מיינע אינטערוויוס מיט טעקסי דרייווערס און אנדערע
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8870
מיינע אינטערוויוס מיט טעקסי דרייווערס און אנדערע
איך בין א מענטש וואס בטבע האב איך ליב צו שמועסן מיט פארשידנארטיגע עלעמענטן אןן כאראקטערן, און הערן איבער זייער לעבן און זייער געדאנקען גאנג.
פאלגענד איז א שמועס מיט א ווייסער גוי, 63 יאר אלט:
מושב: זענט איר א גלויביגער?
דעניס: יא, איך בין אויפגעוואקסן אלס קאטאליק, אבער ווען איך האב מיר געמאפט אהער האב איך געטוישט צו "פירסט פראספעטיריען" קירכע (א פראטעסטטנטישער פראקציע) , ווייל עס איז מיר אויסגעקומען פראקטישער און ביליגער. אלס האט צו טון מיט געלט, אפילו א קירכע רעליגיע גייט מען ווי ס'ביליגער (ער לאכט).
מו': איז עס נישט געווען א שטורעמישע אדורך גאנג צו טוישן פון א קאטוילישע קירכע צו א פראטעסטאנטישע קירכע?
דע': נע, ווילאנג מ'איז א קריסט איז אקעי.
האט איר א ווייב מיט קינדער?
יא, א סעקנד מעריטש ווייב מיט איין טאכטער פןן דער ערשטער ווייב.
מיט מיין ערשטע ווייב האב איך מיך געטראפן דורך פרענדס. די ערשטע פאר יאר האב איך מיט איר געהאט א גוד טיים, אבער אזוי ווי זי איז א קאנטאאל פריק און צו דערצו אויך א ספענדערן אן אחריות, האט זיך דער מערידזש צובראכן, ביז זי האט מחליט געווען אז זי וויל א גט. זי האט געוואוסט א זי וועט באקומען האלב פון די הויז און אנדערע בעניפיטן. אונזער איינציגער טאכטער איז דאן געווען זעקס יאר.
המשך יבא
א שוואכער גלויביגער דער טעקסי דרייווער...
מו': האט די מאמע איר געפויזנט אנקעגן דיר?
דע': זי האט פראבירט. אבער איך האט געהאט קאסטעטי, און זי האט זייער ליב געהאט צו קומען צו מיר. ביי מיר האט זי זיך געפילט מער פריי ווי ביי די מאמע וואס איז איר געשטאנען אויפן קאפ. אויך איז געווען א פראגראם פון די פרעספעטעריען קירכע צוזאמצונעמען אלע קינדער פון דיווארסט עלטערן פאר א שעה בעת זיי זענען אונטער די טאטע און זיי געבן אקטיוויטיס. און זי האט זייער ליב געהאט אהין צו גיין.
מו': איז עס געווען א שווערער אדורך גאנג. איז געווען צייטן וואס איר האט געוויינט אין בעט?
דע': יא, בעיקר ווען איך האב צוריק געטראגן מיין טאכטער נאך די וויזיטעישן.
מו': און וואס איז מיט די חינוך, האט איר געהאט פראבלעמען מיט איר אזוי ווי דראגס וכדו'?
הא, טענק גאט, ניין, זי האט זיך גיהאלטן שטארק, און אז אירע חברים האבן איר געוואלט אריין שלעפן אין נידריגע אקטיוויטעטן האט זי זיי אפגעלאזט.
זי פלעגט א שטיק צייט קומען צו מיר יעדעס מאל צוזאמען מיט א בוי פרענד, אבער איין מאל איז זי געקומען אן אים, אויף מיין פראגע פארוואס ער איז נישט געקומען, האט זי געענטפערט אז זי האט זיך אפגעלאזט פון אים ווייל ער הייבט אן מיט דראגס און אנדערע מעשים.
מו': וואס האט איר געמאכט זיך האלטן אזוי שטארק?
דע': דאס האב איך אייגנטליך צו פארדאנקען איר מאמע, זי האט איר קאנטראלט, און אויך האט זי געארבעט אין יענע סקול. אבער זי איז עניוועי געווען א גוט קינד.
מו': אז מ'רעדט פון די חינוך, וויאזוי איז עס געווען אין אייערע צייטן אין סקול. זענט איר געווען אויף דראגס אדער ענליכעס?
דע: נאו, איך בין געווען ארומגענומען מיט א גרויסער פעמעלי, מיט זיבן אכט פעטערס אין שטאט, און דאס האט מיר געהאלטן אין קאנטראל .
מו': און באהאלטענערהייט?
דע': נע, אזוי ווייט שוין נישט, איך בין געווען דיסיפלינירט און איך האב נישט געזיכט פון אונטערן טיש צו מאכן טראבל.
און בכלל אין מיינע צייטן איז אלעס געווען אנדערש. היינט זענען דא פאליס אפיסערס ביי די סקול האלוועיס צו פראטעקטן פון קריים אין סקול. אין מיינע צייטן איז דאס נישט געווען, די קינדער זענען געווען דיסיפלינירט, מ'האט געהאט א געהעריגער פעמעלי, מיט עלטערן וואס האבן מחנך געווען זייערע קינדער.
ס'דא וואס טענה'ן אז די טיטשערס זענען נישט מחנך די קינדער. איך האלט אבער אז ס'איז נישט אמת, נישט דער טיטשער דארף מחנך זיין די קינדער, די עלטערן דארפן זיי מחנך זיין, און די היינטיגע עלטערן זענען זיי נישט מחנך, וועגן דעם איז דא אזוי פיל פראבלעם'ס.
מו': און וואס איז מיט אייער טאכטער היינט?
דע': זי איז פונף און צוואנציג, זי ארבעט אלס א נורס אין א האספיטאל, זי האט זייער ליב צוקומען צו מיר, און צו מיין נייע ווייב. איר מאמע טיילט איר צופיל איין וואס צו טון.
אבער איך לאז איר טון אזוי ווי זי פארשטייט. איך האלט אז פאר אן ערוואקסענעם מענטש דארף מען נישט איינטיילן וואס צו טון. אבער איך זאג איר כסדר אז זי זאל אויך וויזיטן איר מאמע, דאס איז דאך איר מאמע אןן זי דארף איר מכבד זיין.
מו': זי פלאנט חתונה צו האבן?
זי האט א בוי פרענד, אבער דערווייל קלערט זי נאך נישט חתונה צו האבן.
מו': וויאזוי גייט עס טאקע מיט פרענדס. צ.ב.ש. דו אין דיינע יונגע יארן ביסט נישט געווארן דיסעפוינטעט ווען א גירל פרענד האט דיר אפגעלאזט און געגאנגען צו א צווייטן?
דע': יא, אבער איך האב מיר אויסגעלערנט אז דאס איז א פארט אף לייף.
מו': ווען האט איר געטראפן אייער נייער ווייב?
דע': איך האב מיך מיט איר געטראפן אין א באל רום וואו מ'טאנצט. א באל רום איז מער קלאסישער ווי א קלאב. ביים טאנצן האבן מיר זיך אנגעהויבן צו באקענען און א יאר צוריק האבן מיר חתונה געהאט.
מו': זענט איר צופרידן מיט איר?
או יע! זי איז זייער א ספיריטשל לעידי. זי דאוונט יעדן טאג.
מו': וואס דאוונט זי?
זי האט א א הענד בוק וואס א פרוי האט צוזאמענגעשטעלט פון שטיקלעך פון די בייבל. און עס איז אויסגעשטעלט פאר יעדן טאג צו זאגן א חלק.
מיר באקומען אויך אויף די פאסט א חודש'ליכער קריסטליכער מאגאזין וואו עס ווערט געברענגט שיינע געדאנקען אויף די טעגליכע תפילות פון דעם חודש. עס איז זייער שיין.
מו': וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט נישט קיין געלט פאר מעמבערשיפ אין טשערדזש. ער קען נישט זיין קיין מעמבער?
דע': ער קען יא. ס'דא פאנדרעזערס. אין קלויסטער גייט מען ארום מיט א באקס, אויך טרייבט מען ארויף געלט דורך אנדערע וועגן. מיין ווייב דאונעיט זייער הייליג יעדן חודש. און די געלט גייט נישט נאר פאר די קירכע געברויכן, נאר אויך פאר צו געבן צו עסן און קליידונג פאר ארימע מענטשן.
מו': גיט מען נאר פאר פרעספעטיריענס?
מו': נאו, מ'גיט פאר יעדן. אסך מאל מאל שטעלן זיך עטליכע קירכעס צוזאם און מ'שטעלט אויס אין א ספעציעלער פלאץ פארשידענע ערליי פראדוקטן און קליידונג און די ארימע קומען נעמען.
מו: אז איך וועל קומען וועל איך אויך באקומען?
דע': יא!
מו': נו, אז מטיילט אומזיסט, איז נישטא קיין אנלויף?
דע': ניין, ווייל זייער א סך טשערטשעס טוען עס.
מו': און דו טראסט זיי אז זיי ניצן דאס געלט פאר די צוועקן אויף וואס מ'האט עס דאונעיטעט?
דע': או יע, איך טראסט די פריטשערס (גלחים) אינגאנצן.
מו': ווען אייער ווייב גיט צדקה טוט זי עס פאר א סגולה פאר א גליקליך לעבן, אדער טוט זי עס סתם פאר ספיריטשואלעטי כדי צו טון א מצוה?
דע': ביידע. זי פילט אז זי דארף שטיצן איר קירכע.
א באגעגעניש מיט א אוקראיאינער לעמבערגער גוי פון ניו דזשערסי, ארום פופציג יאר אלט, א הויכער געבויטער. וואוינט דא ארום פופצן יאר.
מו': פארוואס זענט איר אוועק פון אוקראינע. דו האסט נישט ליב די מענטאלעטי?
וול': איך האב זיי יא ליב, זיי זענען זייער געשמאקע רואיגע פיינע מענטשן, נאר ס'פשוט אומעגליך דארט צו מאכן פרנסה אויף אויסצולעבן דעם חודש. איך דארף שיקן פאר מיין מאמע און געשוויסטער וואס וואוינען דארט געלט אז זיי זאלן קענען אויסצאלן די חודש.
מו': זענט איר רעליגיעז?
וול: יא א פראוועסלאווישע (רוסישער גריק ארטעדאקס). אבער באמת איז מיר נישט קיין חילוק וועלעכער סארט קריסט, אלע גלייבן סייווי אין איין גאט.
מו': וואוינט איר צוזאמען מיט נאך פון אייערע לאנדס לייט?
וול: ניין, איך דארף נישט אז זיי זאלן מיר אריינקוקן אין פענסטער אריין, איך בין גוט מיט זיי פונדערווייטן. איך האב אמעריקאנער שכנים און איטאליענער, זייער פיינע און פריינדליכע נעבערס. קיינער איז נישט דזשארדזשימענטל. מ'גריסט זיך און מהעלפט זיך. איך גיי אין א פראוועסלאנער קירכע אין געגנט נישטא דארט קיין אוקראינער. סאיז גוט אזוי.
מיינע קינדער גייען אין דעם פאבליק סקול אין די געגנט. ס'איז זייער א פיינער סקול מיט קינדער פון גוטע שטובער, נישטא קיין שווארצע (דאס ראומט ער מיר אריין אין אויער כדי קיין שלעכט אויער זאל נישט הערן), כמעט נישטא קיין דראגס פראבלעם.
מו': וועלעכער שפראך רעדט איר צו די קינדער?
וול': אין שטוב לאז איך נישט רעדן קיין ענגליש. איך האלט אז מהאלט זיך צו די שפראך פון די עלטערן ווערט מען נישט אזוי שנעל קאליע און אינפלוענסט פון אמעריקא.
moshav zekeinimאון די געלט גייט נישט נאר פאר די קירכע געברויכן
מענטשן באדארפן געברויכן. קירכעס אויכעט?
וואס קירכעט מען און גלח'ט מען דא?
דאנט געט מי ראנג, די שמועסן זענען אינטרעסאנט אבער די קריסטליכע מענטאליטעט שפירט זיך אומהיימליך..
בין איך טאקע דער איינציגסטער?
מה דך פון א זאלי איז נאך קיינער נישט געווארן קיין ארויני, כש"כ וועט קיינער נישט ווערן פון א איד א קריסט. שלאף רואיג.
א קורצע שמועס מיט א יונגע פארטוגעזישער. אנגעפאשעטער גוי אין א שלאכט הויז, בשעת'ן אפשינדן די הויט פון א רעביט:
מו': וואס איז אייער בעסטער פלייש וואס איר האט ליב צו עסן?
פאר': ביף. ביף איז די בעסט.
מו': בעסער ווי פורק (חזיר) פלייש?
פא': יא א סך בעסער. פורק איז נישט קיין ספעשל פלייש, עס איז זייער ביליג, 4 דאלער א פונט. ביף איז אסאך טייערער, ארום אכט דאלער א פונט. קיין שום פלייש קומט נישט צו צו ביף.
מו': וואס נאך א פליישן האט איר ליב?
פאר': טשיקן רעביטס גענזן און אמאל אויכעט לאם.
מו': איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן קיין רעביט ווייל ס'נישט קיין קאושער ענעמל. וואס פאר א טעם האט עס, אזוי ווי בהמה פלייש?
פאר': ניין, מער ענליך צו טשיקן. עס איז נאר אביסל דיפרענד.
מו': זענט איר רעליגיעז?
פאר': (ער ענטפערט מיט גאנץ שוואכע אונטערעס בשעת'ן זיין פארנומען מיטן רעביט): יא א קאטאליק.
מו': אין וואס גלייבט איר פונקטליך?
פאר': (ער מאכט מיט די אויגן ווי ער ווייסט נישט וואס איך וויל פון אים): אין יאשקע.
מו': נאכן טויט גייט איר גיין אין גן עדן?
פאר': (ווייטער ווייסט ער נישט וואס איך וויל). הער מיר צו, די גן עדן איז דא אויף דער וועלט. נאכן טויט גייט מען אין א לאך. קוק דער רעביט, איך האבן יעצט געהארגעט, ער גייט אין העווען? ער גייט אין מיין בויך! ( ער לאכט מיט זיין פויערישער געלעכטער).
מו': איר גייט איר קירכע?
פאר': נע.
מו': אויב אזוי, מיט וואס זענט איר א קריסט, אין וואס גלייבט איר פונקטליך.
פאר': אין ישקע.
מיט דעם האט זיך דער שמועס געענדיגט. איך פארשטיי נאך אלס נישט אין וואס זיין גלייבן באשטייט. אפשר דארף איך מיר אויסלערנען נאך א דערהער אין גלייבן, אז אפילו מגלייבט נישט, אבער אז די מאמע האט געזאגט אז דאס הייסט גלייבן, איז דאס געגלייבט.
הערליך שיין מושב!
א קליינע הערה: צו רעדן רעליגיע מיט סתם עמך קען טאקע זיין אינספירירנד, אבער מ'דארף אויך וויסן ווער ס'איז אינטערעסירט אין אזא שמועס. ווען דו זעסט אז עמיצער צייגט נישט קיין אינטערעס אין דער טעמע צווינג עס נישט ארויף אויף אים. מיט דעם לעצטן ספאנישן וואלסטו געקענט רעדן וועגן אינטערעסאנטע ערפארונגען וואס ער האט געהאט אין לעבן, וועגן שווערע און זיסע צייטן, א.א.וו. (מאך אויך זיכער אריינצואווארפן א ווארט וועגן דיין אייגן לעבן - נישט עפעס וואס איז דירעקט אידיש נאר אלגעמיינע מענטשליכע אנעקדאטן -, כדי ס'זאל זיך נישט שאפן א רושם ווי דו ביסט פון אויבן און ער איז פון אונטן. אן אינטימער שמועס דארף זיין צווייזייטיג.)
אסאך הצלחה אין דיין זייער-מענטשליכן פראיעקט. יהי חלקי עמך!
א שמועס מיט א 67 יעריגער גוי פון א ריין דייטשער אפשטאם. א פארעלטערטער גוי מיט א ווייסער בארד, דאס ווייב זיינער גייט מיט א שעסל (סקורט). א מיטגליד פון די קירכע אוו טע בראדערס (פראטעסטאנט):
מו': דערציילט מיר וואו זענט איר געבוירן און חתונה געהאט.
דעיוויד: איך בין געבוירן אין פלארידע. אויפגעוואקסן אין ניו דזשערזי, און שפעטער צוריק מיט די עלטערן קיין פלארידע.
זייענדיג דארט האב איך אנגעהויבן מיט לאוקל טראקינג, און דערנאך אלס פאראמעטיק. און פון דארט בין איך דורך די פארבינדונג פון א משפחה מיטגליג מיינער, פון ניו מעקסיקא, זיך אריבערגעצויגן קיין ניו מעקסיקא, צו וואלאנטירן מיט דרייווינג און אמבולאנס סערוויס פאר די מישענערי פראיעקטן אינערהאלב דער אינדיאנער נאוואהאל שבט דורך די "בראדער קרייס קירכע" וועלעכע זענען ענג פארבינדן מיט מיין "קירכע אוו די בראדערס".
די דארטיגער בראדער קרייס קירכע געפונט זיך הארט נעבן דער נאוואהאל ריזערוו. זיי האבן דארט געבויט א שפיטאל פאר די געברויך פון די נאוואהאלס. און איך בין געווען פון די וואס זענען געגאנגען אויפפיקען די עמערדזשענסי קעיסעס סיי די נאוואהאל אינדרויסן פונעם רעזערוו אןן סיי די נאוואהאלס פון אינעווייניג אינעם ריזערוו.
געווענליך האבן די נאוואהאלס נישט ליב אז די ווייסע אמעריקאנער דרייען זיך צווישן זיי. זיי זענען זייער חשדנות'דיג אז מ'וויל זיי צונעמען וואס זיי האבן און שטערן זייער לעבן'ס שטייגער און נעציאנאלער האלטונג. אבער ווען זיי האבן איינגעזען אז מיר ווילן זיי נישט טשעפענען און שטערן, נאר מיר זענען דא זיי צו העלפן, האבן זיי אנגעהויבן אונז אויפצונעמען זייער שיין, און אנגענומען דעם קריסטיליכערהגלויבן פון דער בראדער קרייס, ביז ס'איז געוורן םון זיי אלייןס גלחים. און א טייל פון מיין דזשאב איז טאקע געווען צו ברענגען און טראגן אין קירכע אן אלטער נאוואהאלישער גלח וואס האט שוין נישט געקענט אליין גיין.
איך האב זייענדיג דארט אנגעקניפט א שטארקער קשר מיט די נאווהאל שבט. זיי זענען זייער פיינע מענטשן צו די וואס טשעפענען זיי נישט. די וואס לעבן אינדרויסן ווילן האבן א שייכות מיט די אמעריקאנער וועלט, אבער די םון אינווייניג ווילן בלייבן אפגעטיילט און אביסל אלטמאדיש.
איך האב מיט זיי א סך פארברענגט אןן זיך אויסגעלערנט א טייל פון זייער שפראך און עד היום שפיר איך א שטארקער צוגעבינדן'קייט צו זיי.
דאס באקענען זיך מיט א פארשטיפטער שבט האט מיר געברענגט זיך צו אינטרעסירן און אנדערע אינדיאנער שבטים און אנדערע מינדערהייט גרופעס אין אמעריקא, איבער זייער לעבנס שטייגער און געדאנקן גאנג. וואס איך האב שפעטער געהאט די געלעגנהייט צו באקענען ווען איך האב געטון טראקינג איבער די לענג אין ברייט פון אמעריקא, אין פארווארפענע מקומות.
זיך באקענענדיג מיט אזוי פיל סארט פעלקער און גרופעס האב איך מיר אויסגעלערנט אז ס'איז באמת דא גוטע מענטשן פון אלע קרייזן און ראסן, אבער גלייך צייטיג פארקערט אויך, באמת נידערטרעכטיגער מענטשן, אבער עס האט נישט צוטון מיט די ראסע.
איך האב מיר אויסגעלערנט ליב צו האבן יעדער ארנטליכער מענטש אפגעזען וועלעכער ראסע ער איז. און דאס איז אייגנטליך וואס דער בראדער קירכע שטעלט מיט זיך פאר, ליב צו האבן יעדן יומענביאינג.
זייענדיג דארט, אין ניו מעקסיקא, האב איך מיר באקענט מיט א מיידל פון מיין קירכע וואס האט געארבעט אין א דערנעבענדיגער דארמעטארי אלס מוטער פאר די יונגע סטודענטס. און א יאר דערויף חתונה געהאט מיט איר מיט וועלעכע איך לעב ביז היינט.
מיר האבן געהאט איין קינד, און דריי קינדער אדאפטעט וואלאנטערלי (לשם מצוה). דאס איז צו פארדאנקען די בראדער קירכע וועלעכע שדכנט צו יתומים א.ד.ג. צו שטובער.
מו': האט איר באקומען עפעס פון די גאווערמענט דערפאר?
דעיוויד: ניין, מיר בראדער מיטגלידער טוען עס נישט צו פארדינען געלט, מיר האבן זיי איינגעשריבן אלס אפיציעל אדאפטעט קינדער, ווייל מיר גלייבן אז דאס איז ריכטוג צו טון.
מו': שדכנט די קירכע צו נאר יתומים וואס באלאנגען צו די בראדער קירכע?
דעיוויד: ניין, מיר גלייבן אז מיר דארפן עס טון פאר יעדן.
מו': וואלט איר עס געטון פאר שווארצע יתומים אויך?
דעיוויד: אודאי, א שווארצע איז ביי מיר גארנישט ווייניגער ווי א ווייסער, און איך האב זיי ליב פונקט ווי יעדער מענטש. עס זענען דא זייער פיינער שווארצע מענטשן.
מו': וואלט אייך געארט ווען איינער פון אייער קינדער וואלטן חתונה געהאט מיט א שווארצע?
דעיוויד: ניין, פאקטיש האב איך סעמי שווארצע אייניקלעך, ווייל איינע פון מיינע קינדער האט חתונה געהאט מיט א שווארצע. זיי זענען זייער זיס אין פיין. איך האב נישט קיין שום פראבלען דערמיט. איך האב זיי ליב און זיי האבן מיר ליב. דער עיקר אז מען איז אן ארענטליכער מענטש.
המשך יבא
מושב זקנים: ייש"כ. איך האב נאר אויספיעט צו ליינען דיין אינטערוויו מיט דעניס, דעם טעקסי דרייווער און כ'האב שטארק הנאה געהאט. איך האף נאר ער האט געסטאפט דעם מיטער, ווילאנג דער שמועס איז אנגעגאנגען. ווייל אנישט וואלסטו געצאלט א הויכן פרייז פאר דעם רייד... 😂
האסט גאר אינטערעסאנטע שמועסן מיט די טעקסי דרייווערס. דו דערמאנסט מיר פון א חבר וואס טוט די זעלבע, אלעמאל האט ער ליב צו כאפן א שמועס מיט די דרייווער און ער האט אויך ליב צו רעדן איבער רעליגיע. אבער ער נוצט נישט טעקסי, ער נוצט Uber. איך האב געשעירט מיט אים אן Uber פון מאנסי צו די פאליסיידס מאלל, אויפן וועג אהין האט ער אויסגעפרעגט די שפאנישע דרייווער איבער איבער זיין רעליגיע און גאט. אויפן וועג צוריק האט ער אויסגעפרעגט די ליובאביטשער Uber דרייווער איבער משיח'סטן.
.
איך זעה דו האבסט ליעב צו רעדען רעליגיע, איך האב אויך גערעט מיט אסאך דרייווערס אדער אנדערע וועמען כ'אב אנגעטראפען ערגץ ווי, אבער מיינע שמועסען גייען נישט אלע אויף רעליגיע, ס'אינטרעסירט מיך זייער רעליגיע ווינציקער ווי די שניי אויף די הימעלייען אינזלען
סארי.
מו': איר האט חתונה געהאט דארט אין ניו מעקסיקא ביי די נאוואהרלס?
דעיוויד: ניין דארט בין איך געווען אנדערטהאלבן יאר בסך הכל. חתונה געהאט האבן מיר אין פלארידא. איך בין דאן אלט געווען צןויי און צוואנציג יאר, און זי איז אביסל יונגער פון מיר.
איך האב דאן פאר א שטיק צייט געארבעט אלס טראק דרייווער. איך בין ארום געפארן מיטן טרעילער דעליווערן און ברענגען בהמות איבער די פארשידענע סטעיטס אין די קאנטרי. און ווי שוין געזאגט האב איך דורך דעם געהאט די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט פארשידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופעס אין אמעריקא.
נאך א שטיק צייט טראקינג האב איך געארבעט פאר א קאנקריד פעקטערי אין מיין וואוין ארט אין וועסט פלארידא, וואו איך האב מיר באקענט מיט די סעמינאלן- די ארגינעלע איינוואוינער פון דרום פלארידע וועמען די ווייסע אמעריקאנער האבן שרעקליך גערודף'ט. געווענליך האבן די סעמינאלן פיינט א ווייסער אמעריקאנער, אבער צו מיר וויבאלד איך האב זיי געוויזן סימפאטיע האבן זיי מיר ליב געהאט.
זייענדיג אין פלארידע האב איך אנגעהויבן סטאדיען פראפעשענל די בייבל אין א בייבל סקול און נאכן פעסן די טעסטס האבן זיי מיר איינגעשריבן אין די ליסטע פון קאנדיטאדן פאר א פריסטשער (א פראטעסטאנטישער קירכע פירער, א כמו גלח). און נאך א שטיק צייט האב איך געקרוגן א קירכע דזשאב אין אריגען, און דערנאך אין אנדערע סטעיטס, און אזוי במשך די קומענדיגע 27 האב איך געדינט אלס פריטשער אין פארשידענע סטעיטס.
דורך אויס די יארן אלס פריסטשער האב איך פאר א שטיק אויך געןוען ממונה אלס קאנסלער פונעם קירכע, און מענטשן זענען צומיר געקומען פאר עמוישענל הילף און פאר שלום בית.
מו': דערציילט מיר עפעס א עקספיריענס אלס קירכע קאנסלער.
דעיוויד: איינמאל קומט צו מיר אריין א פרוי מיט איר טאכטער און סעקנד מערידשז מאן. דער וועג וויאזוי ער האט גערעדט צום שטוף טאכטער איז מיר זייער נישט געפאלן, און בכלל וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט אומאיינשטענדיג בפני. מאמע אין טאכטער האבן אויסגעזען זייער אונטערדרוקט פון אים. איך האב פארשטאנען אז זי וואוינט מיט אים מחמת פחד, און איך האב מחליט געווען צו רופן דער פערויעל אפיסער צו אים. זיי האבן אים אינוועסטיגעיטעט און באלד געזען אז ער איז א געזיכטער פארברעכער. און אים איינגעזעצט.
צוויי וואכן שפעטער קומען אריין צו מיר מאמע און טאכטער זיך באדאנקען פאר מיר, אז יעצט שפירן זיי זיך סעיף.
נאך א אינטרעסאנטער זאך וואס איך געדענק, אז איינמאל איז צומיר אריין גיקומען א יונגער פרוי מיט א מאדנער מיסטישער קייטל אויף איר האלז וואס רופט זיך איטאליען הארן, איך האב געוואובט פון מיינע סטאדיעס אויף רעליגיע אז דאס איז א מיסטישער סימבאל און פון גאר א שעדליכער גרופע פון עובדי עבודה זרה וועלעכע זענען נאך עד היום אין אמעריקא באהאלטענערהייט מקריב זייערע עלסטע ניי געבוירענע קינדער פאר די עבודה זרה.
איך גיב איר א פרעג. וואו קומט צו דיר אזא קייטל, צו ווייסטו וואס דאס איז?
ענטפערט זיך, אז זי האט א שוועסטער וואס האט זיך אויסגעלערנט צו מאכן כישוף און איבערנאטורליכע זאכן, אין זי האט איר צוגערעדט דאס אנצוטון פאר א סגולה.
האב איך איר דערציילט וואס איך ווייס איבער דעם קייטל און צו וועלעכער גרופע דאס געהער, און איר ערקלערט אז כישוף איז בלויז א שלעכטער פינסטערער זאך.
מו': גייען אלע אין אייער קלויסטער מיט א בארד און די ווייבער מיט סקורטס?
דעיוויד: בעיקר מאר די עלטערער דור. אבער אפילו די יונגע פרויען וועלעכע גייען מיט הויזן פארשטייען אז זיי דארפן זיך האלטן באשיידן נישט צו ציען צו שטארק א מענליכער אויג. די היינטיגע סעקולארער פרויען גייען היינט זייער נישט צניעותדיג.
היינט ביי די ארבעט באגעגן איך א סענטראל אמעריקאנער גוי, פון עלסעלוואדור, און נאכן אים אויספרעגן איבער אים און זיין ריליגיע, פרעגט ער מיר וואס איך בין, און איך זאג אים אז איך בין א איד, דזשו-דזשודיאו.
פרעגט ער וואס דאס איז, ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא פאלק. האב איך אים געפרעגט צו ער ווייסט פון איזראעל? זאגט ער אז ער ווייסט פןן דען לאנד אז זיי זענען מער פארגעשריטן און האבן קאנפליקטן מיט די שכנים, מער פון דעם ווייסט ער נישט.
האט איר אן ערל היינטיגע צייטן אין אמעריקא וואס ווייסט נישט וואס א איד איז.
איך פרעג א זעכציג יעריגער ווייסער דרייווער, - א פארוועטשטער גוי, וואס פארמאגט גראדע א איטעליגענטע און געטרייער ווייב מיט צוויי ערוואקסענע קינדער וועלעכע וויזיטן אים פון מאל צו מאל און ווי עס שיינט אןיך א רואיג לעבן: ווילאנג ווילט איר נאך לעבן?
זאגט ער מיר, אז בערך נאך צוואנציג יאר, ד.ה. בערך ביז די אכציג. לענגער פון דעם איז ער נישט אינטרעסירט צו לעבן.
לית דין: אין וועלכע רעליגיע גלייבסט די?
מושב
לית דין: וואס האט דיר געמאכט גלייבן פונקט אין דער רעליגיע?
מושב
לית דין: ביסטו פארהייראט?
מושב
לית דין: ווי האסטו איר געטראפן?
מושב
לית דין: איז זי אויך רעליגיעז?
מושב
לית דין: האט זי די זעלבע רעליגיע ווי דיר?
מושב
לית דין: איז זי גיוועהן רעליגיעז פאר זי האט דיר געטראפן?
מושב
לית דין: פארציילט מיר עפעס אן עקספיריענס וואס איר האט געהאט אין אייער סינעגאג?
מושב
לית דין: וויפיל יאר פארט איר שוין ארום מיט טעקסי'ס?
מושב
לית דין: האט איר שוין אמאל געטראכט פון זיך נעמען א אייגענע קאר?
מושב
לית דין: וויפיל יאר ווילט איר נאך לעבן?
מושב
לית דין: אייער קינדער גייען קעיר נעמען פון אייך ווען איר וועט שוין זיין אזוי אלט?
מושב
לית דין: האט איר עפעס א מעסעדז"ש איבערצוגעבן פאר די קאווע שטיבל ליינער?
מושב
המשך יבא אי"ה...
גם אני בחלומי האב אלץ ליב צו שמועסן מיט טעקסי דרייווער און אנדערע. כ'האב נאר קיינמאל געטראכט עס קען פאראינטערסירן א ציבור עד שבא מושב. כ'שרייב דא א שמועס וואס כ'האב אקורשט געהאט מיט אן אובער דרייווער. כ'האף אז מושב וועט נישט זיין ברוגז איך נעם איבער די מייק. כ'מיין עס איז בעסער איין אשכול ווי צוטיילן דעם זעלבן נושא.
ב"ת: שנעל געקומען אובער איז גוט.
ג: דו ביזט מיין ערשטן טריפ מיט אובער, כ'האב היינט באקומען די אובער קארטל מען דארף דארט שטיין אין ליין שעות עס איז א בלאק לאנג די ליין כ'בין שוין געווען עטליכע מאל אבער נישט געהאט געדולד צו שטיין אין ליין, היינט האב איך אריינגעקאט אין ליין ביי א קארנער און אזוי באקומען די לייסענס.
ב"ת: וואס האסטו געטוהן פארדעם?
ג: געדרייווט פאר ברוקלין.
ב"ת: נישט גוט געווען?
ג: יא גוט געווען נאר ביי ברוקלין באקומט מען די געלט יעדן טאג, פלעג איך עס אויספאטשקען פאר דראגס און אנדערע זאכן בין געבליבן מיט גארנישט. אובער צאלט נאר איינמאל א וואך האף איך צו בעסער מענעזשן די געלט.
ב"ת: לאמיך פארשטיין אין בין איין אין דרייסיג יאר כ'האב אין מיין לעבן קיין דראגס נישט גענומען. ווי אלט ביזטו?
ג: דריי אין צוואנציג.
ב"ת: וואס זאל ברענגען א מענטש זיך אריינצולייגן אין די אלע טראבל וואס דראגס ברענגט? איך וויל פשוט פארשטיין.
ג: האסט טאטע מאמע משפחה?
ב"ת: יא.
ג: מיין טאטע איז געשטארבן ווען כ'בין געווען א קינד איך האט מיטגעמאכט אסאך, דראגס נעמט מיר אוועק פון די פעין.
ב"ת: איים סארי איך פארשטיי. אלקאהאל איז נישט גענוג צו אנטלויפן פון זיך?
ג: אלקאהאל ברענגט מיר צו נעמען נאכדעם דראגס עס איז נישט גוט פאר מיר.
ב"ת: דראגס איז דאך אומלעגאל וואו פארשאפט מען דאס אזוי?
ג: עס איז דא דראגס איבעראל.
ב"ת: ביזט אמאל געווען אין טראבל מיט די פאליציי?
ג: ניין. אובער גיבט נישט קיין לייסענס מיט א קרימינאלע רעקארד.
ב"ת: זעסט דא ביי אונזער קומיוניטי איז ממש נישט דא קיין דראגס.
ג: ענקער לעבן האט אסאך רעסטריקציעס ניין?
ב"ת: יא עס איז א רעליגיע.
ג: עטס מעגטס נישט עסן אלעס.
ב"ת: נאר כשר אבער מען הינגערט נישט.
ג: וואס איז דאס כשר?
ב"ת: עס האט א סופערוואציע פון א רב אז עס איז נישטא דארט למשל קיין חזיר פלייש.
ג: איר טוט געהעריג ס**ס?
ב"ת: יא אבער גלייב מיר צו נישט איך האב עס געטוהן אין מיין גאנצן לעבן נאר מיט איין פרוי.
ג: אבער איר טוט עס א ספעציעלע וועג יא?
ב"ת: וואס הייסט?
ג: מיט א ליילעך אינמיטן.
ב"ת: כאכא ווער'ט דיר פארציילט די שטותים עס איז א פאנטאזיע, מיר טוען עס געהעריג.
ג: הייסט איר טוט געהעריג ס***?
ב"ת: יא געהעריג.
ג: איך דארף האבן געלט מעעען.
ב"ת: (דערלאנג איהם א פינפער טיפ) ארבעט פלייסיג שטיי אוועק פון טראבל וועסט מצליח זיין.
ג: טענק יו איי לייק יו מעעעען.
@בן תמליון איך האב געמיינט אז נאר איך קום אן סוכ"ס צי דע סארט שמיסען מיט דע טעקסי דרייווער
כא כא איך אויך. אבער קיינמאל נישט גערעדט פון רעליגיע נאר בעיקר פון ווי זיי שטאמען און די לעבען אין די היימלאנד ווערסוס אמעריקא/יוראפ/א''י.
@בן תמליון פונעם גאנצן שמועס קוקט מיר אויס אז דיין דרייווער איז געווען א שווארצער, איז וואר?
א שמועס מיט א ווייסער גוי א בעסערע מענטש, אין די אנהייב זעכציגערס. קוקט אויס אהערגעשטעלט און יונגער פון זיין עידזש.
מו': וויאזוי גייט די לעבן?
מקען זיך נישט באקלאגן. ס'איז א שיינער וועטער היינט.
האט איר א ווייב מיט קינדער?
אלעקס: יא, איך לעב שוין מיט איר איבער דרייסיג יאר. איך האב צוויי זון. ביידע האנדלען מיט שפיטאל צוגעהערן. מיין עלטערער זון טרענט אריין דאקטוירים וויאזוי צו ניצן דער אפאראט וואס ער פארקויפט.
מו': איז אייך אויסגעקומען אמאל אז איר האט געדארפט צוקומען צו איינע פון אייערע קינדער מיט א דאקטאר?
אלעקס: אביסל. איך האב געהאט פראסטעיט קענ סער און זיי האבן אביסל געהלפן מיט זייער ערפארונג.
מו': אזוי?! איר קוקט אויס גוט און יונגער פון אייער עידדזש. וואס איז אייער מצב היינט?
אלעקס: האפענטליך אקיי. איך דארף גיין צו א טשעקאפ יעדע פאר חדשים.
מו': לעבט אין שטענדיגע פחד?
אלעקס: ניין, איך ווייס אז יעדער מענטש גייט סייווי שטארבן צום סוף. איך געניס פונעם לעבן יעגן טאג, און ווי לאנג איך בין געזונט בין איך צופרידן.
מו': בעפאר א טשעקאפ זענט איר אין פאניק?
אלעקס': געווענליך נישט, ניינציג פראצענט בין איך האפנטליך אקעי, און פאר די פאר פראצענט טשענסעס אז נישט בין איך נישט באזארגט. און ווי געזאגט סייווי לעבט נישט דער מענטש אייביג.
מו': ווען דער דאקטאר האט אייך צום ערשטן מאל דייעגנאוזט מיט קענסער, האט איר געשפירט ווי כאילו דער דאך איז אראפ געפאלן אויף אייך?
אלעקס: איך בין געווען עפסעט, אבער איך האב מיר נישט פארלוירן, מיין ווייב איז געווען מער אין פאניק ווי מיר.
מו': האט דער מחלה געלאזט נאכווייען?
אלעקס: יא, ס'שטערט מיר אין דעם סעקסואלער לעבן.
מו': דאס מיינט אז איר ווערט נישט אנגערייצט צו אטרעקטיוו אביעקטן און צו סעקסואלע פעולות?
אלעק: ניין, דאס איז דער פראבלעם, איך ווער יא אנגערייצט, אבער איך האב נישט די כלים דאס צו אויסצוגעבן.
מו': איז דאס א שטארקער שטער פאר אייער לעבן?
אלעקס: ס'איז א שטער, אבער דאס שטייט נישט אין וועג פאר מיין לעבן. איך האב א געשמאק און נאך א סך אנדערע זאכן ווי עסן וכדו', איך האב א שיינע דירה, א איינגענעמע גאס, א גוטע געזעלשאפט, א גוטע ארבעט, א גוטע ווייב, נחת פון די קינדער, א שיינע זין. איי קענט קאמפלעין.
מו': העלפט אייך די הרחבת הדעת צו קענען בשלום דורך קומען די שוועריגקייטן.
אלעק: גאנץ מעגליך.
מו: האט איר א הויז אדער א דירה?
אלעק': א קאנדעמיניען, א טווין האוז, פון איין זייט וואוינען צוויי שכנים און פון די אנדערע זייט וואוין איך פון אינטן, און מיין שוויגער עלטערן, אבער זיי וואוינען בעיקר ביי אונז.
מו': איר טוט עס פאר געלט, אדער איר קלערט צו פארדינען א גרעסערע ירושה?
אל': ניין, איך טו דאס בלויז ווייל אזוי פיל איך דארף מען טון.
מו': איז עס שווער א סך מאל מיט זיי?
אל': אין אנהייב פלעגט מיין שוויגער א סך קאנפלעינען אויף קלייניגקייטן, אבער לעצטנס איז גרינגער, זי האט איינגעזען אז ביי אונז איז די בעסטער פלאץ פאר איר.
מו: האט אייער ווייב הנאה צו פארברענגען מיט איר מאמען?
אל': יא, זיי באקן צוזאמען וכדו'
מו: איז אייער ווייב די איינציגסטע קינד זייערע?
אל: ניין, זי האט א ברודער נישט ווייט פון דא.
מו: קומט ער צומאל באזוכן, זיינע עלטערן?
אלקס: ניין זיי גייען צו אים
מו': פארוואס האבן די עלטערן אויסגעקלובן צו זיין מיט אייך און נישט מיטן זון?
אלקס: דער אמת איז אז אין אנהייב זענען זיי געווען ביי אים, אבער זיי האבן נישט ליב געהאט די וועג וויאזוי ער האט זיי געטריעט. אין זיי האבן מחליט געווען צו קומען וואוינען מיט אונז.
מו: באדערט נישט פאר אייער שוואגער אז זיינע עלטערן זענען מער צופרידן ביי אייך ווי ביי אים?
אל': עס באדערט אים יא, און ער איז טאקע זייט דעמאלס צוקריגט מיט אונז. דערפאר קומט ער נישט צו אונז באזוכן די עלטערן.
מו': ווען די עלטערן קומען צו אים העצט ער קעגן אייך?
און אנהייב מער, אבער איך האב זיי געבעטן נישט איבערצוזאגן פאר מיר, און אזוי בלייבט אלעס בשלום, לעצטנס פראבירט ער שוין אויך נישט אזוי צו רעדן פון מיר און מעגליך מיט די תייט וועט זיין שלום.
מו': ס'איז אינטרעסאנט צו הערן אייער צוגאנג דערצי. איר זענט א קאנטראלירבארער מענטש!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים, לאז דער אשכול פארן.
מושב, א גרויסע דאנק פאר דער געדאנק.
איך האב זייער הנאה דערפון.
א דאנק אייך I am back פאר די חיזוק
איך מיין אז כקען אויך זאגען ווי עטליכע חברים פון דא ״וגם אני בחלמי״ כפלעג האבען א דראנג צו שמועסן און אויס פרעגן יעדע פרעמדע מענטש וואס כהאב נאר אנגעטראפען, ביז כהאב געשפירט אז איך ווער נישט באפרידיגט און כהאב נישט קיין מושג פ״וו סשטופט מיך צו הערן וויפיל הונט יענער האט און וואס זייערע נעמען זענען, האביך מיר צוביסלעך אפגעלאזט דערפון.
איין שמועס וואס כהאב געהאט אפאר יאר צוריק טאקע מיט א קאר סערוויס דרייווער, און סליגט מיר אין די ביינער וועל איך עס פורבירען אהער צו ברענגען:
קאמענטירער: א גוטען, דו דרייווסט אגאנצען טאג? סדארף זיין אא שווערע ארבעט?
דרייווער: איך דרייוו נישט א גאנצען טאג, כבין געקומען פון רוסלאנד דא צו א געוויסע אונווערזיטעט, און כדרייוו אין מיין פרייע צייט כזאל קענען דעקען די קאסטען.
ק:אזוי אז דו קומסט פון רוסלאנד, וואס איז דיין מיינונג איבער פוטין (עפעס איז ער געווען אין די נייעס צוליב א פראוואקצירענדע שריט וואס ער האט דאן אנגענומען קעגן אמעריקא).
ד: כהאלט זייער פון אים, ער איז זייער א שטארקע פירער, כווייס אז די אמעריקאנע פירער האבען אים נישט ליב, ווייל ער וויל צוריק דרייען די צייטען פון קאמעניזעם, באט די קאמעניסטישע אידעלאגיע איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך, ״דו ביסט פויל האסטו נישט קיין געלט״, צו האבען געלט דארף מען ארבעטן.
ק: וויאזוי קענסטו זאגען אז קאמעניזעם איז א געלונגענע איידיע, סאיז דאך דורכגעפאלען?
ד: ניין, די איידיע איז זייער גוט, נאר די דעמאלטס׳דיגע פירער האבען נישט געמאכט קיין גוטע החלטות, און דאס האט געפירט די לאנד אין די ערד אריין.
ק: קודם דאס אז דו קענסט זאגען דאס פארקערטע אין די לאנד וואס האט א פארקערטע שיטה ווי דיר, איז נאר צו פארדאנקען דעמאקראטיע וואס פירט זיך קאפטעליסטיש, ווייל איןנטער קאמעניזעם נעמט מען ווען אראפ די קאפ, פארען ארויס ברענגען אפי׳ נאר פראגען, נאכדעם ביי די קאפטעליסטען דארף מען זיך אויך פלאגען צו מאכען געלט, אזויווי דו טוסט, און בעיקר קען איך נישט פארשטיין וויאזוי קענסטו דיך אנעמען פאר אן אידעלאגיע וואס האט אפגערוימט אזויפיל מענטשען פונעם וועלט, אן אידעלאגיע וואס האט אויפגעהאדעוועט אזעלעכע ארכי מערדערס וואס האבען געפייניגט און גע׳רצח׳נט מיליאנען מענטשען פון זייער אייגענע פאלק????
ביז דא האט זיך די שמועס פארצויגען, סיי ווייל האב פון אויפרעגונג נישט געקענט ווייטער פירען דו שמועס: ווילאנג וועט די מענטשהייט נישט זיך לערנען פון די טעותים? וויפיל לעבנס פארלוסטען דארף די מענטשהייט באצאלען צו וויסען וואס איז ריכטיג און וואס נישט? ממוז מאכען פראפערגאנדע פאר די געדאנק פון דאמאקראטיע און קאפיטעליזעם! סאיז נישט גענוג אז מענטשען פארשטייען אז סאיז גוט, מדארף דאס חזר׳ען און פרעדיגען ווי מער.
אה און נאך א סיבה פ״וו כהאב נישט געקענט פירען ווייטער די שמועס, ווייל די טריפ האט זיך שוין גהאט גענדיגט...
טאם, 73 יאר אלט, מיט א טיפער דיקליכער שטימע.
מושב: וואס איז אייער בעסטער הנאה אין לעבן?
טאם: היינטיגע טעג איז מיין גרעסטער הנאה מיינע אייניקלעך
מו': וויפיל קינדער האט איר?
טאם: איין זון, מיין ווייב האט נישט געוואלט אראפברענגען נאך א קינד אין די שלעכטער וועלט.
מושב: איר האט א שטארקער שטימע, האט איר ליב מוזיק. זענט איר א זינגער?
טאם: איך בין נישט קיין זינגער, מיין ווייב זאגט אבער אז איך האב א גרויס מויל, הא הא הא.... איך האב אבער ליב מוזיק.
מושב: וועלעכער סארט מוזיק האט איר ליב?
טאם: איך גלייב אז דאס וואס איך האב ליב האסטו נישט ליב
מושב: פארוואס טראכסטו אזוי? אבער סיי וויאזוי וויל איך זיך אויסלערנען צו פארשטיין אנדערע מוזיק פון וואס איך בין צוגעוואוינט.
טאם: איך האב ליב די מוזיק פון די פופציגער יארן, ראק ענד ראול, עס איז שווער צו טרעפן א סאנג אין יענע יארן וואס איך קען נישט,
מושב: לאמיר הערן עפעס גוטס, און זינג מיט.
(ער צינד אן דעם ראדיאו און מיט זיין באסאווע שטימע הייבט ער אן מיטזינגען מיט די זינגערס און זינגערינס אויפן ראדיא איין ניגון נאכן אנדערן צו מיין הנאה).
טאם: "מיין טאטע האט נישט ליב געהאט אז איך האב ליב ראק ענד ראל".
מושב: פארוואס?
טאם: ער האט גע'טענה'ט אז דאס איז מוזיק פון דער טייוול. דאס מאכט פילן סעקסועל און ארויס פונעם טראדיציאנעלן וועג.
מו': דו פילסט זיך פראסט און תאוה'דיג ווען דו זינגסט די מוזיק?
טאם: ניין, איך האב פשוט הנאה פון די מוזיק.
מושב: וועלעכער מוזיק האט אייער פאטער ליב געהאט?
טאם: מער רעליגיעזע ניגונים.
מו': דאס איז אבער לאנגווייליג.
טאם: (ער לאכט).
"די גלחים פלעגן האקן אויף די מוזיק. זיי האבן פארגעזאגט אז ראק און ראול וועט נישט אנהאלטן צו לאנג. אבער למעשה האלט עס נאך אן ביז היינט, זייער נבואה איז נישט געלונגען, הא הא הא" (אפיקורס וואס ער איז)
מו': דו באלאנגסט צו א קירכע? און וואס זאגסטו צו די פרעדיגערס (גלחים)?
טאם: איך באלאנג צו א פראטעסטאנטישער קירכע. און וועגן די גלחים, ווענדט זיך וועלכע, געווענליך די tv גלחים מיינען בעיקר געלט. און בכלל טאמער באווייזט ער זיך נאר אוו סטעידזש, פון ווי ווייס איך וואס ער איז באמת? אז איך זעה אים אין קירכע און אין זיין טאג טעגליכן לעבן דאן קען איך וויסן צו ער איז ערליך צו נישט.
מושב: וועלכע סארט גלחים זענען יא ערליכע?
טאם: איין גלח האב איך געקענט, נישט פון טי ווי, א גרויסער גלח, ער האט עס געמיינט אמת'דיג, ער האט געקרייצט הונדערטער מענטשן צום קריסטהום, ער האט בלויז געמיינט גאט, און נישט פאר געלט און כבוד.
מושב: דו אלס פראטעסטאנט האט איר א שטיקל רעספעקט פארן קאטוילישער פויפסט?
טאם: גראדע איז דער היינטיגער פויפסט א ארענטליכער מענטש. אבער אלס פויפסט אליין ווערט ער ביי מיר נישט הייליג.
"די קאטאליקן זאגן אז דער פויפסט טוט תשובה און פארגיבט פאר דעם מענטשן'ס חטאים, אבער איך טענה, אז מוחל זיין חטאים קען נאר איינער, און דאס איז דער ביג גיי אפסטערס (דער באשעפער), און תשובה טון דארף מען אליין'ס".
מושב: יעצט צינד מיר אן א גוטן ניגון
(ער צינדט אן און זינגט מיט) "יו טאק ענד טאק טו מאטש טו מאטש"...
מושב, אפשר רופסטו מיר מיט אמאל, ווען דו פארסט אין א טעקסי?
עס צייט צו געבן דאס מייק פארן טעקסי דרייווער, צו דערציילן איבער זייערע אלע פאסענדזשערס-אינטערוויוערס.
"לו" א גוי אין די אנהייב זיבעציגער.
לו: אז איך האב דיר דא אין קאר לאמיר דיר פרעגן וועגן די אלד טעסטעמענט, וואס איז דאס דער "האמים"? איך מיין אז עס שטייט אין עקזידוס (ספר שמות). איך האב געפרעגט דעם גלח (א לוטעראנישער) און ער האט מיר געזאגט אז עס איז געווען אויף די עיפאוד (אפוד).
מו': אה, דו מיינסט דער אורים ותומים?
לו: אה, טענקיו, יא, דאס מיין איך. וואס איז דאס טאקע געווען?
מו': דאס איז גראדע פון די אונטרעסאנסטע זאכן אין די בייבל, עס איז גאר מיסטעריעז, און צווישן די קאמענטעריס (מפרשים) זענען פארהאן מיינונגס פארשידנהייטן וואס דאס איז בכלל און צו וואס דאס האט געניצט.
לויט די תלמוד -דער אידישער ניו טעסטעמענט, איז עס געווען א פאפיראס אינעם חושן וואס האט געדינט אזוי ווי א סופער נעטשרל הארד דרייוו, ווי א נשמה צום חושן, וואס דורך דעם האט מען געקענט אנפרעגן דעם חושן אנשטאט וואס דער נביא זאל פרעגן דירעקט פון גאט, און די אותיות פונעם חושן האט געענטפערט דורך קאוד'ס. עס איז אפשר דער איינציגסטער אביעקט אלס געבאט אין די בייבל וואס זיין ציל איז מיסטישע פעולות. דאס פלעגט מען ניצן בעיקר פאר מלחמות.
לו: וועלעכער פאלק האט גאט געהייסן אויסהארגענען מענער ווייבער און קינדער?
מו': בעיקר די עמעלייקס, א בעדואינער שבט וועלעכע זענען געווען די ערשטע צו באפאלן און מדבר. זיי האט די תורה באפוילן אויסצוראטן ביזן סוף און זיי דערמאנען צו שאנד אויף שטענדיג. זיי זענען דעריבער געבליבן ביי אידן דער סימבאל פון א דזשו העיטער (שונא ישראל). מיט זיי האט קינג סאל (שאול) מלחמה געהאלטן און זיי פראבירט ענדגילטיג אויסצוראטן.
אבער אויך די מדינים וועלעכע גערייצט די אידן צו זינדיגן מיט איידל'ס (געצן) און זנות, האט די תורה באפוילן זיי צו פיינט האבן און אויסראטן אבער נישט אויף אלע דורות.
די קענענייטס (כנענים) האט די תורה אויך באפוילן אויסצוראטן אבער נאר אויב זיי שטעלן זיך נישט צו צו די באדינגונגען פון די איזרעלייטס (אידן).
לו: וואו איז דאס דער באבעלאניען (בבל) וואו די אידן זענען פארטריבן געווארן, איז דאס די היינטיגער איראק?
מו: דער עיקר בבל פון אמאל איז דער היינטיגער דרום איראק. צפון איראק איז אינאיינעם מיט מזרח סיריע דער אמאליגער אסיריען (אשור). בבל האט אבער זיך דעמאלס געטיילט מיט דער געפאלענער אשור'ישער אימפעריע מיט מדי, און זי האט קאנטראלירט א גרויסער טייל פונעם מיטל מזרח.
לו: אז דו רעדסט פון מיסטישע ענינים פון די בייבל, אין די ערשטע צוויי פרקים פון יחזקאל, ווי מען רעדט פון פלעשעס און קולות, קוקט ממש אויס ווי מען רעדט פון העליקאפטערס, די עקזאטישע פארשטעלונגען און מראות דארטן איז דאך מורא'דיג וואונדערליך, ווי פאנטאסטישע חלומות און פאנטאזיעס, ווי די מעשיות פון די יו עף או, אדער ווי די עקספיריענס נאכן איינעמען די מאשרום'ס אדער על עס די. וואס זאגסטו דערצי?
מו': גיב א קוק, דער בייבל איז גיגעבן געווארן מיט מענטשליכע שפראך, און יעדער נביא האט איבערגעגעבן די מעסידזש פון גאט מיט זיינע ווערטער און פעאיגקייטן. ווילאנג ער איז הייליג און א אמת'ע נביא, איז סיי אין וועלעכער פארעם ער זאל עס איבערגעבן איז עס הייליג, און אפשר האט ער טאקע גענומען עפעס און אזוי האט ער בעסער געגענט שילדערן די התגלות פון גאט.
אזוי ווי אלקאהאל, ווען א פראסטער מענטש ווערט אנגעטרונקען קומט ארויס פון אים פראסטקייט, און ווען א דערהויבענער מענטש ווערט אנגעטרונקען קומט פון אים ארויס דערהויבנקייט. און די זעלבע איז מיט יחזקאל, טאמער האט ער גענומען מאשרום'ס אדער ער האט געטון אנדערע פעולות פאר התרוממות הנפש, האט דער עפעקט גורם געווען אז דער גט'ליכער דערהויבענער התגלות זאל ארויס קומען מיט פולפארביגקייט.
המשך יבא
לו: עס מאכט סענס וואס דו זאגסט.
אויך די מעשה אין די ניו טעסטעמענט, פון דזשודא איסקאריוט (יהודה איש קריות, פון יאשקעס שלוחים, וועכלעכער האט איבערגעגעבן יאשקען צו די רוימער) קוקט אויס ווי א מואווי פאנטאזיע. עס דערמאנט מיר די מאוויעס פון די מיסטישע ווייקינגס (פארצייטישע סקאנדינאווישע שבטים וועלעכע האבן פארמאגט א קולטור פון קאלירפולע מיטאלאגישע פיגורן).
מו': דו ביסט א קריסט? דו גלייבסט?
לו: עם, איך בין א לוטעריסט, לוטער איז געווען א קאטוילישער גלח וועלעכער האט איינגעזען די קאראפשן פון די קאטויליקן, זיי האבן געהייסן געבן צדקה פאר הייליגע צוועקן, אויסלייז געלט פון גיין אין עולם התוהו - אין וואס איך גלויב נישט אז עס עקזעסטירט- און דאס געלט איז געגאנגען אין זייער אייגענער טאש.
אבער מיר איז שווער צו גלייבן אפילו דאס וואס קריטהום פון לוטער פארקויפט, ספעציעל די נצחיות פון די נשמה. איך בין יארן לאנג געווען א ראדיאלאגישע טעקנישן (מאכן עקסטרעיס), איך האב מיט געהאלטן ווען מען האט אנטדעקט די ען עי און אנדערע מיקראסקאפישע חלקים פונעם מח, און דאס מאכט מיר א סך מאל שווער אננעמען געוויסע זאכן פונעם קריסטהום וואו אלעס איז שווארץ און ווייס. אבער אידישקייט איז מער פלעקסיבול און עס מאכט א סך מער סענס (איך בין נישט אריין אין קיין פרטים).
מו': דו ביזט א ריכטיגער לוטעריסט. לוטער האט געטשעלענדזשט די קירכע גלויבן בימיו, און דו טוסט די זעלבע מיט לוטערס קירכע היינט.
לו: הע הע הע
א מענטש איז אבער דאך א מענטש, און א סך מאל געפון איך זיך אין דעם גלויבן מאוד, און עס מאכט זיך דעמאלס אמאל אז איך פרעג זיך דעמאלס פלוצלינג: העי, און וואס אייגנטליך גלייב איך דא...
דזשען, א ווייסער גוי פון 67 יאר אלט.
מושב: וואס פאר א נאמען איז דאס דזשען?
דז': מיין זיידע איז געווען א פראנצויז, און איך בין געבוירן געווארן אין דער טאג פון זיין יארצייט האט מען מיר געגעבן א נאמען נאך אים.
מו': פון וועלעכע אייראפעאישער פאלק שטאמט איר?
דז': פון איירישע און פון דייטשע.
מו': זענט איר אמאל געווען אין אייראפא?
דז': יא, מיט בערך פערציג יאר צוריק ווען איך האב געדינט אין די אמעריקאנער מיליטער בין איך געשיקט געווארן קיין וועסט דייטשלאנד אין די געגנט פון פראנקפורט פאר בערך זיבעצן חדשים. דעמאלס איז געווען דער וויעטנאם מלחמה און איך בין געווען העפי אז מען האט מיר געשיקט קיין דייטשלאנד און נישט קיין וויעטנאם.
מו': וויאזוי האבן די דייטשן אקצעפטירט די אמעריקאנער סאלדאטן?
דז': נישט צו פריינדליך, בעיקר די עלטערע דזשענערעישן, זיי האבן געוואוסט אז מיר זענען נישט דא לטובתם, נאר אדרבא, צו היטן אייראפא פון זיי. און זיי האבן נאך געדענקט דעם נידערלאגע וואס זיי האבן געהאט פון די אמעריקאנער און האבן דאס נאך נישט אזוי געקענט פארדייען. אבער די יונגע זענען געוען אקעי מיט דעם.
מו': וואס זאגט איר צו די דייטשן כלפי די אמעריקאנער, זענען זיי טאקע אזוי בעסעריש?
דז': נע, די מענטשן דארטן זענען געווען זייער שמוציג, בעיקר די עלטערע דזשענערעישן פון פופציג און העכער, איך בין געווען מיט זיי אין באס און זיי האבן געשטינקן, און דא און דארטן האב איך געזען מענטשן קטן'ען אויף די גאס.
מו': אין די קליינע שטעטלעך אדער אין די גרויסע?
דז': ניין, אין פראנקפורט, און אפילו אין בערלין.
מו': וואו, אין די ביליגע געגנטער דורך ביליגע מענטשן?
דז': ניין, אין די נארמאלע געגנטער דורך נארמאלע מענטשן. די הייזער זענען שיין אבער די מענטשן זענען שמוציג.
מו': איך גלייב עס נישט, איו די בעסערע דייטשלאנד?
דז': קען זיין היינט איז עס נישט אזוי, די יונגע זענען יא געווען קלין אזוי ווי די אמעריקאנער, בעיקר איז עס געווען ביי די עלטערע דזשענערעישן.
מו': מיט וואס מיינט איר האט עס צו טון אז די פריערדיגע דור איז געווען שמוציגער ווי די נייער דור?
דז': אפשר ווייל זיי האבן איבערגעלעבט די מלחמה און פארלוירן זייערע משפחה מיטגלידער האט זיי אוועק גענומען די עטיקס.
מו': אין אמעריקא האט איר נישט געזען אזא זאך אויף די גאס?
דז': אויב עפעס צווישן די ביימער אבער נישט אזוי אין פאבליק.
מו': זענט איר געווען אין די ארומיגע לענדער אויך?
דז': יא, אין האלאנד, בעלגיע און אין פראנקרייך.
מו': וואס זאגט איר צו די לענדער?
דז': איך בין נישט געווען דארט צו לאנג אז איך זאל קענען זאגן מיין אפשאצונג איבער די לענדער, אבער קיין איינע פון זיי איז נישט ספעציעל ריין, אין האלאנד לייגט די שטאט די מיסט אין די קאנאלן, און אין פראנקרייך זענען די גאסן אלט אביסל נאכגעלאזט, אבער פארשטייט זיך אז די טוריסטן געגנט איז הערליך.
מו': איך רעד כלפי די מענטשן.
דז': די האלענדער זענען געווען זייער פריינדליך, מען קען דארט מאכן א לעבן... זיי רעדן ענגליש. אבער די פראנצויזן האבן נישט ליב דעם אמעריקאנעם, נאר זייער געלט.
מו': למעשה האט איר געמאכט א לעבן דארט, איר האט פארברענגט אין א פרידליך לאנד מיט אמעריקאנער, און נישט געדארפט זיין אויפן פראנט.
דז': יא, אבער פארט בין איך געווען יונג און איך האב מיר געבענקט נאך מיין היים און צו מיינע חברים.
מו': האט איר חתונה געהאט?
דז': איך בין יעצט גע'גט, אבער איך האב געלעבט מיט מיט איר בערך פערציג יאר. איך האב געהאט פון איר. א טאכטער וועלעכע האט צוויי קינדער און איך האב מיט איר גוטע קשרים. אי ך האב אויך געהאט א זון וועלעכע איז געשטארבן פון א עקסידענט אין זיינע יונגע צוואנציגער יארן.
מו': איי איי איי, טערעבל. הייסט עס איר זענט אדורך געגאנגען א שווערער דורכגאנג. וויאזוי האט איר דאס אויפגענומען?
דז': איך האב זייער געוויינט, אבער ער איז יעצט אין א בעסערער פלאץ, ער איז שטענדיג געווען א וואוילער בוי.
מו': איר גלייבט אין א גן עדן?
דז': או יע, איך בין א קאטאליק.
מו': וויאזוי גייט עס ביי די קאטאליקן, פראוועט איר א געוויסער מספר פון קלאג טעיג אזוי ביי אידן?
דז': ניין, אבער איך האב גענומען אף פון מיין ארבעט פאר א חודש.
מו': האט איר געהאט פריינד וואס האבן אייך סעפארטעט אין די שווערע איבערלעבעניש?
דז': יא, זייער שטארק, זיי זענען אריבער געקומען צו מיר, מיר געברענגט עסן, ארויב געגאנגען מיט מיר פארברענגען א.ד.ג.
מו': האבן זיי אייך נישט אביוסט מיט נארישע טרייסט ווערטער, וו.צ.ב. פריי זיך אז דו ביסט געזונט א.ד.ג.?
דז': ניין, זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט פארשטענדליכקייט צו מיין מצב.
מו': האט די טראגעדיע געדעמיטשט אייער לעבן אויף שטענדיג?
דז': עס האט געטוישט מיין לעבן, איך בין געווארן א בעסערער און פיינערע מענטש, א בעסערער טאטע צו מיין טאכטער, נישט אז איך בין נישט געווען גוט צו איר ביז דעמאלס, אבער די פארלוסט פונעם זון האט מיר געמאכט מער אפרישיעטן דאס אז איך האב א טאכטער.
מו': זענט איר נאך היינט צושאקלט פונעם פארלוסט פון אייער זון?
דז': היינט שוין נישט, איך בין שוין צו זיך געקומען. איך ווייס אז ער איז געווען א גוט בוי, און אז ער איז און א גוטער פלאץ. איך גיי פון צייט צו צייט צו זיין קבר. איך רעד אויס מיינע פילינגס צו אים און מיין האפענונג אז ער געפונט זיך גוט. און ווי אויך האב איך נחת פון מיין טאכטער און פון אירע קינדער וואס האבן מיר ליב.
מו': ווי לאנג האט געדויערט ביז איר זענט צו זיך געקומען?
דז': א לאנגע צייט, כאטשיג א פונעף יאר.
מו': איז וואס האט אייך געברענגט נאך פערציג יאר זיך צו גט'ן פון אייער ווייב?
דז': עס איז טאקע זייער זעלטן זיך צו גט'ן נאך פערציג יאר, אבער איך האב געפילט אז איך דארף עס טון האב איך עס געטון. א סך מענטשן וועלן ענדעשער לעבן מיטן ווייב אפילו זיי האבן נישט קיין שלום בית, פשוט ווייל עס איז ביליגער ווי זיך צו גט'ן.
מו': האט איר געהאט א גוט לעבן מיט איר אין די יונגע יארן?
דז': או יע! זייער א גוט לעבן.
מו': איז וואס האט אייך געמאכט נמאס ווערן פון איר, איר אלטע אויסזען?
דז': ניין, נישט דאס, איך זעה דאך שוין אויך אויס אלט. זי איז פשוט אריין געפאלן אין א דיפרעשן זינט אונזער טאכטאר האט חתונה געהאט, זי האט אויפגעהערט צו קאמיוניקעיטן מיט די שכינים און פרענגס זי איז כמעט נישט ארויס געגאנגען. זי איס א טייפ וואס דארף מען זאל צו איר דארפן צו קומען און אז זי האט נישט געהאט פארוועם צו געבן איז זי געווארן דעפרעסט, ביז איך האב אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג און איך האב אנגעהויבן די דיווארס פראצעס. זי האט נישט געוואלט מיטארבעטן און עס האט טאקע גענומען א דריי יאר, אבער עס איז דורך געגאנגען גאנץ בשלום. איך שיק איר א טשעק יעדער חודש און איך האלט אז נאך אלעם קומט זיך עס איר. היינט ארבעט זי אין א נערסינג האום און דאס מאכט איר גוט פילן אז זי גיט זיך אפ מיט מענטשן.
מו': האט איר נאך עקסטערע פילינגס צו איר, אלס די מאמע פון אייערע קינדער און אלס אייער לעבנס באגלייטערן פאר פערציג יאר, צ.ב.ש. אויב וועט זי שטארבן וועט איר פילן א שטארקער ציפ אין הארץ?
מו': איך וועל פילן א ציפ, ווייל איך פיל מיט מיט יעדער באקאנטער וואס שטארבט. אבער נישט מער ווי אנדערע כאטד זי איס געווען מיין ווייב, ווייל זי העצט מיין טאכטער קעגן מיר און וויל זי זאל נעמען א צד.
מו': האט איר אין פלאן נאכאמאל חתונה צו האבן?
דז': ניין, איך בין זייער פיין אזוי, איך רילעקס, איך פארברענג מיט גוטע פריינד, מיינע אייניקלעך, עס פעלט מיר נישט אויס קיין ווייב.
מו': האט איר א מספר יארן ווי לאנג איר ווילט נאך לעבן, אדער ווילט איר לעבן וויפיל עס גייט?
דז': ווילאנג איך בין געזונט וויל איך לעבן.
מו': א דאנק אייך פאר דעם שמועס און אנטשולדיגט אויב איך האב אייך געפרעגט הייקעלע פראגעס?
דז': נאו, איט איז אוקעי. טענקיו.