☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8879

Milk shake » פרייטאג מאי 15, 2015 12:47 pm

· #275380
Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
מיר רישן זיך בשעטו"מ צו עררייכן א נייעם עס יו ווי כפי מנהג רבותינו ואבותינו, די ריזיגע געז פרעסנדע סובארבאן - יוקאן איז ארויס פון שאלה, גלייך מיט די אנדערע לוקסוריעזע ווי טאיאטא סעקאיא וכדןמה, מיר קוקן אריין אין די שוה לכל נפש'דיגע פיילאט און היילענדער, אדער ניסאן פעטפיינדער, ווער ס'קען רעקאמענדירן און געבן זייער עקספיריענס, ביטע קומטס פארווערד,

מיט דאנק

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 15, 2015 12:54 pm

· #275384
מ'זאגט אז די היילענדער איז אויבן צווישן די דריי

אבי גערעדט » פרייטאג מאי 15, 2015 1:12 pm

· #275406
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
פעטפיינדער האט זיך בארימט געמאכט מיט א נישט צו גוטע דרייוו, פיילאט איז נישט שלעכט, אבער זייער באלקי, בלייבט איבער די היילענדער

יואב » פרייטאג מאי 15, 2015 1:25 pm

· #275412
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
א שנעלע תגובה נאר, כ'וועל אפשר באלד אז כ'וועל האבן צייט שרייבן מער איבער דעם.

אויבן אויף ווען ס'קומט צו האנדא vs טאיאטא איז דאס געווענליך אין דער זעלבער רענידש, פשוט מיט א מעטטער אף טעיסט. אויב בעפארצוגט איר א מער שטילע, רואיגע דרייוו, דאן גיי מיט טאיאטא. אויב ברויכסטו ליבערשט א קאר וואס האט א ראף דרייוו, זיצט בעסער אויפ'ן ראוד און האט א בעסערן פיק-אפ דאן גיי מיט האנדא.

דער יעצטיגער פיילאט איז א שטיקל פלאפ, דעם זומער אבער קומט ארויס א נייעם פיילאט אזאנס און אזעלכס. אויב קענסטו ווארטן א חודש צוויי גלייב איך אז ס'לוינט זיך.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 15, 2015 1:34 pm

· #275420
ס'קוקט מיר אויס אז די פלאץ מאחורי פאר פעקלעך איז נישט אייניג ביי די דריי, פאר מאנכע איז דאס א וויכטיגע פאקטור.

petergrifin » פרייטאג מאי 15, 2015 1:35 pm

· #275422
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
איך וויל נישט פארדרייען נאר אז מען רעדט וועגן קראס אווערס/suv וויל איך טאקע וויסן. פארוואס זאל איינער ליסען א פיילאט אדער היילענדער אנשטאטס א סיענע אדער אדעסי? א מיני ווען האט מער פלאטץ און ס'איז ביליגער, און דער אדעסי מיין איך באקומט אפילו בעסערע mpg.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 1:43 pm

· #275427
פיטערל, עס איז א מעדער אף טעיסט, מענטשן זענען גרייט צו מוותר זיין אויף די פאר דאלער, ס'ביסל פלאץ אדער בעסערע MPG אבי צו האבן א קאר וואס געפעלט.

ווי יואב זאגט, די נייע פילאט וואס קומט ארויס זומער - וועלכע איז באזירט אויפן אויסגעצייכנטן ACURA MDX - איז זיכער ווערד צו נעמען אין באטראכט. די יעצטיגע פיילאט האט א הארטע אומבאקוועמעע רייד.
די פעטפיינדער - כדברי אבי גערעדט הנ"ל - איז געווען א נארישע SUV ביז א יאר-צוויי צוריק, ווען ניסאן האט אנגעהויבן אריינגעלייגן כוחות אז עס זאל פארן די זעלבע סמאאד און שטיל ווי די היילענדער, און איז בערך די זעלבע גרויס.
אבער פארט האט עס נישט די קוואליטעט און דויערהאפטיגקייט וואס טאיאטע האט. הגם פאר א ליעס מאכט עס א קליינע נפק"מ.
עז אף נאו, וועלן מיר מיטשטימען מיט ישמעאל, די היילענדער שטייט אויפן שפיץ ליניע, און טאיאטע וויסן דאס, און דעריבער פאדערן זיי פרייזן העכער ווי די אנדערע.
סיי וויאזוי, זאלסטו מצליח זיין און גיין בדרכים ישרים וטובים.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 1:54 pm

· #275435
זעה דא א קאמפעריסאן צווישן 3-רייעס-זיצן SUV
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.motortrend.com/roadtests/suvs/1408_the_big_test_2014_three_row_crossovers">www.motortrend.com/roadtests/suvs/1408_ ... crossovers</a><!-- w -->

ווי געזאגט, די פעטפיינדער שטייט כמעט אייניג מיטן היילענדער.

הוגה » פרייטאג מאי 15, 2015 6:03 pm

· #275542
און אז מ'רעדט שוין, איך קלער פון נעמען א Nissan Rouge. די סיבה איז ווייל בעצם זיך איך א סודען מיט נידעריגע געז מיילידזש ווייל איך בין אסאך אויף די ראוד. אבער איך דארף דער איבעריגע זיץ בערך צען פופצן מאל א יאר ווען איך פאר מיט די גאנצע משפחה.

וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט די pros and cons פון די Rouge, און אויך אויב עס איז דא אן אנדערע קאר מיט מינימום זעקס זיצן וואס עסט נישט אסאך גאזאלין און איז גרינג אויף די קעשענע.

(אגב, פארוואס זאגט מען "עסט/פרעסט געזאלין" און נישט "טרונקט גאזאלין"?)

אפטעמיסט » פרייטאג מאי 15, 2015 6:16 pm

· #275543
און איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז נעמען א 15 פעסענדזשער ווען פאר מיינע דרייצן קינדער. נעקסט, צוליב מיין ווייב'ס שוואנגערן מיט א דרילינג, קומט א געלע באס אדער באוינג 747.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 15, 2015 6:46 pm

· #275549
איך וואלט געגאנגען מיט עירבאס.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מאי 15, 2015 7:45 pm

· #275578
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
אויב ווילסטו נישט משנה זיין ממנהג רבותינו הק׳ דארפסטו נעמען א יאקאן בעסער מיט א לעלא אבער א לעלא איז נישט א מאסט. אויך אויב מעגליך איז א אפישל פלעיט א גרויסע הידור.

שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 16, 2015 9:51 pm

· #275582
ביטע נישט פארגעסן אז דא איז אחיעזר, נישט שמייכל.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 17, 2015 5:30 am

· #275747
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
פארוואס רעדסטו נישט אויך פונעם דאדטש דארענגאו אדער פונעם פארד עקספלארער


Sent from my iPhone using Tapatalk

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 17, 2015 5:36 am

· #275748
דער נייער האנדא פיילאט
image.jpg

נולד מאוחר » זונטאג מאי 17, 2015 5:52 am

· #275749
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
שאולדיספריםפאקער
פארוואס רעדסטו נישט אויך פונעם דאדטש דארענגאו אדער פונעם פארד עקספלארער


Sent from my iPhone using Tapatalk

און פון שעווי טרייווערס?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 17, 2015 9:44 am

· #275778
שאולי דא האסטו
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/253265">viewtopic.php?p=253265#p253265</a><!-- l -->

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 17, 2015 8:18 pm

· #276076
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
שאולדיספריםפאקער
דער נייער האנדא פיילאט

מזאגט נאך אז סגייט זיין א הוט.
סעלוינט זיך צוווארטען

Milk shake » מאנטאג מאי 18, 2015 12:56 pm

· #276269
נולד מאוחר
שאולדיספריםפאקער
פארוואס רעדסטו נישט אויך פונעם דאדטש דארענגאו אדער פונעם פארד עקספלארער


Sent from my iPhone using Tapatalk

און פון שעווי טרייווערס?

מיר האבן שוואכקייט צו די יאפאנעזער קארס, טראץ וואס די פארד האט גוט אויפגעארבעט זייער נייע עקספלארער, וואס איז ביז נישט לאנג געווען א קלאץ מיט א נאז, די זעלבע מיט דאדש דורענגאו, וואס האט זיך אויך געשטעלט אויבנאן מיט איר נייער אויסזען און מיט די באקוועמליכקייט, דאך אי עס נישט ווי די אימפארטירטע סחורה, כן נראה לי. די טרייוערס איז אין מיין אפיניען א וועיסט פון א קאר, איין שטיק דורכפאל, פון אויסזען ביז קוואליטי..

Milk shake » מאנטאג מאי 18, 2015 12:58 pm

· #276271
דאנק צו אלע וואס האבן געגעבן יעוץ, אצינד הייסט מיר גייען מיט די הויכלאנדער, אבער דער דיעלער בעט זיך ווי א גזלן מיר זאלן צו ווארטן אויפן ניים פילאט וואס פארשפרעכט צו זיין איינס און אזעלכעס וכדברי כמה חברים, וועלמיר אולי צו ווארטן צו קענען קאמפעירן די צוויי לעבעדיגע אויטאס.

דאנק

Milk shake » מאנטאג מאי 18, 2015 1:03 pm

· #276272
טאיאטע סיענא, vs האנדא אדעסי, קרייסלער T&C, קיא סעדאונע
אין אן אנדערן אשכול האב איך אויסגעשמועסט וועגן דעם נייעם ע סיו ווי - קראס אווער וואס מיר דענקען זיך איינצוהאנדלען, האבן דארט עטליכע חברים אויפגעברענגט די אפציע פון מיני ווענס, איך גלויב אז ס'איז נוגע פאר פיל מענטשן, ווייל יעדן טאג זעט מען נייע מיני ווענס למיניהם אריינראולען אין שטאט מיט איר גאנצע טראכט, לתועלת החברים, ביטע ארויסרענגען די חילוק פון איינס איבערן צווייטן, מיט טיפע דאנק בשם כל החברה בקאווע שטיבל

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 18, 2015 1:29 pm

· #276275
פון מיין ערפארונג האט דער סיענע שטערקערע ווייפערס

Kool man » מאנטאג מאי 18, 2015 4:14 pm

· #276351
ס'יז אנגענומען אז די האנדא מיט די טאיאטא זענען כמעט נעק טא נעק, ביידע גאהר גוט גערעיטעד ביי די מומחים און ביי די קאנסומערס, די טאיאטא פארט מער באקוועהם און שטילער, און די האנדא ציהט אהן בעסער, א רייסערישען פיק אפ, אבער די רייד איז מער ראףף, די קרייסלער ווייטער איז ווי א זשיראף וואס שטעקט זיך אריין די נאז צווישען צוויי שעפעלעך, חוץ א גוטע טוי סטאר אויפען דעש איז עס א גרויסער באקסישער גולם, ריספאנדט שווואך, און פארמאגט מער קוואליפיקאציעס פאר א ליווינג רוהם אדער פלעי רוהם ווי א צו זיצען אויפען ראוד, די נייע קיע זאגען זיי איז בעסער ווי ס'פלעהגט זיין, אבער כ'מיין אז ס'נישט קיין פארמעסט מיט האנדא און טאיאטא, מיט פלאץ און מיט מעכטיגקייט,

נ.ב. טאיאטא האט דאס יאהר איבערגעמאכט זייער אינעווייניג, און פיהל פארשענערט און פארבעסערט פון ווי ס'פלעהגט צו זיין, האנדא איז נאך די זעלבע, ביי אלע מאדעלען זענען די אפגרעידעד סאך בעסער ווי די פשוטע, כמובן, לעדער, פיטשעווקעס און אפילו באקוועמליכקייט, די האנדא'ס טייעסטע מאדעל שטעלט צו א וועקיום קלינער אין די קאר, בשעת די טאיאטא האט געגעבען א מייק צו רעדען שיין צו די קינדער אין די בעק

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 18, 2015 4:21 pm

· #276356
מ'שרייבט אז די האנדע מיטן וועקיום קלינער really sucks

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 5:52 pm

· #276416
קאלטער, האסט פיין געשריבן, נאר איין הערה. אין אלגעמיין גיבט האנדא מער א ראף ("ספארטי") רייד, אבער ביים אדיסי האבן זיי ספעציעל פארארבעט אז עס זאל זיין סמאדער און שטילער ווי זייערע איבריגע קארס, וויבאלד מיניווען אייגענטימער זוכן דאס. עס איז קלאר אז די סיענע האט נאך אלץ די אויבערהאנט אין סמאדקייט און שטילקייט, בפרט מיטן 2015 מאדעל האבן זיי עס נאר פארבעסערט (בעיקר אין די שטילקייט חלק), אבער מען קען נישט זאגן אז די אדעסי איז ראף. איך האב שוין ביידע געדרייווט, און חוץ העכער באמפס און פאט-האולס איז נישטא אזא גרויסער חילוק, וכן יעידון ויגידון פה אחד אלע ריוויואס.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 5:54 pm

· #276418
בד"וו קרייסלער קומט ארויס מיט א נייע מיניווען נעקסטע יאר.

הוגה » מאנטאג מאי 18, 2015 6:13 pm

· #276431
הוגה
און אז מ'רעדט שוין, איך קלער פון נעמען א Nissan Rouge. די סיבה איז ווייל בעצם זיך איך א סודען מיט נידעריגע געז מיילידזש ווייל איך בין אסאך אויף די ראוד. אבער איך דארף דער איבעריגע זיץ בערך צען פופצן מאל א יאר ווען איך פאר מיט די גאנצע משפחה.

וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט די pros and cons פון די Rouge, און אויך אויב עס איז דא אן אנדערע קאר מיט מינימום זעקס זיצן וואס עסט נישט אסאך גאזאלין און איז גרינג אויף די קעשענע.

(אגב, פארוואס זאגט מען "עסט/פרעסט געזאלין" און נישט "טרונקט גאזאלין"?)


Anybody?

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 6:25 pm

· #276438
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
שמעקעדיג
בד"וו קרייסלער קומט ארויס מיט א נייע מיניווען נעקסטע יאר.

אין זיי גייען סטאפען מאכן די דאדז קארווען

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 18, 2015 6:31 pm

· #276441
הוגה
הוגה
און אז מ'רעדט שוין, איך קלער פון נעמען א Nissan Rouge. די סיבה איז ווייל בעצם זיך איך א סודען מיט נידעריגע געז מיילידזש ווייל איך בין אסאך אויף די ראוד. אבער איך דארף דער איבעריגע זיץ בערך צען פופצן מאל א יאר ווען איך פאר מיט די גאנצע משפחה.

וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט די pros and cons פון די Rouge, און אויך אויב עס איז דא אן אנדערע קאר מיט מינימום זעקס זיצן וואס עסט נישט אסאך גאזאלין און איז גרינג אויף די קעשענע.

(אגב, פארוואס זאגט מען "עסט/פרעסט געזאלין" און נישט "טרונקט גאזאלין"?)


Anybody?

כאב געהערט רעדן פונעם ראוג און מ'האט געזאגט אז ס'איז נישט צו גוט. די ניסאן מוראנא האט מען מער משבח געווען. געדרייווט האביך קיין איינע

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 19, 2015 2:47 am

· #276601
די יאפאנעזע וויהיקלס איז באקאנט אז זייערע residual value בלייבט זייער הויעך. דא האט למשל איינער פארקויפט זיין 2011 טאיאטא פאר ארום 30,000$ מער וויפיל ס'ווערד געווען ברענד ניו..

📎 rps20150519_024629.jpg

Milk shake » דינסטאג מאי 19, 2015 2:06 pm

· #276788
LOL, ישמעאל, מיין סארקאזם - ליצנות דיטעקטאר הערט נישט נישט אויף צו פייפן.

Milk shake » דינסטאג מאי 19, 2015 2:09 pm

· #276790
בד"וו, קרייסלער, מער קארעקט "דיימלער-קרייסלער" געהערט פאר די דייטשע מערצעדעס פירמע, ס'איז גאנץ אינטרעסאנט, אז פיל אידן האלטן זיך אפ פון קויפן א מערצעדעס, ווייל זיי האבן משעבד געווען אונזערע זיידעס מיט עבודת פרך און עוד, אבער קריצלער אויטאס דרייווט מען בשפע, אולי יש לומר אז נאר ווייל ס'איז ביליגער, וההינו טעמא דמערצעדעס נישט, ווייל ס'איז טייערער, ויש לישב בדוחק.

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 19, 2015 2:13 pm

· #276793
היינט צוטאגס באלאנגט עס שוין נישט צו דיימלער

Milk shake » דינסטאג מאי 19, 2015 2:19 pm

· #276797
נאר צו וועם?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 2:20 pm

· #276799
אן איטאליענישע קאמפאני "פיאט" (FIAT) האט עס אפגעקויפט עטליכע יאר צוריק.

יואב » דינסטאג מאי 19, 2015 2:23 pm

· #276801
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
נאך מער איראניש איז נישט צו טרייבן א קאר בלויז ווייל ס'קומט פון דייטשלאנד – א לאנד אין וואס נאציזם האט דארט געהערשט פאר עטליכע יאר – אבער, עהם, "פארד" דרייווט מען אין גרויסן.

יואב » דינסטאג מאי 19, 2015 2:24 pm

· #276803
Re: Honda pilot vs. Toyota highlander, Nissan pathfinder
הוגה, איבער דעם נייעם Rouge זאגט מען אז ס'איז גוט. Honda CR-V איז אן אנדער גוטע אפציע צו נעמען אין באטראכט.


ס'האט א שטיקל rough drive, און נישט דאס בעסטע פיקאפ.

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 2:28 pm

· #276806
CR-V האט נישט א דריטע רייע זיצן.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 5:05 pm

· #277405
Honda Pilot First Drive
לויט דעם איבערזיכט, דרייווט עס משוגע סמאאד, און האט אסאך פיטשעווקעס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:35 am

· #277624
נאך א גוטע באשרייבונג:
<a class="postlink" href="http://www.autoguide.com/manufacturer/honda/2016-honda-pilot-review">http://www.autoguide.com/manufacturer/h ... lot-review</a>