☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל

ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8851

יואליש » דינסטאג מאי 12, 2015 4:05 pm

· #274466
ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל
אין ניו יארק מאגאזין איז ערשינען אן אויסצוג פון א בוך וועלכע קאווערט די אישו פון זשענטרעפיקעשאן, ווען געגענטער ווערן צי טייער פאר פשוט'ע פארדינער. די אויסצוג דעקט א שמועס מיט א חסידיש'ער אינגערמאן, מיטן פעסודענים אפרים, וועלכע ציעט זיין חיונה פון די ריעל עסטעיט ביזנעס ארום וויליאמסבורג. די שרעק איז די ראסיזים וואס קומט ארויס אין דעם שמועס, און ווי שווארצע פארדינען, אין אפרים'ס אויגן, ווייניגער רחמנות פון א פרוכט בוים.

כי האדם עץ השדה? אתם קרויים אדם!

אפרים איז בלויז א פראדוקט פון זיין געזעלשאפט,און בכלל נישט קיין אויסנאמספאל. אבער מ'זאגט נאך פון פריערדיגע: "נעבעך א ראסיסט איז פארט א ראסיסט."


**

נאדיר דאס לעצטע העלפט ציטירט:


My saying is — again, I’m not racist — every black person has a price. The average price for a black person here in Bed-Stuy is $30,000 dollars. Up over there in East New York, it’s $10,000 dollars. Everyone wants them to leave, not because we don’t like them, it’s just they’re messing up — they bring everything down. Not all of them.

Most of them don’t believe you at first. "Oh, you Jewish people you’re a bunch of thieves, you’re never going to give me my money." But once you start actually having a base of people who know you, who you actually gave the money, it’s better. Sometimes it’s really tricky because you’ll have one person willing to leave for $2,000 and another wants $20,000. And the second this guy finds out that guy is getting 20 he says, “Hell no, I’m not leaving. I want 20, too.”

They don’t know — here he lowers his voice — that even if they get the money and they left, they could always come back. They don’t know that part. And it’s so scary sometimes because they could come up in the middle of construction and say, “It’s my property, I didn’t understand what I was signing, and I want to come back.”

Some blacks have an attorney and everything. So I try to make them happy, even if they’re going to go for $7,000 or $8,000, I’d rather give them an extra grand so they’re happy and they’re not going to think about it too much. Again, I don’t want to be a racist, but when I have a building—I can’t even say it because it’s not going to sound right.

He lowers his voice again:

If there’s a black tenant in the house—in every building we have, I put in white tenants. They want to know if black people are going to be living there. So sometimes we have ten apartments and everything is white, and then all of the sudden one tenant comes in with one black roommate, and they don’t like it. They see black people and get all riled up, they call me: “We’re not paying that much money to have black people live in the building.” If it’s white tenants only, it’s clean. I know it’s a little bit racist but it’s not. They’re the ones that are paying and I have to give them what they want. Or I’m not going to get the tenants and the money is not going to be what it is.


The scary part about doing this is, if the black guys start to realize how much the property will sell for. This is a new thing now, the past year. A million, two million dollars—it’s crazy, crazy numbers. None of them realize yet—some of them do—the amount of money you can get. The scary part is they’re going to realize they can get the same exact house in East New York for $400,000, $500,000 and they can get paid $1.5 million for their home in Bed-Stuy, they’re going to start dumping houses on the market and the market’s going to be flooded and it’s going to cool down. It’s already cooling down.

It’s so hard to get empty buildings. When you have an empty building it’s like gold. So we never flip buildings. One building we sold because in the Jewish religion there’s a weird thing where you don’t cut down a fruit tree. Some people really don’t give a shit about fruit trees. But most of the Hasidic Jewish people will not cut down a fruit tree. There’s one house in Borough Park where they cut down a fruit tree and there was nine fires over there in the last two years. Sometimes weird stuff happens. So we had a building, and the only way it’s working for us is if the fruit tree comes down. We spent $50,000 doing the plans and then found out there’s a fruit tree. We didn’t know about it. So we had to sell the building. It’s the only way I’m going to sell a building. A building is not really a selling thing. Buildings are for keeping.

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 12, 2015 4:12 pm

· #274469
אוי רבונו של עולם ווי איז דער אינגערמאן גיוועהן ווען מען האט געטיילט שכל?
עס איז גענוג ער טראכט דאס, זאגט ער עס נאך פאר אנדערע?

איך אויך » דינסטאג מאי 12, 2015 4:23 pm

· #274472
ווי זעהסטו דא ראסיזם? דו לייקענסט אז ווייסע ווילן נישט וואוינען טיר ביי טיר מיט שווארצע? ווען דו ביסט און ריעל עסטעיט וואלסטו געקענט באשטיין צו פארלירן מיליאנען און האבען בילדינגס פול מיט דראג דילערס און פימפס פאר טענענטס?

ברסלבער » דינסטאג מאי 12, 2015 4:26 pm

· #274475
אין דעם אויסצוג זאגט דער יונגערמאן אז זיינע ווייסע גוי'אישע טענענטס האבן נישט ליב קיין שווארצע שכנים. דאס האט גארנישט מיטן יונגערמאנ'ס מיינונגען.

איך אויך » דינסטאג מאי 12, 2015 4:27 pm

· #274476
כ'זאג נישט אז דער וואלט ווען נישט בעסער אויסגעקומען (פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו גארנישט מיט ראסיזם) ווען ער האלט אביסל דאס מויל פארמאכט אבער ער רעדט לגבי ביזנעס און איך גלויב אז ווען עס רעדט זיך פון דיין באנק אקאונט מאכסטו ווען די זעלבע חשבונות.

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 12, 2015 4:40 pm

· #274487
אבער עכ"ז דארף מען וואטשן וואס מען רעדט ספיציעל ווען די ביסט א היימישע איד פון וויליאמסבורג און דיינע שכנים ווילן נישט וואוינען נעבן דיר אויכעט

יואליש » דינסטאג מאי 12, 2015 4:41 pm

· #274488
ווי זעהסטו רעדן פון דראגס און פימפס?

איך אויך » דינסטאג מאי 12, 2015 4:45 pm

· #274491
אזויפיל שכל האט ער נאך געהאט נישט צו רעדן בב''ה ,אבער ווען ער ספעלט עס ווען יא ארויס וואלסטו ערשט געהאט וואס צו שימפן.

יואליש » דינסטאג מאי 12, 2015 4:56 pm

· #274496
פונקט פארקערט. קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען ער פארדינגט נישט פאר פארברעכער, זאל עס זיין ווייסע, שווארצע, אידן צו גוים. אבער ער זאגט עפעס אנדערש, ראסיסטיש און אומלעגאל.

שמערל » דינסטאג מאי 12, 2015 5:12 pm

· #274505
Re: ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל
Happens to be איך האב מורא'דיג הנאה פון דעם אינטערוויו, קודם זאלן זיי אלע קראכן אז דער אינגערמאן דער שוטה אנאלפאבעט וכו' שארט גאלד אין בעד סטיי, און דער גרויסער קאפאציטעט גלערענטער גוי, איז א פרילענסער ביי ניו יארק מאגאזין....
נאכדעם דעס אליין וואס ער רעדט צאם אזעלכע פערדעריי, גיט אים א שטיקל גרין לייט אויף זיין נאאיוון ראסיזם, (וואס כ'האב נאכנישט געטראפן אין זיינע ווערטער) משא"כ דער ווייסער געלערענטער יאפי, וואס וויל נישט וואוינען מיט איינעם וואס האט א שווארצע גירל פרענד, איז דאך זיכער א ריכטיגער ראסיסטיש.

petergrifin » דינסטאג מאי 12, 2015 9:26 pm

· #274573
שמערל
Happens to be איך האב מורא'דיג הנאה פון דעם אינטערוויו, קודם זאלן זיי אלע קראכן אז דער אינגערמאן דער שוטה אנאלפאבעט וכו' שארט גאלד אין בעד סטיי, און דער גרויסער קאפאציטעט גלערענטער גוי, איז א פרילענסער ביי ניו יארק מאגאזין....


לא לחכמים לחם.

הקטן » מיטוואך מאי 13, 2015 8:35 am

· #274653
יואליש
ווי זעהסטו רעדן פון דראגס און פימפס?


Everyone wants them to leave, not because we don’t like them, it’s just they’re messing up — they bring everything down. Not all of them.


איך ווייס נישט פינקטליך פין ואס ער רעדט אבער נישט פין race - דו לעצטע מאל איך האב געטשעקט זענען אלע וואס זענען שווארץ די זעלבע race
איך זעה אין דעם אשכול מער סעלף-העטינג און סטיריא-טייפינג וואו רעסיזעם

13'טע עוועניו » מיטוואך מאי 13, 2015 11:25 am

· #274695
איך מיין אז די נערישע סטעיטמענטס וואס דער חסיד מאכט האט טאקע צי פארדאנקען די חרדי'שע חינוך
אבער די שלעכטע התנהגות בנוגע די טענענטס האט גארנישט מיט חרדים, חסידים אדער אידן
עס האט נאר מיט די אמעריקאנער קולטשער.
איך שרייב מער דערוועגן אויף מיין בלאג.

אפטעמיסט » מיטוואך מאי 13, 2015 11:41 am

· #274701
@שלום דין שרייבט מורא'דיג אויף פעיסבוק. אבער זיין bragging וועגן די א.ג. איין-שטיק-ליצנות ארגינעזאציע Yaffed איז אן אינסאלט פאר היומעניטי. די Yaffed רחמנות קעיסיס זענען נישט קיין caring individuals on the outside נאר אפאר שוטים וואס האבן פארשווענדעט געלט פאר ביל-בארדס וואס טוען גארנישט אויף. שלום, קיין טיפוש ביסטו נישט. Cut the crap please.

But most importantly, we can realize that things aren't going to fix themselves, and it's going to take a combination of brave individuals on the inside, and caring individuals on the outside (@Yaffed, for instance), who will push, prod, cajole, argue, encourage, threaten, too, if they have to, but mostly encourage for change to take place

יואליש » מיטוואך מאי 13, 2015 11:58 am

· #274705
שמערל

נאכדעם דעס אליין וואס ער רעדט צאם אזעלכע פערדעריי, גיט אים א שטיקל גרין לייט אויף זיין נאאיוון ראסיזם, (וואס כ'האב נאכנישט געטראפן אין זיינע ווערטער) משא"כ דער ווייסער געלערענטער יאפי, וואס וויל נישט וואוינען מיט איינעם וואס האט א שווארצע גירל פרענד, איז דאך זיכער א ריכטיגער ראסיסטיש.


ס'איז זייער מעגליך אז אפרים אין זיין נאאיוון ראסיסטישע מיינד האט אויסגעמישט דאס אז די טענענטס ווילן נישט שכנים וועלכע זענען אויפן נידריגן סאסיאעקאנאמיק שטאפעל (און זענען לייקלי זיך צו באשעפטיגען מיט אומלעגאלע געשעפטן קאנטראלירט דורך גענגס) מיט זיין פאנטאזיע אז זיי ווילן נישט שווארצע שכנים. ס'איז אפי' מעגליך אז ווען ער זאגט "שווארצע," ווי א נאאיווע ראסיסט, מיינט ער באמת "פארברעכער" און בכלל נישט ראסע - - אזוי ווי מאנכע אויבן האבן פארשטייען אז שווארץ איז קאוד פאר דראגס און פימפס.

כ'האב זיך געדרייט אין בושוויק און אין קראונהייטס, כ'ארבייט מיט קאלעגאס וועלכע וואוינען דארט, און "אלע" וועם איך קענען זענען נישט ראסיסטן, עכ"פ אז זיי וואלטן קיינמאל געהאט א פראבלעם מיט א שכן'ס ראסע. איז מעגליך אז אפרים האט אנגעטראפן א גרופע ראסיסטן וועלכע קומען וואוינען קיין ברוקלין? אדער איז פיל מער לייקלי אז זיין פערסעפשאן און שפראך איז קאלירט ביי זיין אייגענע אנשואונגן?

שמערל » מיטוואך מאי 13, 2015 12:04 pm

· #274708
Re: ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל
שווער אריינצולערנען פשטים, אבער דאס איז וואס ער זאגט.

ביי מיר איז אויך קלאר אנע צל של ספק אז יאפיס זענען נישט קיין ראסיסטן, אבער מען קען פארענטפערן אונזער ר' אפרים אז די יאפיס טראסטן אים נישט אז עס איז שווארצע / ארעמע פריי, ווילאנג עס איז נישט אינגאנצן שווארץ פריי. וצ"ע

יואליש » מיטוואך מאי 13, 2015 12:16 pm

· #274712
איך זאג דאס נישט בלויז בתורות השערה. גם בתוך עמי אנכי יושבת, און כ'האב פריינד וועלכע זענען זייער טעטיג און פילן בושוויק רענטעלס פאר וויליאמסבורג'ע לענדלארדס. זייער אפיציעלע זשאב איז קודם זיכער מאכן אז דער שווארצער דינגט נישט ביי אים. נישט די קרעדיט רעפארט, בעקראונד טשעק, באנק אקאונט, פריערדיגע רענטעל היסטארי דיקטירט. קאליר דיקטירט! ווייל דער וויליאמסבורג'ער לענדלארד האלט אז שווארץ איז סינאנאמיס מיט ארימקייט און פארברעכען, און ער אין זיין קאפ פראזשעקט אז די ווייסע שכנים וועלן האבן א פראבלעם דערמיט.

ס'איז לאו דוקא א חסידישע פראבלעם. ראסיסים אין האויזינג איז טיעף מיט א טרויריגע היסטארי. פארדעם זענען דא די שטרענגע "איקוואל האוזינג אפורטוניטי".

כ'וועל איבער'חזר'ן. די ראסיזים שטעקט לאו דוקא אין דאס נישט וועלן פארדינגן פאר שווארצע, ווייל אויב אפרים שטייט צו פארדינען פון פארדינגן בלויז פאר שווארצע וועט ער דאס טוהן זייער גערן. די ראסיזים שטעקט אין ניצען ראסע און קאליר אלס א מעזשור ווער ס'איז רייך און אויפריכטיג אדער ארום און פראבלאמטיש.

יואליש » מיטוואך מאי 13, 2015 12:25 pm

· #274717
איידער די שמועס ווערט צי היציג, לאמיר אפהאלטן א לייכטע מאמענט און דערמאנען אז אפרים האט מורא אז 9 פייערס זענען פארבינדן מיט א פרוכט בוים.

הקטן » מיטוואך מאי 13, 2015 3:22 pm

· #274763
ער איז נישט אליין, ר' יהודה החסיד האט זיך אויך געזארגט אויף דעם.

מאטי » מיטוואך מאי 13, 2015 3:55 pm

· #274772
פון א ביזנעס קוק ווינקל, אויב נעמען רענדאם שווארצע טענענטס איז פארבינדן מיט א גרעסערע טשאנס צו פאראורזאכן ווייניגער רווחים, אדער צומאל בלויז צו בלייבן מיטן קאפ העכערן וואסער, בין איך נישט אזוי זיכער אז ס'איז ראסיסטיש צו באפארצוגן ווייסע טענענטס. איז דאס א טראגעדיע? יא! אבער ביזנעס איז ביזנעס.

ווען איינער לייגט ארויף שטערקערע שלעסער אין א טונקעלע געגנט צוליבן חשש אז מ'וועט איינברעכן בעת אין א ווייסע געגענט וואלט מען נישט געלייגט, איז א ראסיסט? אדער פשוט לאגיש געטראכט! ריעל עסטעיט אגענטן זענען דא צו מאכן געלט און נישט צו פאררעכטן די וועלט.

פון דארט ביז בראגירן דערוועגן אין פובליק איז שוין א צווייטע מעשה.

הקטן » מיטוואך מאי 13, 2015 4:00 pm

· #274773
אפרים זאגט:
איך זאג דאס נישט בלויז בתורות השערה. גם בתוך עמי אנכי יושבת

יעקב מענטש » מיטוואך מאי 13, 2015 4:25 pm

· #274776
זייענדיג גוט באקאנט אין די ריעל עסטעיט מארקעט פון וואס אפרים רעדט, לאמיך דא אויסקלארן אפאר זאכן,

1) די יאפיס זענען -בדרך כלל- נישט קיין ראסיסטן, נאר רוב פון זיי זענען גאר פארקערט, זיי זוכן איקוואליטי, ווי נישט ווי זענען זיי דאך איינגעשריבן אדער הערשט יעצט ארויסגעקומען פון קאלעדזש וואס זענען ליבעראלע פעסטונגן, ווי די שווארצע ווערן גאר בעפארצוגט. און במילא שטימט עס נישט מיט די מציאות, דאס וואס ער זאגט אז די ווייסע חברה האבן מורא פון א שחור. וואס 'קען זיין' אז ער האט יא געמיינט איז, אז א ווייסער האט מורא פון א 'ביליגער שחור' וואס הכרת פניו ענתה בו אז ער טויג נישט, פון די סארט שחורים וואס זענען געווען אונזערע שכינים פאר די געגנט איז געווארן דזשענטריפייד, וואס פאר זיי, אויפוואקסענדיג אין א גענצליך ווייסע געגנט, איז עס אימת מות צו וואוינען בשכינות פון אזא איינעם,

2) לגבי די לענדלארדס, איז אמת אז 'אמאל' זענען זיי געווען איבערצייגט (און געוויסע אלד סקול חברה זענען נאך אלץ איינגערעדט, אבער זיי זענען ממש א מיעוט) אז, א) א שחור איז א שלעכטער טענעט, פשוט ווייל די סארט טענענטס וואס ער האט געהאט ביים איבערנעמן דעם בילדינג זענען געווען פון די שוואכערע סארט, פון וואס זיי האבן נאר געהאט צו עסן חריין, און דערפאר איז אויטאמאטיש געווארן אז שווארץ = שלעכט, (אבער נישט פון ראסיזם פאר די אלגעמיינע שווארצע באפעלקערונג, נאר פשוט צו פראטעקטן זייע נכסים, און זייענדיג פינאנציעל פארוואנדעט פון שווארצע/ספאנישע צרה לייט), ב) די זעלבע פאלשע החלטה וואס דער חסר דיעה אפרים האט געמאכט, אז ווייסע האבן נישט ליעב/האבן מורא פון שווארצע,
אבער כהיום יום טוט קיין איין נארמאלע לענדלארד (וואס איך ווייס, און איך קען אסאך... ), נישט דיסקרימינירן, און אלעס ווערט געבעיסד אויף קרעדיט, אינקאם און רענטעל היסטאריע, (אויסער ממש אפאר יחידים)


3) די זעלבע ראסיזם פון וואס אפרים רעדט, האב איך געהערט צוויי וואכן צוריק פון א ספאנישע לענדלארד...., סאו הערטס אויף צו האקן אין קאפ אז אונז זענען מחנך א דור פון ראסיסטן, און אונזער געזעלשאפט איז דער גורם פון דעם מוחלאזע אינגערמאנ'ס פלאפלערייען, און סאמהאו דארף דאס צו ווייזן אז אידן האבן פשוט פיינט שווארצע, דאס איז שוא ושקר!!

פאר איינעם וואס איז אין די ליין, איז די זאך גאר באקאנט, און פארשטייט אז ס'האט גארנישט מיט ראסיזם, אזוי ווי דיין ווייב וואלט זיך נישט געדרייט אין איסט ניו יארק נעבן די פראדזשעקטס איינזע באנאכט אליינס, אבער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען אין יוניאן סקווער אין די זעלבע שעה, און איך גלייב נישט אז דו וואלסט געהייראט א ראסיסט...

נאר וואס דען ? צו רעדן אזוי אין פובליק, - אפי' ס'איז אמת - איז א אינדיקעישאן אויף שכל דעפישענסי,


אויב ווילט עטס דוקא וויסן, האט מיר אמאל א בראוקער געוויזן א טעקסט וואס ער האט באקומען פון א ווייסע קליענט, און זי שרייבט דארטן אז זי וויל נישט וואוינען נעבן האסידים, the ones with the garb' און נאכדעם שרייבט זי ווייטער -זיך צו פארענטפערן - i'm not anti semitc, i have a lot of jewish friends, but i dont wanna live next to the ones with garb' (איך געדענק נישט פונקטליך איר לשון, אבער דאס איז וואס זי האט געשריבן)
אפשר דארף איך שיקן דעם מאגאזין צו כאפן א שמועס מיט די אשה חכמה, וואס וועט אפשר לאזן גיסן וואס 'זי' האט אין בויך.
און האלטסט אז זיי גייען פובלישען די רעזאלטס ? איי דאונט טיק סאו,

וכדומה.. » מיטוואך מאי 13, 2015 5:29 pm

· #274803
גם אני מצטרף, איך זע נישט קיין שום ראסיזם און זיינע ווערטער, ער איז א ביזנעסמאן, און ער רעדט ריין ביזנעס סטראטעגיעס

איך אויך » מיטוואך מאי 13, 2015 6:03 pm

· #274815
אלע לאגישע זאלן ביטע לאזן געמאכט ,די אומלאגישע סעלף-העיטערס דארפן האבען זייער דעילי דאזע פון ליטרת דם חרדים.

הקטן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:29 am

· #274990
איך אויך
אלע לאגישע זאלן ביטע לאזן געמאכט ,די אומלאגישע סעלף-העיטערס דארפן האבען זייער דעילי דאזע פון ליטרת דם חרדים.

מ'קען אבער זיי נישט אנריפען רעסיט - פינקט וואו א שווארצע איז בארעטיגט צו ניצן דעם "נ" ווארט

ווען יואליש שרייבט אז אפרים איז א רעסיסט ווייל ער קען די מהלך המחשבה פין די group וואו אפרים דרייט זיך אין יעצט פראדשעקט ער דאס אויף אפרים - וואו אזוי ריפט זיך דאס?

קוק אווא ער מאלט אפ א group
ווייל דער וויליאמסבורג'ער לענדלארד האלט אז שווארץ איז סינאנאמיס מיט ארימקייט און פארברעכען

איך פארשטיי באמת נישט וויאזו מאכט דאס סענס פאר אן אויפגעקלערטע פארוואס איז אויסגעהאלן צו פארבן א group וואו וויליאמסבורג'ער מיט איין brush חאטש דו קענסט נישט א יעדן יחיד
אבער טון די זעלבע זאך מיט סקין-קאליר איז אסור בתכלית האיסור. וייל אזוי האסטו מחליט געווען??

יואליש » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:50 am

· #275010
זאל איך דיר געבן די הנאה און פרעטענדן אז איך ווייס נישט אז דו ווייסט אז דו האסט בכוונה ארויסגעשניטן מיין קאנטעקסט ווי איך רעד פון א ספעציפישע חבר וואס ארבייט פאר ספעציפישע וויליאמסבורג'ע לענדלארדס וועלכע זאגן אים אפען וויאזוי זיך אומצוגיין? אדער זאל איך עס איגנארירן און דיך באטראכטן ווי נאך א טראל אויף קאווע שטיבעל?

הקטן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:52 am

· #275013
אויב דער "ספעציפישע חבר וואס ארבייט פאר ספעציפישע וויליאמסבורג'ע לענדלארדס" איז טאקע נישט קיין צווייטער וואו אינזער אפרים, בעט איך דיך איבער

נאכן איבערקיקען וואס דו האסט געשריבן זעה איך בכלל נישט וואו דו רעדסט פין ספעציפישע וויליאמסבורג'ע לענדלארדס.
קען זיין אפרים רעדט אויך פין ספעציפישע ווייסע טענענטס מיט וועם ער האט געהאנדעלד.

אויב רעדטסטו יא פין א ספעציפישע וויליאמסבורג'ע לענדלארד - וואו קימט דאס דא אריין?
איך גלייב נישט אז דיין כונה איז געווען צי פענטען אנדערע וויליאמסבורג'ע לענדלארד'ס מיט דו זעלבע brush

דא האסטו נאך וואו דו האסט זיך באצויגן צו דעם group
אפרים איז בלויז א פראדוקט פון זיין געזעלשאפט,און בכלל נישט קיין אויסנאמספאל.

יואליש » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:18 am

· #275027
לחיים לחיים.

קול דודי » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:54 am

· #275041
יעקב מענטש
זסאו הערטס אויף צו האקן אין קאפ אז אונז זענען מחנך א דור פון ראסיסטן, און אונזער געזעלשאפט איז דער גורם פון דעם מוחלאזע אינגערמאנ'ס פלאפלערייען, און סאמהאו דארף דאס צו ווייזן אז אידן האבן פשוט פיינט שווארצע, דאס איז שוא ושקר!!

ווי א חכם האט אמאל געזאגט, "אה, קאם אן!"

איך פארשטיי נישט די אלע וואס פראטעסטירען אקעיגן די באשולדיגערס דא. ס'רוב שרייבערס דא זענען דאך מכם ובכם, נישט פרעמדע וועם מ'קען פארדרייען א קאפ. ווייסן מיר דען נישט וואס אינזערע קינדער לערנען זיך אין חדר לגבי דעם "שווארצע שחור" (צימאל פון חברים, און צימאל פונ'ם רבי'ן אליינס)? ווייסן מיר דען נישט וואס אונזער עלטערן טראכטן פון בלעקי"ס, וואס אונזער געשוויסטער טראכטן פונ'ם "שווארצן שוטה"?

אז די חסידישע סאסייעטי האט בדרך כלל (ס'דא אויסנאמען, פארשטייט זיך) א גרויסן פראבלעם מיט איינגעגעסענע מיאוסע ראסיזם איז "שוא ושקר"? צו ענדיגן מעין הפתיחה, אה, קאם אן!

נאטירליך » דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:29 pm

· #275057
ראסיזם ביי היימישע
ר' שמשון רפאל הירש רופט אייביג אן א איד א אדם-ישראל דאס הייסט אז קודם כל איז דא א מענטש נאכדעם קומט א איד

א איד אן א מענטש איז גארנישט (שמעתי מחכם א' אז ה"ה לגבי ישראל חסיד איז די זעלבע זאך ואיכ"מ)

די זלזול וואס אסאך האבן פאר מענשטהייט בכלל איז ווייטאגלעך און אומדערטרעגליך,

פארוואס אויף א שיינע בלום זאגט נישט קיינער א זיין גאנצע תכלית איז נאר לשמשנו און נאכדעם קען ער פגר'ן???

א גוי איז א מענטש און חז"ל זאגן חביב אדם שנברא בצלם איז סאך א העכערע דרגא פון א דומם,

איך האב מורא דאס קומט פשוט פון מענשטן וואס בויען זיך אויף אז יענער איז גארנישט,

אויב א גוי איז א שגץ צוויי פיסיגע בהמה וכדומה וואס איז אינערעסאנט צו זיין אן עם הנבחר?? די בעסטע בהמה אין שטאל??

מיט דעם קומט די זלזול אין די טיעפסטע צרכים פאר א מענטש וואס ר' צדוק שרייבט אז עס איז נכלל אין העושה רצון קונו, צו זיין וואס דער אייבישטער האט אונז געמאכט

פון דעם קומט די גאנצע קדושה וצניעות עפאכע וואס איגנארירט די גאנצע מענטשליכע חלק און פארלאנגט צו זיין א ראבאטישע מלאך, והעברת פי ה' לא תצלח בין ברוח ובין בגשם

מרדכי » דאנערשטאג מאי 14, 2015 1:26 pm

· #275074
Re: ראסיזים און סופערסטישאן: א היימישע קוגל
אפרים זעהט אויס האט נישט צופיל געטראכט פארן גיין דאס זאגן פאר א צייטונג,
אבער דער  וואס פארשטייט איהם נישט טראכט ווייניגער.‏
די פאקט איז אז שווארצע זענען סאך שוואכער ווי ווייסע אין יעדע הינזיכט. זאל עס זיין קריים שכל צו סתם נידריגקייט.
רוב רובו ווייסע ווילן שטיין ווייט פין שווארצע נישט ווייל זיי האבן פיינט שווארצע נאר מ'זיכט נישט קיין פראבלעמען.
מ'האלט עס אין בויך ווייל מ'איז נייס מ'האט רחמנות אויף די שווארצע מ'וויל זיי נישט וויי טיהן.
מ'זיכט נישט די שווארצע זאלן טריפלען זייער ראיאטן ETC.
און ס'איז שוין געווארן אסור צו זאגן אין די סאסייעטי, אזויווי ס'איז אסור צו זאגן אז טרענסדזשענדער זאלן גיין אין משוגעים הויז.[emoji10]

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 14, 2015 1:54 pm

· #275078
בין איך דער איינציגער וואס האלט אז אפרים איז א פיקציע קאראקטער פונעם בוך שרייבער? דאס אפרים בילד ער לייגט אראפ קלעפט נישט בכלל, א זייער כיטרער ביזנעסמאן וואס ווייסט וואו איין וואו אויס פונקטליך מיט אלע פיטשיווקעס איז פלוצים אזוי נאיוו צו אויספלוישען די אלע מעשיות איבער שווארצע מיט די טענענטס צו א בוך שרייבער? גאנץ זיכער דער אפרים איז א צוזאמגעשטעלטער בילד מעגליך געבויט אין חלק אויף א עכטן פערזאן אבער צוגעפיצט מיט די שרייבערס אגענדע איבער גענטריפיקאציע.

יואליש » דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:50 pm

· #275097
מרדכי
אפרים זעהט אויס האט נישט צופיל געטראכט פארן גיין דאס זאגן פאר א צייטונג,
אבער דער  וואס פארשטייט איהם נישט טראכט ווייניגער.‏
די פאקט איז אז שווארצע זענען סאך שוואכער ווי ווייסע אין יעדע הינזיכט. זאל עס זיין קריים שכל צו סתם נידריגקייט.
רוב רובו ווייסע ווילן שטיין ווייט פין שווארצע נישט ווייל זיי האבן פיינט שווארצע נאר מ'זיכט נישט קיין פראבלעמען.
מ'האלט עס אין בויך ווייל מ'איז נייס מ'האט רחמנות אויף די שווארצע מ'וויל זיי נישט וויי טיהן.
מ'זיכט נישט די שווארצע זאלן טריפלען זייער ראיאטן ETC.
און ס'איז שוין געווארן אסור צו זאגן אין די סאסייעטי, אזויווי ס'איז אסור צו זאגן אז טרענסדזשענדער זאלן גיין אין משוגעים הויז.[emoji10]

הקטן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:56 pm

· #275182
יואליש.
.

דא קימט א בילד וואו איין שווארצע באגייט א קריים

.

לחיים לחיים

הקטן » פרייטאג מאי 15, 2015 9:31 am

· #275321
קול דודי
יעקב מענטש
זסאו הערטס אויף צו האקן אין קאפ אז אונז זענען מחנך א דור פון ראסיסטן, און אונזער געזעלשאפט איז דער גורם פון דעם מוחלאזע אינגערמאנ'ס פלאפלערייען, און סאמהאו דארף דאס צו ווייזן אז אידן האבן פשוט פיינט שווארצע, דאס איז שוא ושקר!!

ווי א חכם האט אמאל געזאגט, "אה, קאם אן!"

איך פארשטיי נישט די אלע וואס פראטעסטירען אקעיגן די באשולדיגערס דא. ס'רוב שרייבערס דא זענען דאך מכם ובכם, נישט פרעמדע וועם מ'קען פארדרייען א קאפ. ווייסן מיר דען נישט וואס אינזערע קינדער לערנען זיך אין חדר לגבי דעם "שווארצע שחור" (צימאל פון חברים, און צימאל פונ'ם רבי'ן אליינס)? ווייסן מיר דען נישט וואס אונזער עלטערן טראכטן פון בלעקי"ס, וואס אונזער געשוויסטער טראכטן פונ'ם "שווארצן שוטה"?

אז די חסידישע סאסייעטי האט בדרך כלל (ס'דא אויסנאמען, פארשטייט זיך) א גרויסן פראבלעם מיט איינגעגעסענע מיאוסע ראסיזם איז "שוא ושקר"? צו ענדיגן מעין הפתיחה, אה, קאם אן!

ביסט גערעכט, אז אלס א סעסייעטו מעגן מיר מער לערנען איבער טאלערינץ
הגם איך בין נישט אויף געוואקסן מיט אן אידילגיע פון פיינט האבן סיי וועם -
דערווייטערן ווייל ס'איז נישט גוט פאר מיר? יא! פיינט האבן? ניין!

@קול דודי,דיין סברה פין מכם ובכם האב איך נישט פארשטאנען
אויב א שווארצער זאל זאגן "די שווארצע סאסייעטי האט בדרך כלל (ס'דא אויסנאמען, פארשטייט זיך) א גרויסן פראבלעם מיט קריים און אויך טראכטן מיר נישט צו טיף, איז ער נישט א רעסיט?
און אויב האט ער א פעטער א קאזין און א קלעס-מעד וואס זענען און דשעל און ער ניצט דאס אלס ראיה צו זיינע ווערטער אז שוואצע טוען מער קריים, איז ער א נאך אלס א רעסיט?
יעצט אויב זעט ער א אנדערע שווארצע מיט א האדי און ער איז אים פרעזענדליך חושד אז ס'מיז זיין אז ער איז באגאנגען א קריים ווייל , אה, קאם אן! דו ווייסט א שווארצע באגייען קריימס - איז ער נישט א רעסיט?

אה, קאם אן! ביגעטרי איז ביגעטרי

הקטן » פרייטאג מאי 15, 2015 9:44 am

· #275325
אז מען רעדט שוין:
איך האב נאטירליך א פחד פין שכנים וועלכע זענען אויפן נידריגן סאסיאעקאנאמיק שטאפעל און זענען לייקלי זיך צו באשעפטיגען מיט אומלעגאלע געשעפטן,
איז עפעס ראנג מיט דעם?

מעג איך דאס אויך זאגן פאר מיינע קינדער כדי זיי זאלן זיין פארזוכטיג?

קול דודי » פרייטאג מאי 15, 2015 12:35 pm

· #275375
הקטן

@קול דודי,דיין סברה פין מכם ובכם האב איך נישט פארשטאנען
אויב א שווארצער זאל זאגן "די שווארצע סאסייעטי האט בדרך כלל (ס'דא אויסנאמען, פארשטייט זיך) א גרויסן פראבלעם מיט קריים און אויך טראכטן מיר נישט צו טיף, איז ער נישט א רעסיט?

אוודאי נישט! און אויב איז עס נאך אמת אויך, דאן כש"כ וכש"כ אז נישט.

אבער נישט דאס בין איך אויסן בכלל ווען איך זאג מכם ובכם. איך האב מיך באצויגן צו דאס לייקענען אז אונזער געזעלשאפט לערנט אויס אונזער קינדער צו זיין ראסיסטן ("שוא ושקר!"), בשעת אונז אלע ווייסן מיר דעם אמת אז די קינדער און אונזער געזעלשאפט ווערן יא געלערנט צי זיין ראסיסטן (און רוב בלייבן אזוי אייביג). הגה בעצמך, שטעל אפ צען חסידישע קינדער (און יונגעלייט) און פרעג וואס זיי האלטן וועגן א שווארצן גוי. יעצט טראכט, ווען די הערסט אזעלכע מיינונגען פון אן אנדערע געזעלשאפט לגבי יודן, וואלסטו נישט באשילדיגט יענע געזעלשאפט מיט פיינט האבן יודן??

הקטן » פרייטאג מאי 15, 2015 12:42 pm

· #275378
קול דודי
אוודאי נישט!

פארוואס זאגסטו אזוי, זיי דיך מסביר אויב דו קענסט.

און אויב איז עס נאך אמת אויך, דאן כש"כ וכש"כ אז נישט.

אויב איז אמת אז די שווארצע as a group באגייען מער קריימס זאגסטו אז דער שווארצער מעג דאס זאגן פאר זיינע קינדער
און אזא פאל וואס וועט זיין ווען א ווייסער זאגט דאס פאר זיינע קינדער, ווערט ער א רעסיט?

עפעס ביסטו מחלק צוישען אמת און נישט אמת
איך וויל דאס ארויס האבן

פידלער » זונטאג מאי 17, 2015 12:20 am

· #275662
It appears that our government isn't all that different from our own "Ephraim."


<a class="postlink" href="http://www.npr.org/2015/05/14/406699264/historian-says-dont-sanitize-how-our-government-created-the-ghettos?utm_campaign=storyshare&utm_source=facebook.com&utm_medium=social&fb_ref=Default">http://www.npr.org/2015/05/14/406699264 ... ef=Default</a>

יואליש » זונטאג מאי 17, 2015 12:26 am

· #275667
A follow up in NY Magazine
<a class="postlink" href="http://nymag.com/daily/intelligencer/2015/05/qa-with-celia-weaver.html?mid=facebook_nymag">http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... book_nymag</a>

הוגה » זונטאג מאי 17, 2015 1:08 am

· #275697
פידלער
It appears that our government isn't all that different from our own "Ephraim."


<a class="postlink" href="http://www.npr.org/2015/05/14/406699264/historian-says-dont-sanitize-how-our-government-created-the-ghettos?utm_campaign=storyshare&utm_source=facebook.com&utm_medium=social&fb_ref=Default">http://www.npr.org/2015/05/14/406699264 ... ef=Default</a>


I heard this live on wnyc and it blew my mind. People (and by that I mean chasidim) simply have no idea.

פידלער » זונטאג מאי 17, 2015 7:47 am

· #275755
הוגה
פידלער
It appears that our government isn't all that different from our own "Ephraim."


<a class="postlink" href="http://www.npr.org/2015/05/14/406699264/historian-says-dont-sanitize-how-our-government-created-the-ghettos?utm_campaign=storyshare&utm_source=facebook.com&utm_medium=social&fb_ref=Default">http://www.npr.org/2015/05/14/406699264 ... ef=Default</a>


I heard this live on wnyc and it blew my mind. People (and by that I mean chasidim) simply have no idea.



Maybe that should read "including but not limited to chassidim." I find that despite the internet's facilitating the accessibility of all kinds of information, most people don't have the patience or desire to educate themselves. Life is hard enough, I guess. Knowing things sort of implicates you, makes you feel you have to do something about the knowledge, even if -- at the very least -- just posting it on facebook or KS. Most people are happier being complacent and ignorant. Then they can happily do nothing

איך אויך » זונטאג מאי 17, 2015 11:03 am

· #275815
איך האב איצט געליינט די גאנצע ארטיקל אויפן נ.י.מעג וועבזייטל און וואס זאל איך אייך זאגן דער 'אפרים' (אויב ער עקזסטירט באמת) איז א זעלטענהייט פון א בלאבערדיגן ערשטקלאסיגן פערדסקאפ.

און ללמדך אז עס לוינט זיך אייביג נאכצוקוקן די מקור הדברים און נישט פסקנן פון א קוואט.

שצם_חנכל » זונטאג מאי 17, 2015 1:07 pm

· #275874
פידלער
It appears that our government isn't all that different from our own "Ephraim."


<a class="postlink" href="http://www.npr.org/2015/05/14/406699264/historian-says-dont-sanitize-how-our-government-created-the-ghettos?utm_campaign=storyshare&utm_source=facebook.com&utm_medium=social&fb_ref=Default">http://www.npr.org/2015/05/14/406699264 ... ef=Default</a>

!Wow! Just wow

This piece gives so much context to all those stories going on recently

Thank you fiddler