☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » לימוד התורה - דער וועג צו א שלימות'דיגע בריאה

לימוד התורה - דער וועג צו א שלימות'דיגע בריאה

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8877

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 2:13 am

· #275295
לימוד התורה - דער וועג צו א שלימות'דיגע בריאה
מיט וואס איז לערנען תורה אנדערש פון לערנען אלגעמיינע לימודים?

די תורה איז אנדערש מיט דעם, אז אלגעמיינע לימודים לערענט מען נאר זאכן וואס איז שייך אינעם יעצטיגן זמן, אבער אין די תורה לערענט מען וועגן שור שנגח און זקן ממרא וואס איז נישט שייך בזמנינו.

וואס איז טאקע פשט, פארוואס דארף איך זיין פארנומען שעות טעג און וואכן אויף א סוגיא וואס האט מיט מיר גארנישט. וואס בין איך שולדיג אז דער נזיר האט זיך געלאזט וואקסן די האר מער ווי ל' יום, און וואס האב איך מיט'ן כהן גדול בזמן בית שני איינגעשטויסן?

ישראל ואורייתא וקוב"ה חד הוא, הסתכל באורייתא וברא עלמא. דאס זאגט אז די גאנצע וועלט תבל ומלואו איז אלעס איין גרויסע אלקות. יעדע בריה איז איין קליינע שטיקל אינעם פאזל פון די כלוליות'דיגע universal energy. ווען מ'שטעלט דאס צוזאם מיט אלע חלקים פון די וועלט, כולל אויך אלע זמנים, איז פשט אז יעדע זאך וואס איז נאר אמאל געווען, איז, און אויך וואס געפונט זיך נאך אין כח היולי איז איין גרויסע בילד פון א unifying universe פון אלוקית.

ווען א איד וויל זיך מקשר זיין און ערפילן דעם חלל וואס ער איז באשטימט געווארן אנצופילן מיט זיין חלק אלקות, קען ער עס נאר טוען דורך תורה. תורה איז די חכמה וואס האט נישט מיט די הוה, נאר עס האט אויך אין זיך נושאים וואס גייען צוריק און די עבר ווי אויך אין די עתיד. די תורה איז כולל און מקשר אלע זמנים אין היסטאריע פון די וועלט מיט דעם וואס זי איז נישט א timely subject. ווען דער איד איז מסתכל באורייתא, ווערט ער חד הוא מיט די אין סופ'דיגע אליקות פון די וועלט און נתקשר צום אייבערשטען. מיט דעם ערפולט ער זיין ציהל אין לעבן, און איז מחיה זיין נשמה וואס געבט קראפט צו זיין אות בתורה.

דאס איז די כונה פון השם שלם והכסא שלם, ווען יעדע איד וועט ממלא זיין זיין תפקיד, וועט זיין א שלימות הבריאה, ס'וועט זיין שלם מיט איר פולקומע התעלות, וועט משיח קענען קומען.

שבת אחים » פרייטאג מאי 15, 2015 6:28 am

· #275307
כ׳האב אפאר קשיות אויף דיין דרשה, מעג מען אריינפרעגן ???

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 8:34 am

· #275314
אוודאי, ס'איז סך הכל נאר א געדאנק בד"א.

מרדכי » פרייטאג מאי 15, 2015 10:14 am

· #275333
Re: לימוד התורה - דער וועג צו א שלימות'דיגע בריאה
אויך האט לערנען תורה א השפעה אויף די עצם מענטש. א מעדיצין צו ברענגן נענטער צום באשעפער.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 1:12 pm

· #275407
שבת אחים
כ׳האב אפאר קשיות אויף דיין דרשה, מעג מען אריינפרעגן ???


@שבת אחים

נאטירליך » פרייטאג מאי 15, 2015 1:54 pm

· #275437
רבינו השפם האדום אויב כוואלט דיר געמעגט בעטן זאלסט אביסל מסביר זיין דיינע ווערטער, דו הייבסט אן מיט זייער א גוטע קשיא,
וואס איז טאקע פשט, פארוואס דארף איך זיין פארנומען שעות טעג און וואכן אויף א סוגיא וואס האט מיט מיר גארנישט. וואס בין איך שולדיג אז דער נזיר האט זיך געלאזט וואקסן די האר מער ווי ל' יום, און וואס האב איך מיט'ן כהן גדול בזמן בית שני איינגעשטויסן?

אבער דער תירוץ זאגסט מער א פאקט אן קיין הסבר די מאמר הזוהר אז ישראל ואורייתא וקוב"ה חד הוא איז זייער דראמאטיש און ציענד אבער וואס האט טאקע די זאכן צוטוהן מיט אלוקית און מיט מיר??

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 2:27 pm

· #275458
ישראל ואורייתא וקוב"ה איז א מאמר וואס מ'קען נאר פארשטיין מיט די איידיע פון אלקות. די דריי זאכן זענען דריי באזונדערע זאכן, אבער ווען מ'פארשטייט די וועלט פון א כבודו מלא עולם פרעספעקטיוו, שטימט עס זייער גוט.

די זאכן האט צו טוען מיט דיר, וועגן לפי דברינו הנ"ל איז יעדער מענטש א חלק פונעם גרעסערן בילד. מיט דעם וואס א מענטש איז זיך מקשר צום תורה וואס איז כולל אין זיך דעם גרעסערען בילד (הסתכל באורייתא וברא עלמא) plugged ער זיך אריין אינעם אין סוף פון נצחיות און זיין תפקיד אויף די וועלט ווערט נתמלא.

cictim » פרייטאג מאי 15, 2015 3:05 pm

· #275475
אפילו די רמב"ם וואס האלט פון חקירה שרייבט:
"ולא עבודת כוכבים בלבד הוא שאסור להפנות אחריה במחשבה אלא כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו ואם ימשך כל אדם אחר מחשבות לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו כיצד פעמים יתור אחר עבודת כוכבים ופעמים יחשוב ביחוד הבורא שמא הוא שמא אינו מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור ופעמים בנבואה שמא היא אמת שמא היא אינה ופעמים בתורה שמא היא מן השמים שמא אינה ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות ועל ענין זה הזהירה תורה ונאמר בה ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים כלומר לא ימשך כל אחד מכם אחר דעתו הקצרה וידמה שמחשבתו משגת האמת כך אמרו חכמים אחרי לבבכם זו מינות ואחרי עיניכם זו זנות"

מיין טייערע קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 3:07 pm

· #275477
ובכן, פיר אויס...

יואב » פרייטאג מאי 15, 2015 3:13 pm

· #275482
Re: לימוד התורה - דער וועג צו א שלימות'דיגע בריאה
רויטע, איך פארשטיי בעסער די קשיא ווי דעם תירוץ. דאס איז אויך א וועג אין תורה צו מאכן פון אלעס א תורה וואס דאס זאל זיין הסבר צי גאר מחייב זיין די ערשטע תורה וואס איז נאך א מינוט צוריק געווען א קשיא.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 3:19 pm

· #275487
🙂 אזא שטיפעריי? @יואב, גיי שוין צו די מנהל!

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 3:24 pm

· #275489
יואב
רויטע, איך פארשטיי בעסער די קשיא ווי דעם תירוץ. דאס איז אויך א וועג אין תורה צו מאכן פון אלעס א תורה וואס דאס זאל זיין הסבר צי גאר מחייב זיין די ערשטע תורה וואס איז נאך א מינוט צוריק געווען א קשיא.


אדרבה, איך זוך א בעסערע תירוץ, חוץ אויב די וועסט זאגן אז יעדע תירוץ לעולם איז אנגעשטעקט מיט די זעלבע תורה'דיגע הסברים מחייב צו זיין. אויב יא וועט מען מוזן בלייבן שטעקן מיט'ן משנה ברורה.

cictim » פרייטאג מאי 15, 2015 3:28 pm

· #275493
די רמב"ם רעדט פון טראכטן אויף יעדע ענין "שמא היא מן השמים שמא אינה" הגם חקירה איז מותר כסדר טראכטן איז אל תפנו אל האלילים.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 4:16 pm

· #275505
אויף וועלכע פון מיינע וועטער באציהט זיך דיין מחאה? ווי ליגט אין מיינע ווערטער א צל של ספק אין מה היא מן השמים?