☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » הקול הבא

הקול הבא

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8871

Specialist » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:05 pm

· #275162
הקול הבא
אינטרעסאנט א זאך וואס גייט שוין אן פאר א האלב יאר אין קיינער רעדט נישט גארנישט דערווגען. הקול הבא איז א show ווי מען וועט אויס קלובען דעם קומענדיגע קול. ווי עס ווערט אן געפירט דרוך fdd productions אין מנחם טוקר פין קול חיי אין די שופטים זענען מרדכי סובול אלס יושב ראש, אריה ברונר, חיים ישראל, אוהד מושקוביץ, אין עדי רן, ווי אוך איז יוסי גרין איציק דדיה אין דוד פדידה געווען דארט אלס גאסט, דא איז די ערשטע חלק פין 10 אין ווי עס וועט נאך ספירה זיך אנהייבען די צוויטע חלק !

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:36 pm

· #275221
מיטגעהאלטן. עס איז א שיינע זאך א היימישן ריאליטעט פראגראם וואו חרדישע אידן קענען מגלה זיין באהאלטענע טאלאנט. הלואי מיר האבן אזא שוי דא אין אמעריקע פארן היימישן ציבור. דא האלטן מיר זייער ווייט פון אזא פארשריט און מיר פארן נאר ווייטער.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:46 pm

· #275224
מיטגעהאלטן. נישט נתפעל געווארן פון רוב איינגערעדטע זינגערס. סארי.

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:49 pm

· #275225
קוק דעם לעצטן צענטן עפיזאדע, דארט האט ער א פאר וואס צייגן.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=a7_tZpB7wbc">https://www.youtube.com/watch?v=a7_tZpB7wbc</a>

מנחם » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:58 pm

· #275229
בן תמליון
מיטגעהאלטן. עס איז א שיינע זאך א היימישן ריאליטעט פראגראם וואו חרדישע אידן קענען מגלה זיין באהאלטענע טאלאנט. הלואי מיר האבן אזא שוי דא אין אמעריקע פארן היימישן ציבור. דא האלטן מיר זייער ווייט פון אזא פארשריט און מיר פארן נאר ווייטער.

נישט ממש, 'כל העולם כלו' האלט שוין ביים צענטען סעזאן.

בן תמליון » זונטאג מאי 31, 2015 11:50 am

· #279257
שלב 2, הופעות החיות. דער געוואלדיג/געוואלד געדאנק איז זייער ארגינאל.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=mvJfAVhj5JA">https://www.youtube.com/watch?v=mvJfAVhj5JA</a>

ברוך בער » זונטאג יוני 19, 2016 11:24 am

· #338239
דער געווינער איז א חסידישער אינגערמאן א קרעטשניפער חסיד, זיין זינגען איז עפעס ממש א קאפי פון מב"ד. זיי ארבעטען אויף אן אלבום מיט איהם. זעט אויך דעם סינגל רעליעסד "תורה הרבה" און אלעס ארום מוטי רוטמאן: <a class="postlink" href="http://www.93fm.co.il/radio/tag/%D7%94%D7%A7%D7%95%D7%9C-%D7%94%D7%91%D7%90/">http://www.93fm.co.il/radio/tag/%D7%94% ... %91%D7%90/</a>

שרייבן זיי דער איז געווען יארן בין חיים למות אין שפיטאל און האט איבערגעלעבט מיט ניסים, טאקע אינספיראציאנעל.

ווען וועל מיר זוכה זיין צו אזא טאלאנט פארמעסט אין אמעריקע? קוקט ווי בריליאנטן זענען אויפגעגראבן געווארן וואס אנדערש וואלט מען קיינמאל געהערט פון זיי.