☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א גוטן וואסער חלה

א גוטן וואסער חלה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8884

לבי במזרח » פרייטאג מאי 15, 2015 2:14 pm

· #275450
א גוטן וואסער חלה
איז דען דא א זאך וואס ערוועקט א בענקעניש צום סעודת שבת במשך׳ן גאנצן וואך אזוי ווי א גוטן שטארק אגעבאקענעם קריספי וואסער חלה? זכרתני ימים מקדם ווען כ׳האב נאך יעדן שבת געגעסן ווייט פיש, יוי איז דע קאמבאנעישן פיין געווען (פאר סאם ריסאן האט מען ביי אונז געטשעינשזט צו סעלמאן אפאר דעקעיטס אגא, סיז נישט די זעלבע).

שטעלטסעך די שאלה, פשוטו כמשמעו ווער מאכט די בעסטע שטארק אגעבאקענע קריספי וואסער חלה? און ב״פ ווייסעך אז גראס אויף 16 מאכט א פיינעם. אזוי אויך שרייבער ביי ברעדבערי האט לעצטנס א נייע בעקער וואס שטעלט אויך צו א גוטן שווארץ געבאקענעם וואסער חלה. לקח טוב (what a name) אויף ניו יוטריק איז אויך נישט אוועק צומאכן (זיין חלות).

ווער און מאנסי/עירמאנט? ווען זאבעל פלעגט נאך האבן זייער טעיק אוט פלעגן זיי האבן א פיינער וואסער חלה, אבער זיי זענען שוין ליידער נישט דא.

יין שרף » פרייטאג מאי 15, 2015 2:50 pm

· #275469
טעם עדן אין סקווירא

לבי במזרח » פרייטאג מאי 15, 2015 3:38 pm

· #275496
יין שרף
טעם עדן אין סקווירא

נאפ, זייער קעיקס זענען טאפ אף די ליין אבער די חלות זייערע האבעך קיימאל נישט געגליכן.

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 18, 2015 5:34 pm

· #276392
Re: א גוטן וואסער חלה
וואסער חלות בין איך נישט אזוי באקאנט. אבער היימישע חלות מאכט קאף אויף פט העמילטאן די בעסטע. דערנאך קומט קארן. דערנאך שלומיס.

נאטירליך » מאנטאג מאי 18, 2015 9:13 pm

· #276527
די בעסטע חלות אין מאנסי (נישט וואסער חלה) איז מיין איך איז די נייע בעקערי אין מאנסי גלאט

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 5:33 pm

· #276922
Re: א גוטן וואסער חלה
ווי גוט קען שוין וואסער חלה זיין ?