דודי » זונטאג מאי 17, 2015 12:11 am

· #275653
berlbalaguleh
דעם צווייטן חילוק וואס מ'דארף מאכן אין דיינע ווערטער. ווען דו זאגסט אז א מענטש וועלכער צינדט אן א לייט אום שב"ק איז [נאר] אוועקגעגאנגען פון חסידיש'ן וועג. און ס'איז אן עוולה ווען מ'לאזט נישט צו אז זיין פינעף יעריגע יונגל אדער מיידל זאלל נישט באאיינפלוסט ווערן פון איהם ווען ער וויל נישט רעספעקטירן די רעליגיעזע פיהרונג אין יענע שטוב. ס'איז דא נאך חילוקים וואס מ'דארף צו מאכן אין דיינע ווערטער און אויסקלארן די אלע עניינים. נאר לאמיר ארבעטן אויף די זאכן...!

דער [נאר] וואס די האסט ציגעלייגט מאכט נישט קיין חילוק. דאס הייסט אזוי: איך נעם אן אז די ביסט אויך מודה אז בדרך כלל צונעמען קינדער פון עלטערן איז מעשה סדום ואמורה, רשעות און אכזריות (אז נישט איז נישט שייך צו רעדן). איז אויב פארשטיי איך דיין טענה גייט עס אזוי: אנה״נ ווען סקווער נעמט צי קינדער פון עלטערן ווייל ער/זי איז מער נישט [נאר] קיין סקווערער איז עס א געוואלדיגע רשעות. איי די סקווערער האלטן אז די קינדער וועלן גיין איז גיהנום ווייל זיי זענען [נאר] נישט קיין סקווערער? נו, פארדעם טאר מען נאך נישט טון אזא געוואלדיגן רשעות. איעדע פון די עלטערן האבן דאך א ווארט, און ער/זי האלט אז [נאר] נישט זיין א סקווערער מיינט נאך נישט גיהנום! יא?

משא״כ אויב ער/זי צינדט אן א לייט, דעמאלטס מעג מען יא טון די געוואלדיגע רשעות. פארוואס? ווייל די קינדער וועלן באאיינפליסט ווערן צו גיין אין גיהנום? איי אין ביידע פעלער האלט די געזעלשאפט אז מ׳גייט אין גיהנום, און (איינס פון די) די עלטערן האלטן אז נישט (ווען יא וואלט מען דאך נישט אנגעצונדן א לייט). די איינציגסטער חילוק איז אז די ר׳ בערל פערזענליך האלט אז מ׳גייט און גיהנום און צווייטן פאל אבער נישט און ערשטן פאל. נו, קען די היתר אויף א מעשה רשעות זיין געוואנדן אויף וואס די פערזענליך האלטסט? ממ״נ, מעג א געזעלשאפט צונעמען קינדער פון עלטערן אויב די געזעלשאפט איז זייער שטארק קאנווינסט אז איינע פון די עלטערן גייען און גיהנום, אדער נישט?

בעל מדות » זונטאג מאי 17, 2015 12:12 am

· #275654
איך אויך
יעצט געענדיגט ליינען דיין עקלהאפטיגן תגובה און עס פאסט פונקט גוט פאר פאליש אבער געהערט בהחלט נישט אויף ק'''ש .@סדרן

בר דעת » זונטאג מאי 17, 2015 12:18 am

· #275659
א שאד אז אזא וויכטיגע, האקעלע און טרויעריגע נושא וואס פאדערט א ניכטערע, ניואנסד, איידעלע בליק ווי מען זאל פארשטיין די געפילן אין אלע זייטן; איז עס אבער דא געברענגט געווארן פארקערט ווי דבר חכמים בנחת נשמעים, דורך א אומטאלעראנטן אומקולטוריזירטן חרדי בנפש, אן עקסטרעמיסט אין א מאדערנע שלייער. מעק אויס די אשכול, שרייב נארמאל און שכל'דיג, אן האקן הוידל בוידל וועט עס זיין א גוטע באלאנסירטע דיסקוסיע ווי איך קען אסאך מוסיף זיין

קול דודי » זונטאג מאי 17, 2015 12:23 am

· #275663
רויטע וואנצעס
מיט די הנחה אז די היימישע געזעהלשאפט וויל בלייבן ווי אזוי זי זעהט יעצט אויס, ווי אזוי אין גאט'ס נאמען וועט זי מקבל זיין דיינע דברי חכמה? אין פרינציפ ביסטו אפשר גערעכט אבער אומפראקטיש אין די היימישע ריאלעטי. א מער פראקטישע עצה וואלט געווען צו לערענען איבער כבוד הבריות מיט א דגוש אויף טאלארענץ.

פארשטייט זיך אז אז איך רעד נישט צו די וואס האלטן אז מ׳לעבט שוין נאכ׳ן תיקון השלם. איך האב מיך דייקא געוואנדן צו די וואס האלטן אז מ׳דארף יא פאררעכטן די געזעלשאפט. און ביסט גערעכט טאקע מיט כבוד הבריות און טאלעראנץ. איך מיין אז טאלעראנץ הייבט זיך אן מיט כאטשיג אויסהערן יענעם׳ס דעת און נישט דערשטיקן / שטול-מאכן זיין מיינונג. פארשטייט זיך קענסט זאגן הויך אז ביסט נישט מסכים מיט יענעם׳ס מיינונג. נישט אזוי? די האלטסט אז מ׳קען אנקימען צו טאלעראנץ בשעת דער צענזור בלייבל ווי פריער? ווי אזוי לערנט מען זיך אויס טאלעראנץ פאר מיינונגען?

יאיר » זונטאג מאי 17, 2015 12:26 am

· #275665
א איד עפנט זיך דאס הארץ און עס גיסט בלוט ווי פון א טייך, קומען אנדערע אידן מיט א מוראדיגע עצה, לאמיר צומאכן די אויגן וועט קיינער נישט זען די שרעקליכע מראה ווי א מענטש גייט אויס.

קול דודי » זונטאג מאי 17, 2015 12:28 am

· #275671
Big Boss
As someone who has just been going through a divorce, I am not sure why you would cover an entire beautiful community in such a dark light, for the action of individual people. those people will use anything to their advantage regardless of the damage that it does to the people around them. It has nothing to do with Frumkit. in my case I was accused inappropriate touching of my kids BH it was thrown out by the judge rather quickly, although it messed up my visitation schedule for a few months there is no such a thing in the state of New York to take away visitation of parent for any reason unless he's a danger to the kids so I'm not really sure on what you base your story on.

Well, we are not talking about the actions of individual people, but the actions of a community as a whole (with individual people being the exception, not the other way around).

My story is based on many real stories, living nightmares, like Brother Grimm fairy tales. I am not talking about judge's decisions, but about the undue influence the community has on the children directly.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 12:30 am

· #275673
קול דודי
רויטע וואנצעס
מיט די הנחה אז די היימישע געזעהלשאפט וויל בלייבן ווי אזוי זי זעהט יעצט אויס, ווי אזוי אין גאט'ס נאמען וועט זי מקבל זיין דיינע דברי חכמה? אין פרינציפ ביסטו אפשר גערעכט אבער אומפראקטיש אין די היימישע ריאלעטי. א מער פראקטישע עצה וואלט געווען צו לערענען איבער כבוד הבריות מיט א דגוש אויף טאלארענץ.

פארשטייט זיך אז אז איך רעד נישט צו די וואס האלטן אז מ׳לעבט שוין נאכ׳ן תיקון השלם. איך האב מיך דייקא געוואנדן צו די וואס האלטן אז מ׳דארף יא פאררעכטן די געזעלשאפט. און ביסט גערעכט טאקע מיט כבוד הבריות און טאלעראנץ. איך מיין אז טאלעראנץ הייבט זיך אן מיט כאטשיג אויסהערן יענעם׳ס דעת און נישט דערשטיקן / שטול-מאכן זיין מיינונג. פארשטייט זיך קענסט זאגן הויך אז ביסט נישט מסכים מיט יענעם׳ס מיינונג. נישט אזוי? די האלטסט אז מ׳קען אנקימען צו טאלעראנץ בשעת דער צענזור בלייבל ווי פריער? ווי אזוי לערנט מען זיך אויס טאלעראנץ פאר מיינונגען?


מאן יימר אז טאלארענץ מוז גיין אזוי ווייט אויסצוהערן און זיך באסמאקעווען מיט יענעמס מיינונגען. טאלערענץ מיינט רחמנות האבן און מקבל זיין א צווייטן כמו שהוא. פארשטייט'ס זיך אז ס'איז דא אסאך דרגות און טאלערענץ, און אויסהערן יענעם איז א חלק פון דעם, אבער צו דערגרייכן דיין ציהל פון רחמנות האבן אויף א צווייטן וואס איז אנדערש ווי דיר, פעלט נישט אויס אויסצוהערן יענעם איבער זיינע מיינונגען, ס'איז גענוג אז מ'פארשטייט אז יענער איז אויך א מענטש און ורחמיו על כל מעשיו איז א אידישע מדה.

moshav zekeinim » זונטאג מאי 17, 2015 12:35 am

· #275675
בר דעת
א שאד אז אזא וויכטיגע, האקעלע און טרויעריגע נושא וואס פאדערט א ניכטערע, ניואנסד, איידעלע בליק ווי מען זאל פארשטיין די געפילן אין אלע זייטן; איז עס אבער דא געברענגט געווארן פארקערט ווי דבר חכמים בנחת נשמעים, דורך א אומטאלעראנטן אומקולטוריזירטן חרדי בנפש, אן עקסטרעמיסט אין א מאדערנע שלייער. מעק אויס די אשכול, שרייב נארמאל און שכל'דיג, אן האקן הוידל בוידל וועט עס זיין א גוטע באלאנסירטע דיסקוסיע ווי איך קען אסאך מוסיף זיין

נישט ער האקט הוידל בוידל, נאר דער צער אין ווייטוג דערפון האקט הוידל און בוידל. ביי א מיטגעמאכטן איז עס אזוי גרויס אז עס לאזט נישט דאס צאמנעמען אין ווערטער.
אדרבא, זאל מען זען די הוידל בוידל און פארשטיין אז ביי דער באטרעפנדן איז עס א צער וואס מ'קען טאקע נישט באשרייבן מיט א קלארע זונען. און האבן שכל און פארשטיין דערפון ווי גרויס די צרה דערפון איז.

און יעצט זאלן קומען ניכטערע שרייבער פון דרויסן און צונעמען דעם ענין בטוב טעם ודעת.

קול דודי » זונטאג מאי 17, 2015 12:42 am

· #275678
רויטע וואנצעס
, אבער צו דערגרייכן דיין ציהל פון רחמנות האבן אויף א צווייטן וואס איז אנדערש ווי דיר, פעלט נישט אויס אויסצוהערן יענעם איבער זיינע מיינונגען, ס'איז גענוג אז מ'פארשטייט אז יענער איז אויך א מענטש און ורחמיו על כל מעשיו איז א אידישע מדה.

איך הער וואס די זאגסט, והלוואי זאל עס דערהערט ווערן ואז החרשתי. דערווייל האלט איך אבער אז די צענזור איז א שטארקער גורם אויף די רשעות און א שטארקער צוריקהאלט אז מענטשן ווי די זאלן געהערט ווערן. וכאשר הארכתי כבר.

הוגה » זונטאג מאי 17, 2015 12:43 am

· #275679
נמחק. אנדערע האבן שוין מבאר געווען.

הוגה » זונטאג מאי 17, 2015 12:52 am

· #275684
קאווע טרינקער
הוגה


@קאווע טרינקער ידידי היקר, ס'נישט שיין זיך אנצוכאפן אויף א זייטיגע נושא און פארדרייען דער שמועס.

ביסט זיכער האסט געליינט די גאנצע תגובה? לויט ווי איך האב פארשטאנען איז זיין ארגיומענט אז צענזור גוררת רשעות, סדום. איך מיין אז ער האט א טעות, און ער אליין איז סותר תוך כדי דיבור.
אויב האסטו מורא יראת אלוקים ויראת אנשים, דאן דריי זיך אויס און הער נישט אויס, אדער ליין נישט ווייטער. אבער הער אויף מיטן צענזור, סיי אויף דיר אליין


דער תגובה איז טאקע לענין, אבער דיין פריערדיגע תגובה איז געווען אויף אן ענין צדדי. די נושא דא איז אויב צענזור ברענגט רשעות. רוב רובם פון חברי הק"ש האלטן אז דאס צונעמען קינדער און עלטערן איינער פון די אנדערע צוליב רעליגיעזע סיבות איז רשעות ואכזריות. די שאלה איז פון וואו נעמט זיך אז מענטשן זאלן פארלירן זייערע מענטשליכע געפילן? אויף דעם מאכט קול דודי א גאר סברא'דיגע קעיס אז צענזור איז דער גורם. אלע תגובות פון דארט און ווייטער וואלטן געדארפט זיך באציען נאר צו שטיצן אדער אפפרעגען דער טעאריע, ותו לא. (הערסט @בר דעת טייערע?) דיין ערשטע תגובה איז געווען צו פארענטפערן ק"ש. שוין, א שאד זיך צו טענה'ן דאס איז דאך אויך שלא מן הענין.


.

מאטי » זונטאג מאי 17, 2015 12:53 am

· #275686
קול דודי, נישט אז איך נעם א שטעלונג צו א געוויסע צד, איך וויל דיר פרעגן דיין מיינונג לגבי רעליגיעזע אנשויאונגען צו ס'איז א פאקטאר מיט וואס מ'דארף זיך רעכענען בעת'ן מחליט זיין אויף קאסטעדי/וויזיטינג וכדומה.

שמערל » זונטאג מאי 17, 2015 12:57 am

· #275687
Re: איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צע
אויב מיטן צענזור דא האלטן נאך אלס רובא דרובא אז צונעמען קינדער איז א רשעות, דאן וואס איז דער סברא אז צענזור איז דער גורם אויף רשעות? זעסט דאך אז עס האט גארנישט געשאדט.

petergrifin » זונטאג מאי 17, 2015 12:58 am

· #275690
יואליש
ביג באס, ווייסט נישט אלעס. מיט די הילף פון א רב קאן מען אסך טוהן, אוועק'הרגן'ן קינדער פאר אייביג. פרעג אן ביי הרב וואזנער פון מאנסי אויב די אידיש בלוט און וואס ער באד זיך לעצטענס איז זיין כשר שעמפאו.


יואליש
פערפעקט עקסעמפעל אויף וואס? וויאזוי א רב האט באפוילן און שטיצט נאך יעצט די בלוט פארגיסונג? ע"פ הוראותו האט מען איינגעבאקן אין קינדער ס'געמיינסטע שנאה קעגן א חסידישע מאמע, נאך היינט א מתפלל ביי אים אין ביהמ"ד. זיין עקעלהאפטיגע רציחה איז רעקארדירט אויף טעיפ, ועדיין עומד במורדו.

אין די ענד איז עס די קינדער וואס ליידן דערפון א גאנץ לעבן ממש. און דער רב קוקט ווייטער מראות דם אן קיין קאנסקווענצן.


[quote="berlbalaguleh"][quote
יואליש: דו מאכסט מיך געפערליך נייגעריג. לאמיר שוין הערן וואס דארט איז געווען...?[/quote][/quote]

ביטע שטעל ארויס TOT (פארשטײטס זיך אן נעמען).

אוהב דעת » זונטאג מאי 17, 2015 1:02 am

· #275693
Re: איבער קאווע שטיבל, חסידישקייט, סדום, און דער געטליכער צע
Anyway כהאב גרעדט מיט די jewish press האט זי מיר געזאגט אז זי איז גרייט מפרסם זיין נעמען פון די פרויען וואס געבן נישט די קינדער פאר די טאטע, נאר אויב סאיז דא א מיטל פון א רב/בי״ד
אי״ה מיין עקס נאמען גייט זיין דארט בקרוב, ממני ילמדו, עטץ זאלטץ אלע לייגען איר נאמען

הוגה » זונטאג מאי 17, 2015 1:03 am

· #275695
שמערל
אויב מיטן צענזור דא האלטן נאך אלס רובא דרובא אז צונעמען קינדער איז א רשעות, דאן וואס איז דער סברא אז צענזור איז דער גורם אויף רשעות? זעסט דאך אז עס האט גארנישט געשאדט.


פיינעלי, איינער האט געברענגט א גוטע סברא אפצופרעגן. למעשה, קול דודי באקלאגט זיך (לויט ווי איך פארשטיי) אויף דער עולם וואס שטייט אויף די זייט און שווייגט. דארף מען זעהן אויב רוב חברי ק"ש שווייגן אדער לאזן זיך הערן און מאכן א ויצעקו. אבער מער לענין, איך האלט אז קול דודי דארף מער קלאר ערקלערן די קארעלעישאן צווישן צענזור און רשעות.


.

יואליש » זונטאג מאי 17, 2015 1:04 am

· #275696
כ'האלט נישט אז דאס איז די פלאץ פאר אן עסק וואס אינוואלווד קינדער, אן אומשולדיגע קאלעטערל דעמעדזש, אבער כ'זעה אז ביג באסס ווייסט במה דברים אמורים.

הוגה » זונטאג מאי 17, 2015 1:10 am

· #275698
יואליש
כ'האלט נישט אז דאס איז די פלאץ פאר אן עסק וואס אינוואלווד קינדער, אן אומשולדיגע קאלעטערל דעמעדזש, אבער כ'זעה אז ביג באסס ווייסט במה דברים אמורים.


איך ווייס אויך. איך זאג פשוט אז מ'זאל וויסן אז מ'רעדט דא פון עכטע מענטשן. הרב וואזנער פון מאנסי איז געפערליך אין דער נושא כידוע ליודעים.

יואליש » זונטאג מאי 17, 2015 1:13 am

· #275700
כ'האב זיך באצויגן צו פיטער'ס בקשה פאר מער דעטאלן איבער די ספעציפישע פאל.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 17, 2015 2:10 am

· #275723
שמערל
אויב מיטן צענזור דא האלטן נאך אלס רובא דרובא אז צונעמען קינדער איז א רשעות, דאן וואס איז דער סברא אז צענזור איז דער גורם אויף רשעות? זעסט דאך אז עס האט גארנישט געשאדט.

ענדליך נאך א בלאט אהאלב פון פירקלערייען, ווען אלע טראלס האבן שוין אפגעענדיגט אויסגיסן זייער צואה, קען מען זיך נעמען רעדן צום זאך דא.

דער עולם האט טענות אויף קול דודי אז כאילו ער טשעפעט דא יעדן חרדי פערזענליך, מ'פייט שוין צוריק מיטן עם רופן א דפוק, שיקן צו אנדערע וועבסייטס, ווייל דא האבן זיינע ווערטער נישט קיין פלאץ. איך זע נישט פארוואס איינער זאל עס נעמען פערזענליך נאר אויב איז יענער פערזענליך געווען אינוואלווד, אדער געשטיצט, דאס צונעמען קינדער פון זייערע עלטערן. וואס געפעלט מיר די מערסטע איז ווי די אטאקירער ריאינפארסירן גענוי וואס קול דודי שרייבט, דאס צענזור, דאס אז איינער וואס איז פון "זיי" מעג מען זיין בלוט פארגיסן, אויף אזא איינעם איז קיין רחמנות נישט דא.

שמערל, און די אנדערע וואס האבן נישט פארשטאנען, קול דודי זאגט נישט אז צענזור איז די גורם פון די רשעות, נאר אז sunlight is the best disinfectant.
קול דודי
די קשיא איז, פון ווי נעמט זיך דער שוידערליכן אכזריות ביי מענטשן לגבי אנדערע מענטשן? פון ווי נעמט זיך די שנאה צום ״אנדערן״, צי איינעם וואס איז (מער) נישט קיין חסידה-שר איד?

דער תירוץ דאכט זיך איז היפש פארצווייגט און איך וויל נישט יעצט אריינגיין און דעם. וואס איך וויל ארויסברענגען איז די וועג וואס מ׳קען עס, בדרך אפשר, אנהייבן פאררעכטן.

און איך גלייב אז ער רעדט נישט בעיקר פונעם צענזור דא מצד די מנהלים, נאר די זעלבסט צענזור וואס מענטשען האבן אויף זיך, די צענזור וואס לאזט נישט זאגן אין בית מדרש אז איך האלט אז אפילו א מחלל שבת האט מען נישט וואס אוועק צו נעמען זיינע רעכטן צו די קינדער, דאס אז יעדער אכשר דרא'דיגער פרומקייט גייט אן קיין שום התנגדות אפילו אויב רוב עולם איז דערגעגן, ווייל מענשען זעלבסט צענזורירן זיך, מ'וויל נישט הייסן דער קל, דער שגץ, לאזט מען די היץ קעפ פירן דעם עולם ביים נאז. צו דעם זאגט קול דודי איז די עצה יא צו זיין וואקאל, נישט צו דערשטיקן קיין אפאזיציע, ארויסברענגען זאכן אין די אפנקייט, זיי אויסשמועסן ווי נארמאלע מענטשען. דער דיאלאג זעלבסט, זען אז ס'איז דא א צווייטע צד, איינער מיט בלוט און פלייש, וואס על אף וואס איך קריג זיך מיט יענעם, אפילו איך האלט ער גייט פלאקערן אין גיהנום, אפילו אזוי איז ער א מענטש מיט רעכטן, א מענטש וואס מ'דארף הערן זיין צד.

יעצט קומט אלע שרייען צוזאמען פוי! אוועק, סדרן, קום מעקן, פעקי, תחת, בעלי-באטען!

Big Boss » זונטאג מאי 17, 2015 8:40 am

· #275759
First of all I would like to tell you that I feel your pain and I agree that under no circumstances should child or parent be denied to see each other. I disagree with you that this is the widespread community problem. I rather see it as an evil act by some individuals and it's unfortunate that sometimes they involved their community leaders. You will find this problem where ever there is humans there’s some self centered people that will manipulate their surroundings to suit them with all the means available to them without considering the damage they are doing in my case It was inappropriate touching of the kids in your case it's so called Frumkit (she monitors me with a microscope the second I will do any mistake she will claim frumkit as well). regardless who is right on the above, we need to tackle this problem by its head and speak out that using kids for personal gain is not acceptable under any circumstances. although it might not be cheap or easy but the good news is since you live in the state of New York there is no such a thing as taking away kids from one parent you should put up a fight and you will win. Besides the point history has shown that this tactic usually backfires and the ones that try to control their kids usually end up losing them.

If I may il give you some advise as a friend with experience;
From the way you talk I see you're going through a lot of stress and a somewhat turned you in to a hater. You need to take control of the situation and focus more positive.
The following is what you should do write on a piece of paper what your goals are, like;
1 having a good relationship with the kids
2 keeping your kids happy
3 helping them grow up normal
4 ETC….
And before you do anything make sure its in line with your above goals! Never ever allow yourself to be entangled in an emotional fight with your ex (keep in mind that’s what she wants)

In order to deal with the stress I've seen a lot of different ways you could handle it, for myself every time she got me angry I took that energy and turned it into a business deal and let me tell you something I made more money the last two years then some of you would make in a lifetime. Some people enjoy exercise, art. there is a beautiful world open for you out there, just do Whatever you enjoy and use that energy to accomplish stuff in your life rather than to hate people

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 10:07 am

· #275786
הוגה
יואליש
כ'האלט נישט אז דאס איז די פלאץ פאר אן עסק וואס אינוואלווד קינדער, אן אומשולדיגע קאלעטערל דעמעדזש, אבער כ'זעה אז ביג באסס ווייסט במה דברים אמורים.


איך ווייס אויך. איך זאג פשוט אז מ'זאל וויסן אז מ'רעדט דא פון עכטע מענטשן. הרב וואזנער פון מאנסי איז געפערליך אין דער נושא כידוע ליודעים.

און די גייסט פין פרייהייט פין ווארט פארוואס זאל מען נישט דא ברענגען הרב וואזנער'ס מיינאנג פאר וואס ער האלט אז דאס איז טובת הילד און לאמער דאס דעבעטירן וואו מענטשן

"ער איז געפערליך אין דער נושא" איז א מיינאנג נישט א פאקט
איך בין זיכעכר אז ס'דא וואס האלטן ער איז געוואלדיג אין דער נושא

קען זיין דאס האט צוטון אויב מען גלייבט פין א גהנים אדער נישט
און יעדען פאל, מען דארף פארשטיין א צווייטע צד אויך און קענען זעהן זאכן פין א צווייטענס פרעספעקטיו
דו שרייסט אז הרב וואזנער טרינקט בליט און הרב וואזנער שרייט אז די טאטע טרינקט בליט.
א יעדער זעט וואס ער זעט נאר פין זיין פרעספעקטיו

קול דודי » זונטאג מאי 17, 2015 10:09 am

· #275788
יש״כ געפילטע. טאקע דאס וואס די ברענגסט ארויס האב איך געמיינט.

הקטן » זונטאג מאי 17, 2015 10:13 am

· #275793
געפילטע פיש

יעצט קומט אלע שרייען צוזאמען פוי! אוועק, סדרן, קום מעקן, פעקי, תחת, בעלי-באטען!

פארוואס זאל מען דאס צענזערירען - ס'דא וואס מאכן זייער פוינט דארך שרייבן כשרע בליט שעמפא און ס'דא וואס לאזן זיך הערן דארך שרייען פוי פוי
אביסעל טאלערענץ
בלאט: 1 2