☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8868

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:00 pm

· #275127
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אונזערע עלטערן וואס זענען דירך געגאנגען דעם ביטערן קריג, און זיי האבן דורך געלעבט דעם ביטערן שואה, און פארבליבן עלענד ווי א שטיין, זיי זענען נאך געווען אין א פיל ערגערען מצב ווי אלגעמיינע יתומים, דאס צובראכן יתומ'על האט כאטש א שטיין א מצבה, ווי ער קען זיך אויסוויינען זיין צובראכן הערצל, ער קען נאס מאכן דער מצבה שטיין פון זיין לייטזעליגען מוטער, אבער אונזערע עלטערן האבן נישט פארמאגט דעם לוקסוס, זיי האבן נישט געהאט קיין שטיין וואס נאס צו מאכען.

זייערע נאנטע, זייער טאטע מאמע, ברודער און שוועסטער, ווייב און קינדער, זענען אלע אפגעפירט געווארן קיין אוישטוויץ – בירקאנוי, טרעבלינקע, מיידאנעק, סאביבאר, בעלזשיץ, חלמנא, בערגן- בעלזן, דאכו און נאך, דירך די פארשאלטענע נאציס מיט דער הילף פון זייער פיינע גויאישע שכינים, ווי זיי האבן נאקעטערהייט געשפאנט מיט א זייפל געמאכט פון ריין אידענס פעטענס אין דער האנט צו די גאז-קאמערען, ווי זיי זענען דירך געגאנגען דעם טויער אויף וואס עס איז געווען אויף געשריבען דעם פסוק זה השער לה' צדיקים יבואו בו, און דערשטיקט געווארן צום טויט מיט די צירקלאן- בי גאז, מיט א היליכען שמע ישראל געשריי אויף די לעפצען. הי''ד.

נאך פיל וואנדערייען האבן זיי זיך ענדליך דערשלאגן עלענד און צובראכן צום אמעריקאנער האפן, און זיך באזעצט אינעם עואב''י וויליאמסבורג, ווי זיי האבן איבערגעפלאצט פון דאס ניי זייער חרוב געווארענע היימען, און געהאפט אז דאס וועט זיין א קישילע אונטערן קאפ פאר זייערע נייע דורות, און ווי אויך דער לעצטער סטאנציע ביז משיח צדקינו וועט אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות און אונז ארויפירן צו אונזער עכטער היים לציון עיר קדשינו ותפארתינו.

למעשה זענען זיי נעבאך אלע אויסגעשטארבן, זיי מיט די ערליכע רבנים ופרנסים וראשי הקהלה, אלעס איז שוין ליידער מער נישטא, די אלע וואס האבן זיך באמת געזארגט פאר אונזער וואוילזיין, און געטאן אלעס אויף דער וועלט אונז צו פארגרינגערען, אז מיר זאלן קענען לעבן רואיג מיט מנוחת הדעת, און קענען מגדל זיין אונזער קינדער על דרך ישראל סבא. עס איז שוין קיינער כמעט נישט פארבליבן.

עס איז אויף געשטאנען א נייער דור, וואס איז שוין פולקאם ערצויגן געווארן אויפן אמעריקאנעם באדן, און דער אמעריקאנער גייסט האט זיי שוין אינגאנצען באהערשט, דער לאנד פון אפערטונעטי, דער לאנד וואס דער מאטריאליסטישען שטאנד איז פיל העכער דער מאראלישער, דער לאנד וואס אלעס דרייט זיך ארום דעם גרינעם דאלאר, האט זיך שוין אין זיי אייינגעזאפט, עס דערקענט זיך שוין גארנישט אויף זיי דער הארעוואניע און מידת טובות וואס די אונזער אייראפישע ערליכע מלחמה איבערלעבער עלטערן האבן אונז געלערנט.

יעדער לעבט פאר זיך אליינס, ווי אזוי קען איך זיין רייכער פון יענעם, ווי אזוי קען איך פון יענעם ארויסרייסען דער לעצטער פריטה פון טאש, עס איז נישט דא קיין שום הנהגה, קייין שום אחריות הכלל, יעדער אנגעהויבן פון די א''ג רבנים, עסקנים, נגידים, קיינער מיינט נישט דעם כלל, יעדער איז דא בלויז פאר זיך, יעדער איז דא צו לעבן א שוואוילטאג, און זיך אנצופילן די טאשען, דער געשריי פינעם ארימאן איז ווי מיזיק אין זייערע אויערן, מיטן ניגון "איך דארף דיך עפעס אויסהאלטן"? מיט דעם סלאגאן רייסט מען אויס דער נשמה פינעם ארימאן,

פוי! און נאכאמאהל פוי, און צום לעצט נאכאמאל פוי!

די לייצים דמתקירא רבנים, חוץ פון דער פאקט אז א גרויס חלק פון זיי זענען עמי הארצים גמורים, וואס ווען דער בית המקדש שטייט ווען אצינד, וואלטן זייערע קליידער לכל השיטות מטמא געווען כזב וכמוצורע, און זייערע פירות וואלטן געווען טבל, זענען נאך די ארגסטע פון אלעם, זיי זענען שילדיג פארוואס מיר קוקן אזוי אויס, אנשטאט זיי זאלן אנהאלטן דעם אלטען אויסגעטרעטעם וועג, וואס אונזערע עלטערן האבן מיט זיך מיטגעברענגט פון אייראפא, זענען זיי גאר די וואס רייסען עס אויס, זיי זענען די גרעסטע בעלי תאווה, און משוקע בתאוות הממון, זיי מאכן פון אונז ליצי לייצנות. סמארט טעלאפאנען? געפאסטע קליידער? פרעס טראק? עירוב? זאג נאר די שייגץ איינער וויפיל רענט נעמסטו פון דיינע ארימע טענענטס פון די דירות וואס די האסט דיך געקויפט פון שנאר? די קומסט מיר זאגן עירב? טעלעפאן? אה?

דער עולם דארף דירך פירן א רעוועלאציע, און זיך אויפהייבן פון דעם עיר הנידחת, וואס האט נישט אין זיך קיין שום קדישה... איר וועט נישט טרעפן אין קיין שום ספר, אפילו אין ויואל משה, אדער אין ברך משה, אז וויליאמסבורג האט עפעס א קדישה אין זיך, עס איז פונקט אזוי הייליג ווי מנהעטען... אפשר נאך ערגער גאר... און זיך אריבער ציען אין קליינע שטעטליך, און אויפנעמען ערליכע רבנים, זיי מיזן נישט הייסן טייטעלבוים, מייזליש, האגער אדער האלבערשטאם, און גיין מיט געפעפיט און סטראקעס און מחילה קרוינען, זיי קענען הייסן מזרחי אויך. ווילאנג זיי קענען באמת לערנען, און זארגן זיך באמת פארן כלל, א שטייגער ווי די אמאליגע רבנים, וועלן זיי זיין גוט פאר אונז...

לאמיר נישט ווארטן ווי לאנג מיט וועלן זיך טרעפן אין דער בעלוויו מענטל דיפארטמענט, אדער אין אלבערט איינשטיין אינסעטוט,מיט אנגעצויגענע און אונטער געבראכענע נערוון, צוליב דאס איינגערעטער פאנטאזיע וואס די א''ג רבנים וואשען אונז די מוחות, אז מען מיז וואוינען, אין דער ירושלים ד'אמעריקא....

יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....

איך אויך » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:13 pm

· #275130
לבגי לגבי די יעצטיגע מציאות ביסטו גערעכט ,לגבי די אמאל ביסטו מער נאסטאלגיש ווי היסטאריש ריכטיג.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:21 pm

· #275133
ווען די רבנים דמתקריא לייצים שטעלן זיך אויף מיט די בלויע קאפטענעס שבת פאר מינחה פארלערנען פרק, זאל זיך דער עולם נעמן שרייען דירות! דירות! וועט איר זעהן נאך א שטיק צייט א נייע בעדפארד גארדענס, א נייע קאלאמענטי... ווארטס נאר ווארטס! און די רשעות און נאצישקייט פון די בעדפארד דירות און ראס סטריט דירת, וואס נאר די רויעל פארמיליעס אפי' די מיט די געשוואלענע טאשען האבן "אומגעזעצליך" און "אום תורה'דיג" און "אום מאראליש" באקומען דירות, וועט זיך נישט איבער'חזר'ען, עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:35 pm

· #275157
קאך_לעפל
עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....

פארפאלן א לעפקאוויטש מוז מען געבוירן ווערן.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:10 pm

· #275164
יא יא עס איז שוין געוועהן אנדערע וואס האבן שוין געשריגן אויף ווילי עיר הנדחת.....

יואב » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:18 pm

· #275167
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
קאך_לעפל

יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....

מיט דעם נאר מיינסטו "רעבארן"?( קרעדיט: בר דעת)

כ'האב דיך שוין אמאל געזאגט: דיינע טענות אויף די רע-בנים זענען זייער גערעכט. דו האסט אבער מודה געווען צו מיר אז עם כל זה וועסטו רעבארן נישט איינטוישן מיט קיינעם. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים, און דיינע אשכולות איבער רבנים זענען ווערדלאז. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/253178">viewtopic.php?p=253178#p253178</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:31 pm

· #275171
קאך_לעפל
ווען די רבנים דמתקריא לייצים שטעלן זיך אויף מיט די בלויע קאפטענעס שבת פאר מינחה פארלערנען פרק, זאל זיך דער עולם נעמן שרייען דירות! דירות! וועט איר זעהן נאך א שטיק צייט א נייע בעדפארד גארדענס, א נייע קאלאמענטי... ווארטס נאר ווארטס! און די רשעות און נאצישקייט פון די בעדפארד דירות און ראס סטריט דירת, וואס נאר די רויעל פארמיליעס אפי' די מיט די געשוואלענע טאשען האבן "אומגעזעצליך" און "אום תורה'דיג" און "אום מאראליש" באקומען דירות, וועט זיך נישט איבער'חזר'ען, עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....

דו מיינסט אוודאי לצים דמתקרי רבנים, ניין?
אויך, דאס אנרופען די זאכען פאר נאצישקייט ווייזט אז דו ווייסט נישט וואס איז דאס א נאצי.
לגבי דיין גאנצע טענה, פון איין זייט גיסטו פעך און שוועבעל אויף רבנים און עסקנים, ומצד שני קוקסט ביי זיי פאר אן עצה. לאז דיך אפ פון זיי, און זוך דיר אן אייגענעם וועג. זוך אחים לדעה, דארף נישט זיין קיין סאך און נעם זיך בויען, נישט חרוב מאכען. פון טענה'ס און וויינען ביסטו סתם פארביטערט אן א תכלית.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:32 pm

· #275173
יואב
קאך_לעפל

יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....

מיט דעם נאר מיינסטו "רעבארן"?( קרעדיט: בר דעת)

כ'האב דיך שוין אמאל געזאגט: דיינע טענות אויף די רע-בנים זענען זייער גערעכט. דו האסט אבער מודה געווען צו מיר אז עם כל זה וועסטו רעבארן נישט איינטוישן מיט קיינעם. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים, און דיינע אשכולות איבער רבנים זענען ווערדלאז. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/253178">viewtopic.php?p=253178#p253178</a><!-- l -->

אדוני יואב ביזטו מודה אין דער פונקט וואס איך האב געשריבען? יא אדער ניין?
די ווילסט דיך נעמען אצינד צו מיר פראזענדליך און פארדרייען דעם אשכול אדש אז אלע לעצטע איבלען וואס האבן לעצטענס פארפלייצט דעם שטיבל וועלן מאכן פון דעם אשכול א חורבן? בעהט איך דיר טוה עס נישט, קום אריבער אין צימעס עפען אויף אן אשכול און מיר וועלן האבן א שיינער פארמעסט. בסדר?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:37 pm

· #275174
ליטוואק פון בודאפעסט
קאך_לעפל
ווען די רבנים דמתקריא לייצים שטעלן זיך אויף מיט די בלויע קאפטענעס שבת פאר מינחה פארלערנען פרק, זאל זיך דער עולם נעמן שרייען דירות! דירות! וועט איר זעהן נאך א שטיק צייט א נייע בעדפארד גארדענס, א נייע קאלאמענטי... ווארטס נאר ווארטס! און די רשעות און נאצישקייט פון די בעדפארד דירות און ראס סטריט דירת, וואס נאר די רויעל פארמיליעס אפי' די מיט די געשוואלענע טאשען האבן "אומגעזעצליך" און "אום תורה'דיג" און "אום מאראליש" באקומען דירות, וועט זיך נישט איבער'חזר'ען, עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....

דו מיינסט אוודאי לצים דמתקרי רבנים, ניין?
יא יא דאס מיין איך טאקע!
אויך, דאס אנרופען די זאכען פאר נאצישקייט ווייזט אז דו ווייסט נישט וואס איז דאס א נאצי.
אה ניין? ודאן באטשי ביטע מאך אויף א אשכול, און לאמיר דיבאטירן וואס עס מיינט א נאצי ?אקעי?
לגבי דיין גאנצע טענה, פון איין זייט גיסטו פעך און שוועבעל אויף רבנים און עסקנים, ומצד שני קוקסט ביי זיי פאר אן עצה. לאז דיך אפ פון זיי, און זוך דיר אן אייגענעם וועג. זוך אחים לדעה, דארף נישט זיין קיין סאך און נעם זיך בויען, נישט חרוב מאכען. פון טענה'ס און וויינען ביסטו סתם פארביטערט אן א תכלית.

דאס איז א גוטע טענה גיב מיר א פאר חדשים איבערצוטראכטען, און לאמיר זעהן צו מען קען אויפקומען מיט עפעס אן עיצה זיך אליינס אן עיצה צו געבן, בסדר?
נאך עפעס לוטוואק באטשי?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:40 pm

· #275177
כ'מיין דו זאלסט אויפמאכן אן אשכול וואו דו זאלסט איינטיילן יעדן אויפצומאכן אשכולות

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:44 pm

· #275179
ישמעאל הכהן
כ'מיין דו זאלסט אויפמאכן אן אשכול וואו דו זאלסט איינטיילן יעדן אויפצומאכן אשכולות

גערעכט גערעכט! ס'איזמיר נישט בייגעפיילן.... שכוח פארן מעורר זיין....

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:45 pm

· #275180
ע........ני........... טיי...........ם.............

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:51 pm

· #275181
אקעי, איך זעי מ'האט אנגערירט א פינטעל מיט'ן חוצפה נישט צושטעלען די מענטשען וואס דו האסט פיינט מיט'ן נאמען נאצי'ס. קוק דא ס'איז שוין דא אן אשכול וועגען דער טעמע.
איך ווייס אויך נישט מיט וואס בין איך דיין באטשי, און פארוואס דו רעדסט צו מיר רויט. איך בין נישט קיין רב און נישט קיין גביר, אלזא שריי נישט אויף מיר. דיין האס און צארען, אפילו בארעכטיגט, וועט צוריק האלטען אלע גוטע זאכען פון ארויסקומען פון די פראבלעם. בארואיג זיך און טראכט קלאר, אנדעריש ביסטו פונקט אזא שותף אין די פראבלעם ווי דער גאנצע געזעלשאפט.

פ.ס. נאך פארשטופטע דירות אין ווינקלעך אין וומסב"ג איז קיינמאל נישט דער עצה.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:58 pm

· #275184

אוי סליחה הייליג גערעכט... יעך בין צוגעוואוינט פון דערהיים נאך אין פישפיקלאדיין צו רעדן צו א לאנדסלייט מיט רעספעקט... אלזא יעך זעה אר מעכ''ת קומט פון פעסט, וואס איז היפש נאנט צו פישפיקלאדיין האב איך אייך גערופן מיט רעספעקט... באטשי וואס מיינט אויף אונגאריש מיסטער אזוי צו זאגן.....

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:14 pm

· #275188
ליטוואק פון בודאפעסט

פ.ס. נאך פארשטופטע דירות אין ווינקלעך אין וומסב"ג.

שוין לאנג וואס די עסקנים טענה'ן אז אז די פארשטופטע טייערע דירות איז גורם צו נעמען פ.ס. פון די רעגירונג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:18 pm

· #275191
לגבי דיין ענין, לעפעלע, וועלכע פלאץ אויף דער וועלט האט יא א קדושה?

ארץ ישראל האלט דאך דער רבי אז היינט נישט, ע"ש דעם צמח ה' לצבי אז א רצועה וכו', אייראפע איז דאך גארנישט בעסער ווי וויליאמסבורג, ווייל לפי דבריך אז צדיקים זענען נישט מקדש א פלאץ איז דאך נישט קיין נפק"מ וואו אין דער וועלט, א"כ איז נישטא קיין מקום קדוש.

פארשטיי איך גוט?

איך אויך » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:48 pm

· #275197
הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:51 pm

· #275198
איך אויך
הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.

פאר דיין אינפאו, אין וויליאמסבורג קלינט מען די גאסן צוויי מאל א וואך! אין די ריינע עיר הלא נידחת בארא פארק קלינט מען בלויז איינמאל. וואס טוט זיך אין אייראפע ווייס איך נישט.
דזשאסט טראכט פאר דו שרייבסט

איך אויך » דאנערשטאג מאי 14, 2015 7:59 pm

· #275201
רעב איד טשעק דיינע פאקטן בעפאר דו שרייבט. ווילי האט די העכסטע קעיסעס פון אסטמא אין נ.י.! עס איז פארגאזט (פון די הייוועי) פרסרחערט (פון די שמוץ) צושטיפט (פון די פראגער געטא סטייל 'דירות') פארדראגט (פון די אלע דראג דילערס וואס טוהען ביזנעס אין די פראדשעקטס) און פארשטינקן (פון די מינע מענטשען וואס וואוינען דארט). ווען עס קומט מיר אויס אריינצוטרעטן דארט קען איך נישט גענוג שנעל אפציען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:25 pm

· #275204
זאג נאר ר' קאך-לעפל: לאור דיין הערליכן פתיחת האשכול. ספעציעל דעם ערשטן פאראגראף. האלטסטו נאכאלץ פון דעם פאלשן, נארישן, וואנזיניגן און בייזוויליגן סלאגאן וועלכער איז אומדירעקט משבח די נאציס, ימח שמם וזכרם...והנה:..."די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"... .הכותב בדמע ובלב נשבר ונדכה. אחד מן החבורה. ציוני נלהב ההולך בשיטת רביה"ק ה'בעל ויואל משה זי"ע...!

HotCoffee » דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:49 pm

· #275209
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
שמעקעדיג
לגבי דיין ענין, לעפעלע, וועלכע פלאץ אויף דער וועלט האט יא א קדושה?

ארץ ישראל האלט דאך דער רבי אז היינט נישט, ע"ש דעם צמח ה' לצבי אז א רצועה וכו', אייראפע איז דאך גארנישט בעסער ווי וויליאמסבורג, ווייל לפי דבריך אז צדיקים זענען נישט מקדש א פלאץ איז דאך נישט קיין נפק"מ וואו אין דער וועלט, א"כ איז נישטא קיין מקום קדוש.

פארשטיי איך גוט?

די מיינסט אפשר מאנרא? [emoji13]

HotCoffee » דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:56 pm

· #275210
ישמעאל הכהן
איך אויך
הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.

פאר דיין אינפאו, אין וויליאמסבורג קלינט מען די גאסן צוויי מאל א וואך! אין די ריינע עיר הלא נידחת בארא פארק קלינט מען בלויז איינמאל. וואס טוט זיך אין אייראפע ווייס איך נישט.
דזשאסט טראכט פאר דו שרייבסט

מקען רייניגן פיר מאל א וואך, ווילאנג מען באשמוציגט וויליאמסבורג מיט אלע מיני פאשקעווילן ועגן צניעות און עירוב אא"ו, אדער א גאנצער גאס איז באשמירט מיט "געצל און יעקל האבן א נייער שטריימל; וואס איז מיט דיר?" וכהנה וכהנה, וועט נאך אלץ בלייבן א שמוציגער כפר נידחת

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:15 pm

· #275215
ישמעאל הכהן
איך אויך
הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.

פאר דיין אינפאו, אין וויליאמסבורג קלינט מען די גאסן צוויי מאל א וואך! אין די ריינע עיר הלא נידחת בארא פארק קלינט מען בלויז איינמאל. וואס טוט זיך אין אייראפע ווייס איך נישט.
דזשאסט טראכט פאר דו שרייבסט

וועם דארף מען רייניגען מער? דער וואס איז מער שמוציג.

למדן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:23 pm

· #275218
berlbalaguleh
זאג נאר ר' קאך-לעפל: לאור דיין הערליכן פתיחת האשכול. ספעציעל דעם ערשטן פאראגראף. האלטסטו נאכאלץ פון דעם פאלשן, נארישן, וואנזיניגן און בייזוויליגן סלאגאן וועלכער איז אומדירעקט משבח די נאציס, ימח שמם וזכרם...והנה:..."די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"... .הכותב בדמע ובלב נשבר ונדכה. אחד מן החבורה. ציוני נלהב ההולך בשיטת רביה"ק ה'בעל ויואל משה זי"ע...!

אז די ציונים זענען ווי די נאציס נעמען די סטמורים אפשר פון די פארטייען דארטן וואס שרייבן אלע איינער אויפן צווייטן נאצי און סטמר נעמט דאך אייביג אהן ככל השיטות לחומרא....

כ''ז בדר''א

יואב » פרייטאג מאי 15, 2015 2:07 am

· #275293
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
קאך_לעפל
יואב
קאך_לעפל

יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....

מיט דעם נאר מיינסטו "רעבארן"?( קרעדיט: בר דעת)

כ'האב דיך שוין אמאל געזאגט: דיינע טענות אויף די רע-בנים זענען זייער גערעכט. דו האסט אבער מודה געווען צו מיר אז עם כל זה וועסטו רעבארן נישט איינטוישן מיט קיינעם. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים, און דיינע אשכולות איבער רבנים זענען ווערדלאז. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/253178">viewtopic.php?p=253178#p253178</a><!-- l -->

אדוני יואב ביזטו מודה אין דער פונקט וואס איך האב געשריבען? יא אדער ניין?
די ווילסט דיך נעמען אצינד צו מיר פראזענדליך און פארדרייען דעם אשכול אדש אז אלע לעצטע איבלען וואס האבן לעצטענס פארפלייצט דעם שטיבל וועלן מאכן פון דעם אשכול א חורבן? בעהט איך דיר טוה עס נישט, קום אריבער אין צימעס עפען אויף אן אשכול און מיר וועלן האבן א שיינער פארמעסט. בסדר?

איך טרעט נישט איבער דעם שוועל פון צימעס אזוי גרויס ווי די שמיטה איז. וואס איז שייך דעבאטע? האסט מיך קלאר מודה אין יענעם אשכול אז אלעס שטעלט זיך אפ ביי דיין רבי'ן און דו וועסט אים בשום אופן איבערלאזן אפילו אויב דאס זאל זיין אומגערעכט קעגן דיין אייגענער שיטה. דאס שליסט איין די אלע קורופציע און שיגעון און נאך אפילו מער. איז וואס ביזטו מיר געווארן דא א גאנצע מוסר זאגער און רבנים האקער. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים.

צי איך האלט אז דו ביזט גערעכט מיט דעם עצם תוכן פונעם ארטיקל? יא, זיכער איבער דעם היינטיגן מצב און דערפאר האב איך דאס טאקע געלייקט.( וואס ווייס איך פון דעם אזויגערופענעם צדקות פון אמאל. סאונדס בעלוני.)

ס'האט אבער יענץ פנים. שטעל דיך פאר א מאלעסטער שטעלט זיך אויף האלטן א פלאמפייערדיגע דרשה אנטקעגן מאלעסטעישאן. ער דערקלערט קריג קעגן זיי, קעגן די וועלכע טאלערירן זיי אא"וו, איז ער דען נישט גערעכט? אוודאי איז ער גערעכט. ס'קומט זיך אים אבער אזא שטויס פון הינטן אדער אפשר טאקע דוקא פון פארענט. ביזט עוסק אין חזעריי? שווייג כאטש. בארעדסט דאך דיך אליינס. ווילסט נאכטאנצן דיין רבי'ן מיט אלע משוגעת'ן און שרייבן אשכולות איבער זיינע פראפאגאנדע, פיין און וואויל. דו מאכסט אבער לצנות פונעם עולם און פון דיר אליינס.

ואפעפ"כ האלט איך אז אויב דו ווילסט זאלסטו ווייטער שרייבן. ערשטנס ווייל יעדער מעג שרייבן וואס דער העק ער וויל; והשנית ווייל דו זאגסט דאך זייער גוט. הן די נקודות ווי אויך דיין רייכער פעדער. קיפ אפ, זאל מען אזוי לאנג מישן מיט דעם קאך לעפל אז ס'זאל שוין מקוים ווערן דעם נמשל פון קריעת ים סוף מיט די מצרים.

בד"וו, פאר דו כאפסט זיך ארויף אויף דעם צוגלייך צו מאלעסטעישאן, כ'האב דיך חלילה באשולדיגט דערין אדער געזאגט אז ס'איז ממש די זעלבע זאך. כ'האב דאס נאר גענוצט לסבר את האוזן, און כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.

איך שלאף שוין, א גוטע נאכט.

קאך_לעפל » פרייטאג מאי 15, 2015 2:52 am

· #275300
ווי געזאגט די פרעגסט א גוטע קישה אויף וואס איך האב א תירץ, אבער אשכול איז נישט געאייגענט דערפאר, צוליב פארשידענע ניקים גייען רעגירן מיט תגיבות, וואס עס וועט גורם זיין אז דער אשכול וועט אנקומען אין ציימעס, און איך ווייס דאך וואס פאר א אריסטאקראט די ביזט, און ווי פיינט די האסט צימעס...

אין צימעס ווילסטו נישט אריין טרעטען, נא וואס קען איך דיר העלפען?? דעריבער לאז געמאכט און רוה דיך גוט אויס

יואב » פרייטאג מאי 15, 2015 11:59 am

· #275361
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
קאך_לעפל
ווי געזאגט די פרעגסט א גוטע קישה אויף וואס איך האב א תירץ, אבער אשכול איז נישט געאייגענט דערפאר, צוליב פארשידענע ניקים גייען רעגירן מיט תגיבות, וואס עס וועט גורם זיין אז דער אשכול וועט אנקומען אין ציימעס, און איך ווייס דאך וואס פאר א אריסטאקראט די ביזט, און ווי פיינט די האסט צימעס...

אין צימעס ווילסטו נישט אריין טרעטען, נא וואס קען איך דיר העלפען?? דעריבער לאז געמאכט און רוה דיך גוט אויס

 אויב האלסטו אז ס'איז שייך צו דעבאטירן, קום איך געזונטערהייט אריין קיין צימעס – מיט א באגרעניצטער צייט אבער.

די סיבה פארוואס איך גיי נישט דארט אריין איז נישט מחמת קנאות, פשוט אלס באקוועמליכקייט.

קאך_לעפל » פרייטאג מאי 15, 2015 12:51 pm

· #275383
בסדר איך גיי אצינד עפענען אן אשכול אין צימעס, מיטן נאמען "רבנים vs קארופציע", וועל מיר דארטן זעהן בסדר?

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:31 am

· #276695
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 11:39 am

· #276703
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
ציבעלע-קיגל
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!

אמאל אויך נישט.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 11:42 am

· #276706
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
HotCoffee
ציבעלע-קיגל
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!

אמאל אויך נישט.

וואס הייסט ביי דיר קדושה ?

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:42 am

· #276707
חז''ל זאגן אין מס' שבת, שמונים שנה לפני חורבן בית שני, הוסיפו וגזרו על אויר ארץ העמים, שאף תרומה הנכנסת לחלל אוירה תהיה תלויה.

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 11:42 am

· #276708
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
הייליגקייט

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:51 am

· #276712
הייליג מיט וואס? ווי אזוי ווערט א שטאט הייליג? דארט דרייען זיך גוים מיט גויטעס? יא! הינט אויף 4 פוס? יא! הינט אויף צוויי פוס?יא! אלזא מיט וואס איז עס הייליג ווייל חולה צימעקלאטץ מיט שטויב-היט קלאר צאפן דאס בלוט פאר די מענשטהייט? אדער גאר ווייל ר' זלמן הגדול וואוינט דארט? וואס?

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 12:17 pm

· #276727
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
האסט געפרעגט וואס מיינט קדושה, כהאב געענטפערט הייליגקייט.
איך האב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז הייליג. קוק מין תגובה וואס כ'האב געשריבן פאר דעם.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 12:20 pm

· #276728
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
HotCoffee
הייליגקייט

א שטאט ווערט נישט אויס הייליג ווען סאיז דא שטערונגען ווי למשל גוים דרייען זיך דארט א.ד.ג.

איז אזוי א אידישער ישוב האט א הייליגקייט סשיין סאיז אידישליך.

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 12:28 pm

· #276733
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
HotCoffee
ציבעלע-קיגל
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

אפשר אמאהל געהאט, היינט זיכער נישט!

אמאל אויך נישט.

ס'איז קיינמאל נישט געווען הייליג, סאו סקען נישט ווערן אויס הייליג.

הק זעמל » דינסטאג מאי 19, 2015 12:40 pm

· #276744
די סיבה פארוואס די ברוינפען אלד ווילימסבורג הייסט אזוי איז ווייל ס'איז אזוי ווי וויליאמסבורג ס'אלט, ס'שטינקט, ס'איז טייער, מ'בלייבט מיט א נאך טעם, אבער דאך קויפט מען עס!!

Milk shake » דינסטאג מאי 19, 2015 2:18 pm

· #276796
האט דען נישט יעדע אידישע שטאט א קדושה? געוויס יא! יעדע שטאט ווי מ'איז מקיים תומ"צ האט א שטארקע קדושה, נאו קוועסטשען. בארא פארק האט אויך, פלעטבוש אויך, און אפילו סידערהוירסט אויך.

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 2:31 pm

· #276807
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אה, דעמאלטס וואס דען רופן די סאטמורים די הייליגע לאנד ארץ ישראל "די מדינה הטמאה"?

Milk shake » דינסטאג מאי 19, 2015 2:42 pm

· #276812
דאס דארפסטו אנפרעגן ביי די וואס רופן אזוי אן די הייליג לאנד, איך גלייב זיי רופן נאר אן אזוי די רעגירונג דארטן, נישט די ערד.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 19, 2015 9:40 pm

· #277071
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
וויליאמסבורג קען שוין נישט זיין הייליג. איך האב געזעהן אויף שי קול קוראס אז די ארטיסטען האבען עס שוין מטמא געווען