נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8847
נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
ווער איז דא דער עולם?
איך שטעל זיך פאר אז ס'איז רוב מבן עשרים עד בן שישים, פון וויליאמסבורג, ב.פ., מאנסי, ק"י, ס'דרייען זיך דא ארץ ישראל'דיקע? אירופא? יונגע בחורים? פרויען? זענען דא אלע חסידים אדער אויך "ישיווישע"?
איך בין א כלה טיטשער.
איך בין אן אדרוגינוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין.
(קרעדיט: מנחת חינוך)
מסתמא מיינסטו צו זאגען, ביסט א רוסישער אדער א סקווערער, דאי לאו הכי וי איז שייך בימינו א מציאות פון א אנדרויגונוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין?
כמעט ארויסגעפלויגען פון קאפ נאך איין אפשען, נטורי חרטא, דארט דרייען זיך אלע ממזרים.
איך בין א באקאנטער דיין אין וויליאמסבורג
צוקלאפטע הושענאמסתמא מיינסטו צו זאגען, ביסט א רוסישער אדער א סקווערער, דאי לאו הכי וי איז שייך בימינו א מציאות פון א אנדרויגונוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין?
כמעט ארויסגעפלויגען פון קאפ נאך איין אפשען, נטורי חרטא, דארט דרייען זיך אלע ממזרים.
שוין!!! קלילא האט זיך פארשאפט א פרישע ניק...
דאס האב איך געשריבן אין א שכינות'דיגע
אשכול
מיין זיידע פלעגט פארן קיין ראצפערט און געלערענט אין סעקעלהיד
מיין טאטע האט געלערענט אין צעהלים, מיין מאמע אין בית יעקב און איך האב געלערענט אין באבוב. אינדערוואכן דאווען איך אין סאטמאר, שבת אין וויזניץ און ימים נוראים אין סקולען. ווען גורע רבי איז דא צו גאסט גיי איך אהין פאר א מנחה און ווען סקווירא רבי קומט גיי איך צום טיש. איך פארקויף די חמץ אין טארטיקוב און סידור קידושין גיב איך פאר מאשלוי. שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ און מתנות לאביונים פאר מעזשביז. פאר א שמחה גיי איך מיט א קוויטל קיין ראכמיסטריווקא און בעת צרה קיין מונקאטש. מיינע יונגלעך שיק איך קיין פאפא, מיינע מיידלעך קיין בעלז און מיינע בחורים אין אלכסנדר.
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
איך בין ווייס פון וויליאמסבורג. איך וואוין ביי די קארנער, דארט וואו ס'איז דא א זאך וואס הייסט וואלק אוו דאנט וואלק.
איך מיין איך ווייס ווער די ביסט. האסט אפשר אן אדעסי?
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
איך האב גראדע א סיעננע. כ'קען נישט זאגן אויב ס'איז טינטעד אלץ גילוי, פארשטייסטע.
ווען מ׳וואלט געשלאגן כפרות דא וואלט איך נישט געדארפט פרעגן. פון וויליאמסבורג? דאן וואלסטו יעדעס יאר גענוצט דריי..
😉 פשוט מיהא חדא אז דער עולם האט א חוש אין ליצנות
סעריסלי, מ'ווייס די סטאסיסטיקס?
איך מיין ס'מוז זיין אז די עולם דא זענען זכרים, פרויען נעמען אן זאכן ערענסט.
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
אויף איינעם קען איך דיר יא זאגן. דער וואנצעס, ער איז א רויטע.
און דער נופת איז זיס.
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
סעדא דא גוים אויך ? די דזשענעטער אין אונזער ביהמ״ד קען א נישקשה׳דיגע אידיש.
איך שטיי איין אויף סאטמאר קארנער ארשיווע, יעצט פארקויף איך פרויענישע וועש, אויך "לינדזשירעי" מאחורי הפרגוד. מיין ווייב איז פון ארגענטינע, זי איז אן עקספיריענס צניעות טשעקער.
רוסישערווער איז דא דער עולם?
איך שטעל זיך פאר אז ס'איז רוב מבן עשרים עד בן שישים, פון וויליאמסבורג, ב.פ., מאנסי, ק"י, ס'דרייען זיך דא ארץ ישראל'דיקע? אירופא? יונגע בחורים? פרויען? זענען דא אלע חסידים אדער אויך "ישיווישע"?
קוק איבער די רעקארד פונעם עולם וועסטו געוואר ווערן מער ווייניגער ווער דער עולם איז.
וואס מיינט "די רעקארד"? אז דו ווייסט יא, אפשר זאגסטו מיר ווער איך בין מער ווייניגער?
אויב וועל איך איבער קוקן דיינע הודעות וועל איך קענען האבן א געוויסע פראיפל פון דיר.
@אפטעמיסטפון מיין קורצע איבערבליק ווייס איך שוין אז דו וואוינסט נישט אין בארא פארק.
זאל איך זוכן ווייטער?
גוט גוט...
געב ארויס אלס וואס דו ווייסט. אלעס.
דערווייל דאס, איך זוך נישט צו געוואר ווערן וועגן יענעם און איך זוך נישט מען זאל געוואר ווערן וועגן מיר, אבער דורך די הודעות קען מען האבן עפעס א פראפיל וואו מען וואוינט און צו וועלעכע חסידות מען איז סימפאטיש, וועלעכע יארגאנג בערך, וכדו'.
נ.ב. אנטשולדיגט פארן זיך מישן אין די קישקעס.
וויפל ניק'ס שרייבן אויך אויף אייוועלט?
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
איך בין מסתמא די איינציגסטע ליטוואק דא, די איינציגסטע וואס זיין משפחה רעדט נישט קיין ווארט אידיש, די איינציגסטע וואס עסט פיקעל''ס שבת שובה און זאגט ברוך שאמר פאר הודו. איך האב א שעוו''י ווענטיו''ר וואס לעבט אויף תפלות און סגולות און מיין קינדער טראגען געירשנט'ער קליידער פון זייערע פעטער'ס פון צוואנציג יאר צוריק. פאר מייז ניץ איך גיפט, נישט קיין שרעקעדיגע בילדער און אויף די ווענט פון מיין שטוב הענגען בילדער פון טויטע זיידע'ס מיט באבע'ס נישט גדולים וגדולות. איך ליין בעסער ענגליש אבער וואס ס'איז דא אויף אידיש טרעף איך נישט אויף ענגליש. ווען מיין טאטע ווייסט איך בין דא כאפ איך צוויי פראסקעס, אבער מיין מאמע וועט זיך נעמען ליינען (נאר ביז זי ווערט באור''ד, בערך צוואנציג סעקונדע'ס).
נאך איין זאך. איך בין א זכר.
ס׳איז אמאל געװען דא נאך א ליטװאק. ער האט געהײסען ״הײמישע ליטװאק״.
נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
נא ליטוואק דיין אידיש איז צו היימיש, א רעגעלע עמעריקען ליטוואק ביסטו נישט,
און אויב כמעג פרעגן וואס איז דער פשט פון פון בודופעסט?
רוסישער אויב ביסטו טאקע פון די נקיי הדעת וואלט איך דיר געראטן זאלסט שנעל מאכן א יו טוירן און לויפן פון די מושב לצים דא אפשר זאלסטו גיין אויף קרעטשעמע דארט וועסטו זיכער נישט נכשיל ווערן אין יחוד ווייל ניטאמאל קיין מזומן איז דארט פארהאנען ,דאס ליצונת דא איז אריבער אלע גבולים און סאיז נישט געאייניגט פאר אזא ריינע נשמה ווי דיר , אפשר איז כדאי זאלסט אויספרובירן אייוועלט דארט וועסטו נישט פארפעלן קיין שום יארצייט פונעם שארש פארטקער ביזן הודו נאנשער מחותנ׳ס איר אייניקלס שוועסטער בזווג ראשון 😂
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
היימישע ליטוואק האט נישט געגעסען קיין פיקעל''ס שבת שובה, דאס איז גאנץ קלאר.
גערעכט, איך בין נישט קיין אמעריקאנער ליטוואק, איך בין נישט געבוירען צו אויפגעהאדעוועט אין אמעריקא, אבער א ליטוואק בין איך.
דאס בודאפעסטער קומט פון אן אלטע אבזערוואציע מיינער. מ'טרעפט אין דער ישיבה ציבור אן אינטרעסאנטע ערשיינונג. בחורים און יונגעלייט וואס זייער אפשטאם איז פון אונגארען אבער זיי זענען געווארען שטארק ישיביש. אפט גייען זיי נאכאלס בערד און גארטלעך, אבער זיי האלטען זיך ליטוויש און זיי רעדען אן עקסטרעמער שפראך. זיי קומען אן קיין בריסק און נעמען זיך מחמיר זיין אויף זייערע חומרות וכהנה. איך פלעג זיי אנרופען בריסקער'ס פון בודאפעסט. דא אין ק''ש איז דער מצב פארקערט. אז א ליטוואק רוקט זיך אן און גיבט דעות אויפ'ן חסידיש'ע געזעלשאפט איז דאס דער זעלבע וויץ.
איך בין חסידיש מיט א דגוש. איך דרייוו א מיני ווען מיט א VAS פלעיט. איך עס נישט זויער פיקעל שבת שובה ווייל איך האב מער ליעב גערקינס, און עס איז נישט זויער. איך בין נאך נישט א בן שישים אבער איך האב שוין איינגעקויפט די פאלשע ציין.
איך גיי פיאות אונטער די גלעזער, אבער מיינע קינדער גייען שוין מיט פיאות איבער די גלעזער.
מיין מאמע גייט א טורבאן. מיין ווייב טראגט א בענדענע. און שניר איז שטיקי אין א סנוד.
איך קראץ די רוקן אין מונקאטשע שוויץ. כאפ א קאפי און מירטל שיל. א שחרית און די שול נעבן בי ענד העיטש. לאנטש ביי מאצערעלע. מנחה ביים כותל. סופער פון DELI 52, מעריב אין ראדני. א שיעור אין דעש ביי ר' יוסף חיים. א ליל שישי טשולענט ביי VIP.
איך שער זיך אין פאפא ביי משולם. גאלא פון מאיר ברוך קאהן אין סיגעט. באבאגאנאש ביי דעם גער'ער אויף 18. א קאפעל ביי שאלאמאן אין מונקאטש. די נעגל שנייד איך אין ספינקא אויף קיעפ. ראגעלעך ביי תפארת. צו בארואיגן די ווייב פאר אהיים קומען שפעט ערב שבת ברענג איך איר בלומען פון סטעמס.
איך הער אויס קול מבשר. און איך באקום נחום'ס טעקסט אפדעיטס. מיינע קינדער האבן אן אבאמא פאון. אבער איך פלי ביזנעס קלעס מיט מיילס קיין מירון.
אלעס פארשטיי איך אבער וואס איז דאס א ״אבאמא פאון״?
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
גוגע''ל עס. ס'איז אן אומזיסטע פאון וואס מ'באקומט אן קיין שום פלאג. דער ביזנעס זוכט עס צו פארטיילען.
<a class="postlink" href="http://www.obamaphone.com/">http://www.obamaphone.com/</a>
ליטוואק פון בודאפעסטהיימישע ליטוואק האט נישט געגעסען קיין פיקעל''ס שבת שובה, דאס איז גאנץ קלאר.
גערעכט, איך בין נישט קיין אמעריקאנער ליטוואק, איך בין נישט געבוירען צו אויפגעהאדעוועט אין אמעריקא, אבער א ליטוואק בין איך.
דאס בודאפעסטער קומט פון אן אלטע אבזערוואציע מיינער. מ'טרעפט אין דער ישיבה ציבור אן אינטרעסאנטע ערשיינונג. בחורים און יונגעלייט וואס זייער אפשטאם איז פון אונגארען אבער זיי זענען געווארען שטארק ישיביש. אפט גייען זיי נאכאלס בערד און גארטלעך, אבער זיי האלטען זיך ליטוויש און זיי רעדען אן עקסטרעמער שפראך. זיי קומען אן קיין בריסק און נעמען זיך מחמיר זיין אויף זייערע חומרות וכהנה. איך פלעג זיי אנרופען בריסקער'ס פון בודאפעסט. דא אין ק''ש איז דער מצב פארקערט. אז א ליטוואק רוקט זיך אן און גיבט דעות אויפ'ן חסידיש'ע געזעלשאפט איז דאס דער זעלבע וויץ.
איך האב געהאט א שכן (ער לעבט נאך עמו"ש. נאר איך האב אוועקגעמופט.) וואס איז געווען א ריכטיגער אונגארישער ליטוואק. א איד א תלמיד חכם און מחבר פון ספרים. אבער דאס אונגערישקייט האט זיך אראפגעליינט פון זיין צורה. טאמער האביך געהאט א ספק אויב ער איז אן אונגערישער האביך געזעהן זיין טאטנ'ס צורה הקדושה וואס האטציך אפגעליינט אלס אן אונגערישער באטשי וועלכער האט געשיקט זיינע זוהן אין ליטווישע ישיבות...!
My head knocks against the stars.
My feet are on the hilltops.
My finger-tips are in the valleys and shores of universal life.
Down in the sounding foam of primal things I reach my hands and play with pebbles of destiny.
I have been to hell and back many times.
I know all about heaven, for I have talked with God.
I dabble in the blood and guts of the terrible.
I know the passionate seizure of beauty
And the marvelous rebellion of man at all signs reading "Keep Off."
My name is Truth and I am the most elusive captive in the universe.
Re: נקיי הדעת לא היו יושבים עד שידעו עם מי הם יושבים
דו הייסט truth אדער מנחם אבראמאוויטש?
אויך מיר אן אמת, ווען זיין נאמען איז שוין אזוי פארדרייט!
איך בין א איד אז והן פון א איד א רעכטער אייניקל פון ביידע זייטן פון א איד.
איך בין א האלבע כולל אינגערמאן און א האלבע ארבעטס אינגערמאן.
מיין טאטע דאווענט שטייט און מיין מאמע שרייט הויעך.
מיין ווייב ארבעט שווער.
מיין שווער דריווט א קאר און מיין שוויגער מאכט פעצעי פאר שבת.
איך טרינק נישט קאווע, אבער איך בין אין קאווע שטיבל אסאך.
איך עס נישט אסאך צוקער, אבער מיין ווייב רופט מיך "צוקער טאטע".
איך קויף נאר זאקן מיט איין לאך אריינצולייגן די פיס, אבער זיי האבן קינדער.
מיין מיני ווען האט אן עורה קלאון מאגענעט, אבער איך האב גארנישט געגעבן.
איך געב פאר חסד לאברהם אז אידן אין ארץ ישראל זאלן נישט ווערן עניים.
איך גיי מיט הויזן טראגער, ווייל די פאסיק איז אויסגעלאפן פון לעדער.
אלעס שטימט ביז די חסד לאברהם. דו געבסט אסאך מער (און אפשר די גאנצע) אז היגע אידן זאלן נישט זיין עניים כידוע ליודעים.
און יעצט איז געקומען די צייט פאר מיין גילוי
לא ארוך ולא גוץ ולא קטן ולא אלם ולא צחור ולא גיחור ולא חכם ולא טפש
דאס בין איך
יחי יחי יחי
[ציטאט אראפגענומען]
ביסט גערעכט כ׳האב נישט די אידישע דזשין פון קארגשאפט און ארויס כאפן אומזיסט פעמפערס פון די יו דזשעי או, כ׳האב גראדע נאכגעקוקוט מיין יחוס און כהאב געזעהן אז איך בין א דירעקעטע אייניקל בן אחר בן פונעם מהרל פון פראג׳ס גולם , אפשר האט עס עפעס צו טוהן מיט דעם ?
פלעין יודישצוקלאפטע הושענאמסתמא מיינסטו צו זאגען, ביסט א רוסישער אדער א סקווערער, דאי לאו הכי וי איז שייך בימינו א מציאות פון א אנדרויגונוס וואס איז חציו שפחה חציו בן חורין?
כמעט ארויסגעפלויגען פון קאפ נאך איין אפשען, נטורי חרטא, דארט דרייען זיך אלע ממזרים.
שוין!!! קלילא האט זיך פארשאפט א פרישע ניק...
הייבט נישט אן צו זיין, דו ביסט א גיערעגער חושד בכשרים און די וועסט אויף דעם לוקה זיין פון מיך צוקלאפטע מיטן גאנצען קראפט,