רבנים vs קארופציע:
אויף די בקשה פון קאלעגע יואב עפען איך אויף דעם דאזיגען אשכול:
יואב האט א פראגע צו מיר הייתכן אז איך שרייב אויף רבנים, און איך זעלבס בין א שטארקע סאטמארע חסיד. דאס זעהט דאך לכוארה אויס ווי היפאקריטיע.
דעריבער וועל איך לכבודו פריווען אביסל מיך צו פארשטיין געבן, ויה''ר שלא יכשל בקולמוסי:
קודם וויל איך מאכן שטיקל הקדמה, ווען איך האב געשריבען וועגן רבנים, האב איך נישט געמיינט חלילה אלע רבנים ח''ו, עס איז זיכער נאך היינט פארהאן אמת'ע גדולי ישראל, טאקע ווייניג, אבער עס איז נאך פארט פארהאן. אזוי ווי די היילגע חז''ל זאגן אונז אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן ראה הקב"ה שצדיקים מועטין עמד ושתלן בכל דור ודור, די ווערטער פון דער הייליגער חז''ל זענען א נצחיות, און ווער האט נאר דער מינדעסטער ספק און זייערע הייליגע רייד, גייט ח''ו אריין אין דער גדר פון אן אפיקורוס, וואס די הלכה לויטעט מורידן ולא מעלין ח''ו.
איצט צום ענין:
וויליאמסבורג: אין די צייטען וואס רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען בחיים חיותו, איז געווען אן הנהגה אין ווייליאמסבורג, מען האט נישט געקענט טאן וואס מען האט געוואלט, דער רבי זי''ע מיט זיינע געטרייע לייב-גווארדיסטען, ווי ר' ליפא פריעדמאן ז''ל, ר' לייביש לעפקאוויטש ז''ל, ר' סענדר דייטש ז''ל און נאך, האבן זיך געזארג פארן כלל מיט אן אמת, און געארבייט ביטער שווער אז דער שטאט וויליאמסבורג זאל האבן א קיום, זיי האבן געארבייט פאר האזונג, ווי דער בעדפארד גארדענס, די קאלאמענטי, די פראשעקס, און נאך ממש לש''ש, כדי אז מיר זאלן קענען מגדל זיין אונזער קינדער על מי מניחות ביז משיח'ס טאג.
נאכן הסתלקות ווען דער ברך משה האט איבערגענומען די הנהגה, האט זיך אנגעהויבן א שטארקע התרשלות אין דעם הינזיכט, געוויסע געלט גייציגע מענטשע און מאכט הינגעריגע מענטשען האבן זיך אנגעהויבען צו הייבן דעם קאפ, און אנגעהויבן סטראטעגיש צו פארכאפן די קהילות און ארגענעזאציעס, און דער ציבור האט אנגעהויבען צו ליידען מער און מער. און דאס מצב האט זיך דערקיילקעלט דא ווי מיר שטטיען היינט צו טאגס.
א קליין הייפעלע פון ערליכע רבנים מיט עסקנים אריין גערעכענט דער רבי זי''ע זעלבסט, האבן די גאנצע צייט געוויסט אז דער ברך משה זי''ע האט א זון וואס חוץ זיין גדלות בתורה, איז ער א דינאמישער מנהיג, ער האט א געוואלדיגע כוח דירך צו פירן זאכן וואס אלע וויליאמסבורגער רבנים אינאיינעם קענען נישט, אטו כי רוכלי אנן? יסודי התורה, תורתך שעשיעי, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, חתונה תקנות, שונה הלכות, מצות מהודרים, מקוה טהרה, און נאך און נאך, עס איז נישטא קיין איין רב אויפן כדור העולם וואס האט שוין באוויזען וואס ער האט. און מען האט געהאפט אז לאחר פטירתו פינעם ברך משה זי''ע, וועט ער נעמן די לייצעס פון די הנהגה אין דער הענט אריין, און וויליאמסבורג וועט ציריק ווערן א שטאט מיט אן הנהגה און א כוח הקהלה, און מען וועט ווייטער קענען אויפטאן פארן כלל.
למעשה אבער ווען עס איז קלאר געווארן פאר די קאראפטירטע מאכט דארשטיגע געלט גייציגע פארשוינען, אז רבינו שליט''א גייט זיי דערווייטערן פון זייער פאזיציעס, האבן זיי אנגעהויבן אנצונעמען דפענסיווע סטראטעגיעס, און דער מצב הבריאות פונעם ברך משה זי''ע האט זיי גוט צוגעשפילט, און זיי האבן קלאר געמאכט כלשונם: אז אויב וועלן מיר נישט זיין די פילאטן וועט דער פליגער קראכן.
מעשה שטן הצליח, רבינו שליט''א איז פארבליבן אין קרית יואל ווי ער פירט די שטאט מיט א ריכטיגע הייליגע תורה'דיגע הנהגה, קרית יואל איז נישט קיין שטח הפקר מען קען דארט נישט טאן וואס מען וויל, די פרייזען פון די דירות ווערן היפטש קאנטראלירט פון די ראשי הקהלה, וואגן זאל זיך איינער בעטן שליסל געלט ( ווער עס געדענקט די מעשה מיט א וו. מיט די בריק הייזער אויף עקערס רד.) און יעדער יונגערמאן מיט א געהעריגע פרנסה, קען זיך דארט דערשלאגן צו א דירה, צילוב דעם וואס די ראשי הקהלה אינאיינעם מיט רבינו שליט''א ארבייטען יומם ולילה בלא הרף פארן כלל.
עס איז קלאר אז ווען די קאראפטירטע עסקנים טיהען נישט וואס זיי האבן געטאן, און רבינו שליט''א וואלט ווען איבערגענומען די הנהגה בשלימות, וואלט וויליאמסבורג היינט נישט אזוי אויסגעקוקט, און דער מצב אין דעם שטאט וואלט געווען פול בעסער ברו''ג. דאס וועט דיר יעדער מודה זיין, א טייל טאקע נאר אין דער שטיל, אבער יעדער ווייסט אז דער מצב וואלט אונטער די הנהגה פון רבינו שליט''א געווען פול בעסער.
אצינד די רבנים.
די א''ג וויליאמסבורגע רבנים האבן זיל שרעקליך געפארכטען אז רבינו שליט''א וועט איבער נעמען די הנהגה, ווייל דאס וואלט ווען געמיינט אז זיי בלייבן אש און פארעך, זיי וואלטן בטל געווארן צו זיין כוח התורה, צו זיין צדקות און קדושה, און ועל כולם צו זיין כוח הנהגה תתק''ס פעמים, זיי ןןאלטן קיינמאל נישט געקענט טאן די אלע מעשה רשע וואס זיי טוהן כהיום, ווייל היינט האבן זיי זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם, ווייל דער יעניגער וועם די קאראפטירטע עסקנים האבן געשטעלט אין שפיטץ פון די א''ג הנהגה, איז גארנישט בעסער ווי זיי, אפשר נאך פיל ערגער גאר.דעריבער האבן א גרויס חלק פון זיי געשטיפט דעם וואגען פון השחתה און קאראפציע, און געארבייט מיט די קאראפטירטע עסקנים, זיכער צומאכן אז רבינו שליט''א קומט ח''ו נישט אן קיין וויליאמסבורג.
די דאזיגע רבנים זארגן זיך דען פארן כלל? א נעכטיגער טאג! זיי זארגען נאר פאר זיך, און פאר זיך, און נאכאמאהל פאר זיך, דעריבער ווען זיי מאכען פיקטשער מיטינגען צו ווארפן פארן ציבור זאמד אין די אויגן, דארף מין פשוט מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש.....