☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8860
בלאט: 1 2

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 13, 2015 3:10 pm

· #274758
אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל
הרב פנחס שלום בן סימא מירל ובנו הגדול של כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א דארף א ישועה.

ווי איך הער האט ער געהאט אן אפעראציע אויף זיין שדרה פאריגע וואך דאנערשטאג. דער אפעראציע נעמט אריין גרויסע ריזיקעס. ביים סוף פון די אפעראציע איז ער אריין אין קארדיאקארעסט (הארץ אטאק). מען האט אים געדארפט אינטערבעיטן. ביז מען האט אים צוריק געברענגט להאי עלמא. מען האט אים ארויף געהאקט צו א רעספערעיטער און געהאלטן איינגעשלעפט ביז נאך שבת. פאר עפעס א סיבה האבן די דאקטוירים מחליט געווען אז מען גייט אים מאכן א טרעיק. זיי האלטן אז לעולם וועט ער דארפן די רעספערעטער ווען ער שלאפט. און אזוי אויך אויב ער וועט עס דארפן כל היום זאל עס זיין לייכט צו קאנעקטן.

שמעתי אז ער האט זיך נעכטן אויפגעועקט און מלא יסורים, ווי מען האט אים געבינדן צו די בעט אז ער זאל נישט ארויס רייסן די רעספערעטאר.

צווישן חסידי וויזניץ מאנסי רעדט מען כמעט נישט פון דעם.

עס קען זיין אז געוויסע פרטים זענען נישט פונקטלעך מדוייק. אויב איינער ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.

די ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין פאר פנחס שלום בן סימא מירל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

חקרן » מיטוואך מאי 13, 2015 3:17 pm

· #274761
איך קען אים, ער איז א צדיק נסתר, אן עובד השם במסירת-נפש. זאל אים דער אויבערשטער שיקן א רפואה שלימה בקרוב.

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 13, 2015 3:52 pm

· #274771
חקרן
איך קען אים, ער איז א צדיק נסתר.

נישט געוואוסט אז דו קענסט מיר 😂

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 13, 2015 5:10 pm

· #274798
די לעצטע תקופה איז ער געווען צומישט.

ביינאכט באנוצט ער זיך שוין לאנג מיט אן אטעם מאשין.

שבת אחים » מיטוואך מאי 13, 2015 10:04 pm

· #274916
איך וואונדער זיך ווי א חבדסקער ווי אייך ווייסט פונקטליך וויאזוי וויזניצער רב שלאפט מיט א מאשין ,כ׳מיין גארנישט שלעכטס , אבער ווי קומט די קאטץ איבערן וואסער ?

ראש הישיבה » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:29 pm

· #275135
ונבנתה העיר
די לעצטע תקופה איז ער געווען צומישט.

ביינאכט באנוצט ער זיך שוין לאנג מיט אן אטעם מאשין.


נישט אן אטעם מאשין א C-PAP מאשין. דאס איז געמאכט פאר די וואס ליידען פון סליפ אפניע (SLEEP APNEA). דאס איז א מחלה וואס מאכט אז בשעת מען שלאפט רוהט מען זיך נישט אויס, ווייל מען אטעמט נישט גענוג טיף, און עס קומט נישט אהן גענוג אקסעדזשין צו די מח. דער מחלה באטרעפט איבער 18 מילליאן מענטשן. די עצה פאר דעם איז צו ניצן א מאשין וואס בלאזט אריין די מאשין אז די מענטש איז געצווינגען צו אטעמען טיפער. איך קען עטליכע וואס ניצן אזא מאשין. מען ווערט נישט צומישט וועגן דעם. מען ווערט נאר מער אויסגערוהט.

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:58 pm

· #275141
ראש ישיבה וואס איז זיין מצב דרך אגב ? האט זיך עפעס געטוישט ? איז ער אין א סטאביל מצב?

ראש הישיבה » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:59 pm

· #275142
איך ווייס נישט. איך בין נישט באקאנט. לויט ווי איך הער ווערט עס סטאביל. אבער ער גייט בלייבן לעולם מיט א טרעק. דאס מאכט אים פאר חולה פאר זיין לעבן.

משה פיטות » דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:45 pm

· #275207
Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק לרפו"ש
יעצט גייט ער שיון זיין א עכטע נעבעך [emoji6]

חקרן » דינסטאג מאי 26, 2015 11:33 pm

· #278363
עפעס איז געווען גוטע נייעס דעם יום טוב. ווייסט איינער מער?

היסטאריקער » מיטוואך מאי 27, 2015 11:28 am

· #278457
ער מאכט חתונה א אייניקעל היינט נאכט

מנחם אבראמאוויטש » מיטוואך מאי 27, 2015 4:16 pm

· #278536
חקרן
עפעס איז געווען גוטע נייעס דעם יום טוב. ווייסט איינער מער?

איך האב געדאווענט אין וויזשניץ דעם יו"ט העעל"ט און דארטען רעדט מען נישט דערפון, צו דענייעל אדער אנדערע סיבות, כ'ווייס נישט.
איך האב געפרעגט זיין זוהן וואס דער מצב איז האט ער געזאגט די פיבער איז אראפ, דאס איז די גוטע נייעס.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:37 am

· #280490
אוועק

קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:39 am

· #280492
אצינד קומט אריין די ביטערע בשורה... בד''ה הגה''צ רבי פנחס שלום האגער ז''ל בן הגה''צ רבי מרדכי שליט''א שבק לן חיי... ער האט צירוק געגבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה פארן אדון כל הנשמות... זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל... עד שיעמוד לתחיה לקץ הימין.. תנצב''ה

א איד » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:50 am

· #280500
אב"ד וויזניץ בארא פארק לרפו"ש
די נאמען האט ער דאך שוין געזעהן, און די לוי׳ וועט מסתם זיין אין וויזשניצע ביהמ״ד אין מאנסי, נו בלייבט נאר איבער צו פרעגן אויב איינער האט א פיקטשער פון עם

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:53 am

· #280506
בד"ה
📎 download.jpg

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:57 am

· #280507
📎 rps20150604_105442.jpg

פאפיטעס » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:02 am

· #280510
.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:07 am

· #280511
ביטע מפני כבוד המת האלטן צימעס נושאים אינדרויסן.

שכוח

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:12 am

· #280515
רבותי להוי ידוע אז די שמועות זענען פאלש, דערווייל לעבט ער נאך און לאכט פון ענק אלע

שושן פורים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:14 am

· #280516
משה פראגער
רבותי להוי ידוע אז די שמועות זענען פאלש, דערווייל לעבט ער נאך און לאכט פון ענק אלע

יעדער אין וויזניץ רעדט פון דעים די לויה וועט זיין באלד אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:16 am

· #280517
בחדרי

אבל כבד בחצר חסידות ויז'ניץ מונסי: מארה"ב מגיעה הידיעה הקשה על פטירתו של הרה"צ רבי פנחס שלום הגר זצ"ל אב"ד קהל תורת חיים ויז'ניץ מונסי בבורו פארק, ובנו בכורו של יבלחט"א האדמו"ר מויזנ'יץ מונסי.

בתקופה האחרונה חלה ואושפז בבית החולים מצבו ידע עליות ומורדות בשעות האחרונות הדרדר מצבו והוא השיב את נשמתו ליוצרה כשהוא בן 67 בפטירתו.

רבי פנסח שלום זצ"ל נולד בשנת תשי"א לאביו האדמו"ר רבי מרדכי הגר, הרבי מויז'ניץ מונסי ובנו של ה'אמרי חיים' מויזנ'יץ זצ"ל.

בבחרותו למד במוסדות ויז'ניץ. אחר-כך עבר ללמוד במוסדות סקווירא, אצל זקנו האדמו"ר מסקווירא זצ"ל, חותנו של האדמו"ר מויז'ניץ-מונסי - שחיבבו במיוחד, גם לאור העובדה שהוא היה בכיר הנכדים.

בהגיעו לפרקו, נשא את בת האדמו"ר הרה"צ רבי הרשל'ה מספינקא זצ"ל, שהתגורר בויליאמסבורג.
רבי פנחס שלום היה ענוותן, שפל ברך, פשטן ולא מחזיק מעצמו. הוא יכול לשוחח עם כל אחד בגובה העיניים ולעולם אינו מתנשא על הזולת. אין אדם שיכול להעיד כי הוא שומר לו טינה. הוא התחבב על הכול, וכולם העריצהו ואהבו. "כליל המעלות", מכנים אותו. "אוהב שלום ורודף שלום", ממש כפי שמו.

כך, למשל, כשהוא שוהה במונסי במחיצת אביו, היה נוסע בשירותי התחבורה החרדית הפנימית של העיירה, ככל אחד מהתושבים. "הוא לא היה סבור כי כבנו של האדמו"ר, עליו ליהנות מרכב צמוד. תופעה נדירה ובלתי מוכרת בעולם הבנש"קים שבחצרות הקודש הבולטים", מעיד אחד ממכריו ל'בחדרי חרדים'.

רבי פנחס שלום התגורר בבורו-פארק ושימש כרב הקהילה של ויז'ניץ-מונסי בשכונה. הוא שימש כמסדר הקידושין בכל השמחות של החסידים, והיה מגיע בכל ערב למונסי, כדי לשמש גם שם כמסדר קידושין.

עמד בראשות ובנשיאות מוסדות ויז'ניץ-מונסי בבורו-פארק, הכוללים תלמוד-תורה ובית חינוך לבנות, ישיבה קטנה ועוד, בהם מתחנכים יותר מ-1500 תלמידים. גם כולל אברכים פועל תחת המוסדות, בו לומדים קרוב למאה אברכים.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:19 am

· #280518
יעצט קאנפורמט ביי איינע פון די קינדער.

בשורות טובות

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:23 am

· #280519
מאנטאג נאכט מאכן צוויי קינדער חתונה אן אייניקל. ר' ישראל מיט ר' ישראל אליעזר פיש.

מען האט דעם דינסטאג געענדיגט שבע ברכות ביי רבי פנחס שלום''ס אן אייניקל (ליידער האט ער זיך נישט געקענט משתתף זיין).

שושן פורים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:41 am

· #280524
לוויה 2pm ביהמד וויזניץ בארא פארק ניו יוטרעקט קארנער 53 און 4pm פון ביהמד הגדול וויזניץ אויף פיליס טערעס אין מאנסי

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:42 am

· #280525
ער האט זיך אהנגעהויבען בעסער צו שפירן. ער האט שוין רעאגירט די לעצטע פאר טעג. נעכטן איז ער געזעצן אויף א בענקל בשעת ווען די ברודער ר' ישראל האט אים באזוכט, און ער האט רעאגירט פאר איבער צוויי שעה. היינט איז זיין איידעם געווען ביי אים, ווען פלוצלונג האבן די ווייטעלס אהנגעהויבן דראסטיש צו פאלן מען אים ארויסגעשיקט פון שטוב און געארבעט אויף אים, אבער ליידער נצחו אראלים את המצוקים און ער אויסגעהויכט די נשמה.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:44 am

· #280527
זצוק''ל? הערט זיך איבערגעטריבן

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:47 am

· #280528
ער איז געווען א בעל יסורים כל ימיו, און עס מקבל געווען באהבה. זיין תפילות זענען געווען זייער ווארעם, אזוי זאגן אלע וויזניצער חסידים וואס זענען געווען ימים נוראים.

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:47 am

· #280529
[ציטאט אראפגענומען]

האסט געמאכט א גרויסע מצווה מיט דיין לייק און נאך א גרעסערע מצווה מיט די פרסום פון די לייק די זכות זאל דיר ביישטיין בעוה״ז ובעוה״ב

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:24 pm

· #280541
ישמעאל הכהן
זצוק''ל? הערט זיך איבערגעטריבן


טאקע איבערגעטריבן ווייל די אלע טיטלען וואס מ׳שרייבט אויף רבנים ווענד זיך ווי א גרויסע רבי מ׳איז למשל א רבי וואס גייט מיט שיינע אויפרייצענדע קאלירטע בעיקיטשעס און פאָרט ארום מיט א גאנצע עסקאורט פון צענדליגער יוקאַנס מיט בליצידיגע לעמפּלעך אויף אזא איינעם פּאַסט טאקע צו שרייבן אזעלכע טיטלען ווי זצוקללה״ה! משא״כ ר׳ פנחס שלום וואס האט נישט געוואוינט אין א גרויסע מעכטיגע רויטע פּאַלאַץ אויף בעדפארט עוועניו און ער האט נישט געהאט דעם גאלדענעם שטעקן און ניטאַמאָל איין יוקאַן מיט לייטס איז אים נאכגעפארן טאָר מען טאקע נישט שרייבן אויף אים נאר ז״ל... ופשוט הוא... 🙄

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:39 pm

· #280549
זצוק''ל מיט א קו''ף שרייבט מען געווענליך אויף א זקן אדמו''ר, דאס מיינט נישט צו זאגן אז ער איז ווייניגער אדער מער. כ'רעד פון א ריינעם שרייבערישן סטנדפוינט

פאפיטעס » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:53 pm

· #280553
ראש הישיבה
ער איז געווען א בעל יסורים כל ימיו, און עס מקבל געווען באהבה. זיין תפילות זענען געווען זייער ווארעם, אזוי זאגן אלע וויזניצער חסידים וואס זענען געווען ימים נוראים.


הונדרעט פראצענט גערעכט!
ער איז אייביג געווען א מלומד ביסורים מיט כל מיני מיוחשן אין קראנקהייטן ל"ע
די לעצטע פאר יאר איז אים געווען שווער צו גיין אויף די אייגענע פיס אין ער פלעגט אסאך דארפן צוקימען צו אנדערע אויף קיין שום יוד נישט געזאגט

כוויל נישט יעצט אריינגיין אין די היימישע פאליטיק וואס האט אים ממש אויפגעגעסן
פשוט כוויל מיר נישט איינרייסן מיטן ראש הישיבה זאל זיין געזונט... והמיבין יבין....
אויב איינער וויל עפענען אן אשקול פאר דעם "איי וויל עפרישיעיט איט "

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:11 pm

· #280562
איינער פון די יסורים וואס ער האט געליטן איז עפעלעפסי (חולי נופלות). ער האט נישט געהאט קיין סאך אטאקעס ברבים אין די לעצטע צוואנציג יאר. אבער זייט זיין ערשטע אפעראציע פאר אפאר וואכן צוריק איז עס צוריק געקומען אין ער געהאט אפאר אטאקעס אין שפיטאל.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:26 pm

· #280566
כיכר שבת

ברוך דיין האמת: בשכונת בורו פארק בניו יורק נפטר בשעה האחרונה (חמישי) הרב פנחס שלום הגר, בנו בכורו של האדמו"ר מויז'ניץ מונסי.

הרב פנחס שלום כיהן כרבם של חסידי ויז'ניץ מונסי בשכונת בורו פארק ונודע במעלותיו התרומיות. "הרב זצ"ל היה ידוע בפשטותו ובצניעותו כאשר למרות גדלותו היה משוחח עם כל אחד בחביבות". מספר אחד המתפללים.

חסיד נוסף שהכיר את הרב הגר זצ"ל מספר על "אישיות מיוחדת ששילבה תורה ויראת שמיים לצד מידות טובות".

לפני כחודש חלה בפתאומיות ונפל למשכב. תפילות ואמירת פרקי תהילים לרפואתו נערכו בכל רחבי העולם היהודי.

לאחרונה חל שיפור מסויים במצבו הרפואי אולם בשעות האחרונות חלה שוב הידרדרות פתאומית שהובילה לקריסת מערכות ולאחר מכן להסתלקותו.

shem-tov » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:35 pm

· #280571
בד"ה. איז ער געווען דער רב אין מאונט סיני האספיטאל אדער זיין ברודער

שושן פורים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:39 pm

· #280573
shem-tov
בד"ה. איז ער געווען דער רב אין מאונט סיני האספיטאל אדער זיין ברודער

דו רעדסט פון זיין ברודער הרב אליעזר זאב שליט"א וואוינט גראדע אויך אין בארא פארק, אן איידעם ביי סקווירא ב"פ

חקרן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:46 pm

· #280615
וואו האלט מען יעצט ביי די לויה? - איז דא איינער דארט?

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:03 pm

· #280622
יעצו אויסגעפונען אז אין ארץ ישראל איז יעצט דא א חתונה ביי אן אייניקל פון זיין ברודער ר' מענדל פון גיבערס. עס א בשותפות דיגע אייניקל פון טשערנאבל ב"ב און ראחמעסטרווקא. צוויי ברודער ר' אליעזר זאב מיט ר' ברוך שמשון פון בית שמש זענען דארט געוועהן און זיי זענען ארויס. מען האט גארנישט איבערגעגעבן פאר ר' מענדל כדי נישט צו שטערן די שמחה.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:03 pm

· #280624
חקרן
וואו האלט מען יעצט ביי די לויה? - איז דא איינער דארט?


מען איז ארויס פון ב"פ 2:45. די לווייה דארף זיין אין מאנסי 4:00.

יצמחפרקני » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:10 pm

· #280626
<a class="postlink" href="http://www.ditzeitung.com">http://www.ditzeitung.com</a>
📎 bulletin43.JPG

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:18 pm

· #280634
ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:30 pm

· #280639
שמעון וואלף
ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?


קיינער פון זיינע קינדער דאכצעך איז נישט אינטערסירט אין רביסטיווע לפי ידעתי , אפשר/לכאורה וועט זיין עלטסטע זוהן ר׳ יעקב יוסף פון מאנסי איבערנעמען די קהילה במקום דעם טאטן , ער איז א איידלע שטילע אינגערמאן וואס לעבט זיך אין זיין וועלט׳ל, ער איז נישט אמתדיג רבי מאַטעריאַל

שרולי שטיין » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:45 pm

· #280652
שבת אחים
שמעון וואלף
ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?


קיינער פון זיינע קינדער דאכצעך איז נישט אינטערסירט אין רביסטיווע לפי ידעתי , אפשר/לכאורה וועט זיין עלטסטע זוהן ר׳ יעקב יוסף פון מאנסי איבערנעמען די קהילה במקום דעם טאטן , ער איז א איידלע שטילע אינגערמאן וואס לעבט זיך אין זיין וועלט׳ל, ער איז נישט אמתדיג רבי מאַטעריאַל


רבי יעקב יוסף איז נישט רבי מאטעריאל? דאן קענסטו אים נישט... ער איז אזוי רבי מאטיריאל ווי זיין זיידע (און נאך מער, ער פארשטייט זיך בעסער מיט מענטשען). ער האט שוין היינט א שיינע פאר מענטשען וואס זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר אים. די פלאן אין בארא פארק אלע יארן איז געווען אז ווען זיין טאטע וועט זיין רבי וועט ער זיין פראקטישע פירער. ער איז אזוי אויך די העכסטע אוטאריטעיט אין די ב.פ. מוסדות שוין פאר יארן.

ער איז אויך די משנה למלך אין אלע אינערליכע ענינים אין מאנסי, מאחורי הפרגוד, נאך רבי ישראל.
און נאך אסאך, איך קען נישט אלעס זאגן. אבער איך דורכאויס אלע מיין בחורישע יארן פארברענגט ביי אים אינדערהיים אלע מיינע ימים טובים, און ער איז געווען מיין קביעות'דיגער בעל אכסניא אין מאנסי (ד.ה. איך בין געווען מער ביי אים אינדערהיים ווי ביי מיינע עלטערן).
והעולה על כולם, ער איז 'מענטש', פשוט. קען זיין דאס איז א פראבלעם אין רביסטיווע.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:58 pm

· #280658
שרולי שטיין

רבי יעקב יוסף איז נישט רבי מאטעריאל? דאן קענסטו אים נישט...
והעולה על כולם, ער איז 'מענטש', פשוט. קען זיין דאס איז א פראבלעם אין רביסטיווע.

דאס איז שוין צו הויעך...

chaims » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:10 pm

· #280662
Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל
רבי מאטעלע ווייסט?
ער איז ביי די לוויה?

שרולי שטיין » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:20 pm

· #280663
אוודאי. דער מענטש איז מער ביי זיך ביי די 93, ווי רוב רבי'ס ביי די 80.

chaims » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:45 pm

· #280671
Re: אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל
צופרי ווייס איך אז מען האט איהם נישט געזאגט

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:04 pm

· #280676
שרולי שטיין
שבת אחים
שמעון וואלף
ווער איז ממלא מקום?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, טאמער האט ער א זון אין וויליאמסבורג, למשל, גייט ער ווערן אב"ד וויזניץ מאנסי בארא פארק וויליאמסבורג?


קיינער פון זיינע קינדער דאכצעך איז נישט אינטערסירט אין רביסטיווע לפי ידעתי , אפשר/לכאורה וועט זיין עלטסטע זוהן ר׳ יעקב יוסף פון מאנסי איבערנעמען די קהילה במקום דעם טאטן , ער איז א איידלע שטילע אינגערמאן וואס לעבט זיך אין זיין וועלט׳ל, ער איז נישט אמתדיג רבי מאַטעריאַל


רבי יעקב יוסף איז נישט רבי מאטעריאל? דאן קענסטו אים נישט... ער איז אזוי רבי מאטיריאל ווי זיין זיידע (און נאך מער, ער פארשטייט זיך בעסער מיט מענטשען). ער האט שוין היינט א שיינע פאר מענטשען וואס זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר אים. די פלאן אין בארא פארק אלע יארן איז געווען אז ווען זיין טאטע וועט זיין רבי וועט ער זיין פראקטישע פירער. ער איז אזוי אויך די העכסטע אוטאריטעיט אין די ב.פ. מוסדות שוין פאר יארן.

ער איז אויך די משנה למלך אין אלע אינערליכע ענינים אין מאנסי, מאחורי הפרגוד, נאך רבי ישראל.
און נאך אסאך, איך קען נישט אלעס זאגן. אבער איך דורכאויס אלע מיין בחורישע יארן פארברענגט ביי אים אינדערהיים אלע מיינע ימים טובים, און ער איז געווען מיין קביעות'דיגער בעל אכסניא אין מאנסי (ד.ה. איך בין געווען מער ביי אים אינדערהיים ווי ביי מיינע עלטערן).
והעולה על כולם, ער איז 'מענטש', פשוט. קען זיין דאס איז א פראבלעם אין רביסטיווע.


ער וואינט אין מאנסי און איז די העכסטע אוטאריטעט אין ב. פ. מוסדות?

און אגב, ביי וועם איז ער אן איידעם?

שרולי שטיין » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:08 pm

· #280679
יא.

ער איז א איידעם ביי זיין פעטער, ר' אברהם דוב טווערסקי (בן ר' יוחנן מראחמיסטריווקא, וחתן האדמו''ר מוויזשניץ).

שרולי שטיין » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:37 pm

· #280695
רבי יעקב יוסף איז יעצט אויסגערופן געווארן אלס ממלא מקום.
בלאט: 1 2