☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » קרעדיט קארד און אלעס ארום

קרעדיט קארד און אלעס ארום

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8845

לחיים » מאנטאג מאי 11, 2015 11:29 pm

· #274271
קרעדיט קארד און אלעס ארום
ווי אזוי פארלאנג איך מער קרעדיט
מיז איך זאגן א ליגענט אז איך פארדין מער
אין וויפל דארף איך זאגן אז זאלן מיר געבן מער
אויב איינער ווייסט זייער וויאזוי זיי רעכענען זאל אזוי גיט זיין און ארויס העלפן דא

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 12:20 am

· #274292
איך מיין מען רעדט שוין ערגעץ פון דעם.

חס ושלום זאלסט קיינמאל נישט שרייבן אז דו פארדינסט מער. דאס איז באנק פראוד און מען גיין יושב'ן פאר דעם אויב מען כאפט דיר.

קענסט אבער אריינרעכענען אלע פארדינסטן. אפילו שטאטישע פראגראמען אויב דו באקומסט. ווי אויך טעקס ריטורן.

בעיסיקלי רעכענען זיי אויס וויפיל איבריג געלט דו קענסט זיך ערלויבן צו ספענדן נאך אלע הוצאות און דאס העלפט זיי באשליסן וויפיל מען קען דיר געטרויען.

דאס אלעס ווי לאנג דו האסט נאך נישט קיין גוטע קרעדיט היסטארי. איינמאל דו בויעסט דיין קרעדיט און דיין סקאור גייט העכער, האט מען צוטרוי אפילו מיט גרעסערע סכומים.

קרעקער » זונטאג מאי 17, 2015 8:40 pm

· #276084
פשיהא האסטו דא אויפגעטין א חידוש, קען עס איינער באשטעטיגען? אז מקען רעכענען פוד סטעפס סעקשען 8 צו העכערען די אינקאם פאר די באנק, עס צי רעכנען אלס געווענדליכע אינקאם?

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 4:37 am

· #276188
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
קרעקער
פשיהא האסטו דא אויפגעטין א חידוש, קען עס איינער באשטעטיגען? אז מקען רעכענען פוד סטעפס סעקשען 8 צו העכערען די אינקאם פאר די באנק, עס צי רעכנען אלס געווענדליכע אינקאם?

יא יא דאס איז א קראנטע זאך.

נופת צופים » מאנטאג מאי 18, 2015 8:34 am

· #276200
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
געזעצליך, אונטער די איקוואל קרעדיט אפערטוניטי, מוזן זיי אננעמען בענעפיטס אלץ אינקאם.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 8:36 am

· #276201
עס איז א דבר פשוט מאוד אפילו שכל'דיג.
די באנק וויל פשוט וויסן וויפיל געלט בלייבט דיר איבער נאך דיינע הוצאות. דערפאר פרעגן זיי וויפיל קאסט רענט א.א..וו. אבער טאמער באקומסטו א חלק רענט פון די רעגירונג, איז דאך פשוט יושר זאלסט זיי געבן די ריכטיגע אינפא.
וכדברי געוואגטער יונגעל הנ"ל

הויזן טראגער » מאנטאג מאי 18, 2015 11:54 am

· #276253
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
וואס איז די פראבלעם ? אויב זיי בעטן פראוו שיקט מען נישט אין מעלאזט די קארד הענגען

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 9, 2015 11:11 pm

· #281693
א איד האט מיר געזאגט אז מען האט אים געפארשט פון א ביורא און מען האט אים פונקטליך אנגעוויזען אז זיינע קרעדיט קארד בילס זענען זייער אסאך מער וויפיל ער פארדינט. מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האט דאס באצאלט.
אז איר נעמט גיטע זאכען טראכט בעפאר איר רוקט ארויף גרויסע ק.ק. באלאנסעס

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג יוני 9, 2015 11:36 pm

· #281697
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
ווען אמעריקען עקספרעס בעט טעקס ריטערן און מ׳ געט עס זיי גלייך, קוקען געווענטליך זיי עס בכלל נישט אן צי ס׳ שטימט צי נישט. זיי שפארן אויף די קארד אין פיניש.

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 8:33 pm

· #281941
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
איך האב גע׳עפנט ביי אים א קרעדיט קארד באט כ׳האב נישט קיין שלעכטע קרעדיט אדער קליינע אינקאם איז עס געווען סימפל באט ער האט זייער גיטע קאסטעמער סערוויס
כ׳האב אים גענוצט פשוט כדי א איד זאל מאכן אפאר דאלער

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 10:08 pm

· #281964
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
[ציטאט אראפגענומען]

845-495-0535
בדרך אגב כ׳האב געהערט אז ער האט גיטע רעטס פאר פוינט׳ס איך ניץ עס אליין אויף טרעוול אבער א באטשי וואס האט נישט קיין כח צו זוכן אליין לוינט עס צו פארקויפן ס׳איז א מסכת פאר זיך

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:16 am

· #281993
ווי ווייט איך ווייס קויפט ער נישט קיין פוינטס.

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:56 am

· #282017
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
קען זיין איי דאנט נאו כ׳האב עס נישט געזאגט קראנט נאר גע׳הערט פון אייינעם

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 26, 2017 10:31 pm

· #380462
לעצטנס שווימען ארויף אדווערטייזמענטס צו עפענען מערערע קרעדיט קארטלעך און מען קען מאכן א שיינע באונעס. "מען קען מאכן געלט גרינג", לויטעט איין אנאנס.

"מיר וועלן ארלעדיגן צו אפלייען, ספענדן די געלט, איר דארפט נאר אויפפיקן דעם טשעק..." זאגט א צווייטער.

זעהט אויס אמעריקען עקספרעס האט אויפגעכאפט אז זאכן שמעקן נישט גוט... און זיי גייען בעסער נאכקוקן און נישט געבן די קענדיס אויב זיי זענען חושד אז מען שפילט אויס דעם סיסטעם.

<a class="postlink" href="https://www.doctorofcredit.com/amex-updates-terms-penalize-gaming-signup-bonus-system/">https://www.doctorofcredit.com/amex-upd ... us-system/</a>

קורקלענד » מיטוואך יולי 26, 2017 10:36 pm

· #380464
יענע אנאנס'ן באווארענען זיך אויף דעם. זיי נעמען ארויס די סיין-אפ באונאס פאר זיי פארמאכן די אקאונט.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יולי 26, 2017 10:39 pm

· #380466
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
יאפ בדידי הוא

ב״ה לאכט אפגעקומען אז זיי ווילן מיך מער נישט אפפראווען ווייל כהאב פוגם געוועהן אין זייער כתובה (טערמס אין קאנדישענס)

א איד » מיטוואך יולי 26, 2017 11:58 pm

· #380478
Re: קרעדיט קארד און אלעס ארום
און די טערמס? אדער אין די קאנדישנס?