☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » האסט ליב דיין טאטע?

האסט ליב דיין טאטע?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8843
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 11, 2015 6:55 pm

· #274128
האסט ליב דיין טאטע?
האסט ליב דיין טאטע?
אויב יא, פארוואס?

--
תקנות המקום פארלאנגט א לענגערע תגובה פאר פתיחת האשכול, אבער כ'קען נישט ארויסברענגען די שאלה באריכות.

מאטי » מאנטאג מאי 11, 2015 7:00 pm

· #274130
ניין

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 7:01 pm

· #274131
קאווע, ביסט א שיגענער...

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 11, 2015 7:01 pm

· #274132
יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא

יואב » מאנטאג מאי 11, 2015 7:03 pm

· #274135
ברעט מענינג
יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא

דאס ברויך זיין א סיבה אויף פארקערט.

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 11, 2015 7:03 pm

· #274136
ניין, ווייל אן עם בין איך נישט דא

קרעקער » מאנטאג מאי 11, 2015 7:43 pm

· #274161
סווענט זיך אין די 2 שיטות צו טוב לאדם שלא נברא משנברא

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 11, 2015 8:15 pm

· #274178
חקרן
קאווע, ביסט א שיגענער...

ביסט א ליגענער

שטילע אינגערמאן » מאנטאג מאי 11, 2015 8:21 pm

· #274183
ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה, ממילא האב איך עיהם אויך ליב

יואליש » מאנטאג מאי 11, 2015 8:29 pm

· #274191
ברעט מענינג
יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא


היפוך דעת תורה. 🙂 שאביו מביאו לחיי העולם הזה איז א סיבה פאר נישט מכבד זיין.

שמערל » מאנטאג מאי 11, 2015 8:34 pm

· #274193
חכם איינער דא פרעגסטו?פון א באנדע רעבעלס אויפגעקלערטע איפכא מסתברא'ניקעס וואס עקספעקסטו?
גיי פרעג אין איי וועלט, העסטו שוין איינמאל געוואור ווערן וואס כיבוד אב מיינט!

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 11, 2015 8:35 pm

· #274195
ווער האט דען נישט ליב זיין טאטע?

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 11, 2015 8:36 pm

· #274196
שטילע אינגערמאן
ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה

ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 11, 2015 9:04 pm

· #274218
איך זעה די מאמע פרעגסטו אפילו נישט, נעמסט אן מיט א פשטות אז יא. איז אזוי, לגבי מיין טאטע, ווענד זיך אויב איך האב ליב מיין מאמע, ווייל איינער איז אלעמאל דער גוטער און דער צווייטער דער שלעכטער.

דעת תורה » מאנטאג מאי 11, 2015 9:09 pm

· #274223
Re: האסט ליב דיין טאטע?
קרעקער
סווענט זיך אין די 2 שיטות צו טוב לאדם שלא נברא משנברא

תוס' דארט אויפן פלאץ ברענגט דאס צו

א איד » מאנטאג מאי 11, 2015 10:55 pm

· #274259
Re: האסט ליב דיין טאטע?
שמערל
חכם איינער דא פרעגסטו?פון א באנדע רעבעלס אויפגעקלערטע איפכא מסתברא'ניקעס וואס עקספעקסטו?
גיי פרעג אין איי וועלט, העסטו שוין איינמאל געוואור ווערן וואס כיבוד אב מיינט!

ער האט עס געפרעגט אין אייוועלט, און מען האט עם אפגעשפארט די אשכול

איש את רעהו » מאנטאג מאי 11, 2015 10:59 pm

· #274262
יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 12, 2015 12:53 am

· #274301
איש את רעהו
יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד

קוק אהער, די תורה הייסט ליב האבן גאט. פרעגן די אויפגעקלערטע, וויאזוי איז שייך ליב צו האבן גאט ווען מ'ווייסט נישט וואס ס'איז בכלל? תשובה: אז מ'איז זיך מתבונן אין זיינע פעולות, פון גרויס התפעלות קומט מען צו אהבה.
זעהט אויס אז ווען מ'איז זיך מתבונן אין א טאטע קומט מען נישט צו אהבה, און טאקע דערפאר איז נישט דא קיין מצוה אין תורה תאהב את אביך ואת אמך.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מאי 12, 2015 1:35 am

· #274309
קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן
ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה

ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?

האסט מיר געפרעגט טאמער כהאב עיהם ליב אין כהאב גענטפערט יא ווייל ער האט מיר ליב אין זיכט מיין הצלחה.
יעצט אין וועלעכע וועגען ער זיכט מיין הצלחה דאס האסטו נישט דא געפרעגט והשנית אפי טאמער זיכט ער מיין הצלחה אין א וועג וואס איך האלט אז דאס מיינט נישט הצלחה אין נישט דאס וויל איך קומט עיהם אבער נאך אלץ אהבה היות ער האט מיר ליב און אין זיין קאפ זיכט ער מיין גוטס

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 12, 2015 7:13 am

· #274321
קאווע טרינקער
איש את רעהו
יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד

קוק אהער, די תורה הייסט ליב האבן גאט. פרעגן די אויפגעקלערטע, וויאזוי איז שייך ליב צו האבן גאט ווען מ'ווייסט נישט וואס ס'איז בכלל? תשובה: אז מ'איז זיך מתבונן אין זיינע פעולות, פון גרויס התפעלות קומט מען צו אהבה.
זעהט אויס אז ווען מ'איז זיך מתבונן אין א טאטע קומט מען נישט צו אהבה, און טאקע דערפאר איז נישט דא קיין מצוה אין תורה תאהב את אביך ואת אמך.


שוב מצאתי לאחד משיירי כנסת הגדולה שרייבט שוין אזוי, אין סוף פון א לענגערע דברים נכונים היוצאים מן הלב <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/19854">viewtopic.php?p=19854#p19854</a><!-- l -->
וז"ל:
די זעלבע תורה האט אויך נישט באפוילן ליב צו האבן א טאטע מאמע, יא! האט איר געוואוסט דערפון ? די תורה האט נישט מצווה געווען קיינעם ליעב צו האבן א טאטע מאמע. מכבד זיין יא, ליעב האבן ניין, פארוואס טאקע ?

פרייוויליג » דינסטאג מאי 12, 2015 9:23 am

· #274347
די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 12, 2015 9:32 am

· #274351
מען קאן דאס נישט ענטפערן אןיף איין פוס

חכם עתיק » דינסטאג מאי 12, 2015 12:25 pm

· #274396
נאך ווי האב איך איהם ליב.

ער איז מיר נישט געשטאנען אויפן קאפ האלב אזוי סאך ווי איך מוטשע מיינע קינדער

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 12, 2015 3:19 pm

· #274457
פרייוויליג
די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.

פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן יא געהאט א טאטן... 😂
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול... 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 12, 2015 3:23 pm

· #274458
berlbalaguleh
פרייוויליג
די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.

פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן יא געהאט א טאטן... 😂
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול... 🙄

איך ווייס שוין איצט וואס די תשובה פון געוויסע ניקס, ווי-ה--- און נאך אנדערע חכמי ה-אויפגעקלערטע וועט זיין. מ'דארף נישט מאכן קיין פאלל כדי אויסצוגעפונען די תשובה...!

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 12, 2015 4:33 pm

· #274484
מאטי
ניין

סאו, ווען דיין טאטע גייט זיין אין שפיטאל וועסטו אים גיין באזוכען סתם אזוי, ווייל ס'פאסט, מה יאמרו הבריות, וכו',?

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 12, 2015 4:37 pm

· #274485
ניין ער גייט גיין ווייל זיין טאטע איז געגאנגען מיט אים אין שפיטאל ווען ער איז גיוועהן א אינגל און ער האט אים געקויפט הויזן/שיך/גלעזער/הוט/רעקל/סנעק יעדע טאג אפילו ער האט אים נישט ליב געהאט.

מאטי » דינסטאג מאי 12, 2015 4:38 pm

· #274486
Re: האסט ליב דיין טאטע?
אזוי ווי חתונות און שבע ברכות'ן

געוואלדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 4:59 pm

· #274499
געהערט אמאל אז נשים וואלטן עכט געדארפט הייסן נחשים נאר השי"ת האט זיך מרחם געווען אויף זיי 🙄 🙄

HotCoffee » דינסטאג מאי 12, 2015 5:54 pm

· #274524
Re: האסט ליב דיין טאטע?
קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן
ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה

ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?

די סיבה פארוואס ער האט נישט באצאלט זיין קאלעדזש אדער נישט געשיקט date'ן איז מסתמא נאר ווייל קיינער טוט דאס נישט און ער וויל נישט זיין אנדערש פון א יעדעם - פאר זיין זינ'ס טובה, מ'זאל עם נישט ארויס ווארפן פון די "הייליגער מוסד".
דאס אליין איז א סיבה עם ליב צו האבן...

שמערל » דינסטאג מאי 12, 2015 8:59 pm

· #274568
Re: האסט ליב דיין טאטע?
berlbalaguleh
berlbalaguleh
פרייוויליג
די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.

פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן יא געהאט א טאטן... [emoji38]
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול... 🙄

איך ווייס שוין איצט וואס די תשובה פון געוויסע ניקס, ווי-ה--- און נאך אנדערע חכמי ה-אויפגעקלערטע וועט זיין. מ'דארף נישט מאכן קיין פאלל כדי אויסצוגעפונען די תשובה...!

בערל פארליר דיך נישט, די אויפגעקלערטע וועסטו שוין איינמאל קענען ענטפערן, א טאטע א מאלפע זאל מען נאך ליב האבן?

קאמענטירער » דינסטאג מאי 12, 2015 9:40 pm

· #274580
אז מ'טראכט אריין וועט מען באמערקען אז די צווישנשייד פון א ליבליכע טאטע און אזא טאטע וואס איז נישט אזוי באליבט - אפי' ער זאל טון אלעס וואס ער איז מחויב צו טוען) איז כחוט השערה, דהיינו די ליבליכע טאטע וועט טון וואס ער איז מחויב און מיט א שמיץ אריבער וועט זיין געדולדיג אפי' ווען ס'איז שווער, ער וועט צולייגן אביסעלע מחשבה/הארץ מיט וואס קען איך דעפרייען/סופרייזען דאס קינד, וואספארא קאמפלימענט קען איך אים געבן אא"וו, משא"כ די אנדערע סארט וועט טון "נאר" וואס ער איז מחויב ותו לא, דאס איבריגע איז ער שוין פארנומען מיט די טעלעפאן.

איז פאר א קינד זייער שווער ליעב צו האבען די טאטע וואס איז פונעם צווייטען סארט ווייל פ"וו יא, די טאטע האט אים אלעמאל געמאכט שפירן אז ער איז נישט ווי א טאטע פאר אים נאר בלית ברירה מוז ער אים האלטן אינדערהיים.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 13, 2015 12:19 am

· #274619
קאמענטירער: מיין טאטע איז געווען פון די סארט וועלכע זענען נישט געווען פארנומען מיט די סעללפאונס. ווייל אין זיינע צייטן איז נאכנישט געווען קיין סעלפאונס. קוים טעלעפאנס וואס מ'דארף נישט צו האלטן מיט צוויי הענט...!

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 13, 2015 12:54 am

· #274627
אוקיי, לאמיר גיין א טריט ווייטער. איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?

הקטן » מיטוואך מאי 13, 2015 8:24 am

· #274649
למשל, איינער וואס איז אויפגעוואקסען און אן אינווייערמענט וואס ער קען נישט ארויס גיין פין שטוב א יעדער טאג איידער ער נעמט א שאער און שעוועד זיך?
אדער זיינע עלטערן ווילן ער זאל ראטן פאר די זעלבע בעס-באל טים וואו די משפחה?
אדער ער זאל גיין אין קאלידיש חאטש ער וויל נישט זיין קיין דאקטער?

פרייוויליג » מיטוואך מאי 13, 2015 12:23 pm

· #274715
קאווע טרינקער
אוקיי, לאמיר גיין א טריט ווייטער. איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?

געווענדליך איז אזא מצב נאר שייך ווען א מענטש איז תחת כנפו אביו, די רגע וואס ער שווימט שוין אליין בביתו זע איך נישט וויאזוי א געצווינגשאפט קען צושטאנד קומען. ממילא פארשטיי איך נישט די קשיא.

פרייוויליג » מיטוואך מאי 13, 2015 12:24 pm

· #274716
berlbalaguleh
פרייוויליג
די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.

פרייוויליג:...אבער אדם הראשון'ס קינדער האבן יא געהאט א טאטן... 😂
איך האב א טעאריע אז אלע פרויען האבן א ביסל פון די זוהמת הנחש פון חוה... אבער דאס איז פאר א באזונדערע אשכול... 🙄

ומשום זה? זיי האבן נישט גע'ירש'נט די דזשינס פון זייער טאטע, ווייל אדם האט נישט געהאט קיין טאטע, דערפאר האבן עס אדם'ס אייניקליך נישט גע'ירש'נט עד סוף כל הדורות.

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 13, 2015 1:24 pm

· #274732
א טאטע האט מען נישט ליב ווייל..... א טאטע האט מען ליב נאטירלעך. עס קען זיין אפילו א טאטע וואס איז אביוסיב האט מען אויך ליב. יעדער ביאור פארוואס איינער האט ליב זיינע עלטערן זענען איבריג. ברא כרעחה דאביהו. די מציאות איז אז וויפיל מער וועלן אנטלויפן פון אונזערע עלטערן'ס נישט גוטע נאטורן, לויפט עס אונז נאך בכל מיני אופנים. מיר שפיגלען אפ אונזערע עלטערן אין כמעט יעדער הינזיכט פון אונזער לעבן.

זייער א סאך מאל איז דא א זאך וואס איז מכסה אויף די אהבה. במשך השנים איז געשעהן א ריס צווישן טאטע און זוהן, וואס האט גורם געווען אז זיי מיינען אז זיי האבן זיך נישט ליב. אבער דער מינוט וואס עס וועט געשעהן א זאך וואס וועט מגלה זיין וועט די אהבה ארויסקומען בכל התוקף. ולכן ווען מען וועט רופן א זוהן וואס איז צוקריגט מיט זיינע עלטערן אז זיין טאטע ליגט אויפן טויטן בעט, על פי רוב וועט ער קומען צולויפן און נישט אוועקרוקן פון די בעט.

א איד » מיטוואך מאי 13, 2015 6:49 pm

· #274844
הקטן
למשל, איינער וואס איז אויפגעוואקסען און אן אינווייערמענט וואס ער קען נישט ארויס גיין פין שטוב א יעדער טאג איידער ער נעמט א שאער און שעוועד זיך?
אדער זיינע עלטערן ווילן ער זאל ראטן פאר די זעלבע בעס-באל טים וואו די משפחה?
אדער ער זאל גיין אין קאלידיש חאטש ער וויל נישט זיין קיין דאקטער?

ביי יענע סארט ענווייראמענט, גייט פאר אסאך מער פראבלעמען צווישן עלטערן אין קינדער, ווי ביי אונז, וויפיל איך בין אינוואלווד אין אזוינע קעיסעס, און פרובירט צו העלפן.
עס קען זיין אז דאס איז די סיבה.

הקטן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:18 am

· #274987
קאווע טרינקער
אוקיי, לאמיר גיין א טריט ווייטער. איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?

א. אזאך וואס איז שווער מיינט נישט אז ס'איז נישט גיט.

ב. לויט וואו איך פארשטיי רעדט מען דא פין עדאלטס נישט פין קינדער - אן עדאלט דארף און קען נעמען ריספאנסעבילעטו פאר זיינע מעשים.

אויב איינער קען נישט זאגן פאר זיין טאטע ווען זיין טאטע הייסט אים עפעס וואס טויג נישט פאר אים "Thanks, but no thanks" איז אנשטאט בלעמין זיין טאטע זאל ער זיך לערנען ווערן אביסל מער עסערטיוו אדער מחליט זיין ער וויל טון וואס זיין טאטע וויל, ווייל ...

ג. און אסך פעלער ווען א מענטש שפירט אז ער האט נישט קיין בחירה וועט ער בועט זיין אדער קיקען קרים אויף וואס ער פילט זיך געצווינגען.
איך האב חברים וואס א גאנצע טאג זענען זיי פארנימען האקן אויף די "סיסטעם" ווייל זיי זעען נישט דו בחירה און דעם.

ד. מעגליך ווען ער וואלט געשפירט אז ער האט א say וואלט ער ווען אנגעקימן צום זעלבן מסקנה וואו זיין טאטע - און דאס אויך ליעב געהאט. היינט וואס ער שפירט זיך געפארסט "פארשטייט" ער אז דאס איז נישט גוט.

דער אמת איז:
ריאלעטי איז וואס ריאלעטי איז!
א יעדער וועג האט זיין פראס ענד קאנס
דו קענסט בוחר זיין, למשל, צו גיין מיט דיין היט אין רעקעל - ווייל די האסט אזוי בוחר געווען.
דו סיבה פין דיין בחירה? ווייל די ווילסט דיין טאטע ברענגן הנאה חאטש די וועסט צאלן די פרייז אז חבירים וועלן דיך נישט אנקיקען cool
אדער קענסטו בוחר זיין איך וויל זיין cool און איך בין גרייט צו צאלען די פרייס פין דו קאנסעקווענסן פין מיין בחירה

צו די פיצט יא די שיך צי נישט - א יעדער זאך האט א ריווארד און א פרייס
grow up and stop complaining הבחירה בידיך!

בלעמען א צווייטען איז קינדיש און נישט פראדאקטיוו

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:11 am

· #274997
הקטן ביסט אביסל צו שארף,

דיין פוינט איז א שטארקע, אבער די אנדערע זייט איז נישט אינגאנצן אוועקצומאכן,

יעדע טאטע האט זאכן וואס ער לאזט נישט זיינע קינדער טון, ע"פ רוב מיינט ער דאס קינד'ס טובה (צי בזה צי בבא) און געווענליך אויף די זאכן בלייבט נישט קיין ווייטאג אינעם קינד ווייל פריער אדער שפעטער וועט דאס קינד איינזעהן אז דער טאטע איז געווען גערעכט, און ער אליינס וועט אויך נישט לאזן זיינע קינדער טון ככל העולה על רוחם און פירן א הפקר לעבן. אבער טאמער דער טאטע טוט פארבאטן דאס קינד זאכן צוליב זיין אייגענע טובה, אייגענע נאמען, באקוועמליכקייט אדער פשוט לשום פרו"מקייט, דאן קען בלייבן אין הארצן א ווייטאג לעולמי עד.

הקטן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:15 am

· #274999
זיכער קען בלייבן אין הארצן א ווייטאג די שאלה איז מיז בלייבן.

רעדסטו פין עפעס וואס קימט נאך פאר יעצט אדער עפעס און די עבר?
אויב איז דאס אין די עבר וואלט איך נישט אריינגעגאנגען דא אין דעם - דאס דארף ווערן געטריטעט וואו אביאז

אויב אבער איז דאס עפעס וואס קימט פאר יעצט איז די ערשטע זאך צי נעמען ריסבאנסעבילעטו אין נישט בלעמען קיין צווייטען
די שאלה איז געווען:
איז מעגליך ליב צו האבן א מענטש וואס צוליב אים ביסטו געצווינגען צו טוהן זאכן וואס זענען דיר שווער?

דאס זעט מיר אויס וואו דער עדאלט בלעמט א צווייטען פאר זיינע יעצטיגע מעשים
ווען דאס געשעט איז דאס א הארץ ווייטאג.

יאיר » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:43 am

· #275006
מענטשן האבן ליב זייער טאטע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט ליב אנדערע מענטשן, דהיינו ווייל זיי האבן דיך ליב. יא, דיך אליין, נישט דיין בלאט גמרא אדער הוט און רעקל אדער נחת פאבריק. אויף ענגליש רופט זיך דאס אנקאנדישאנעל לאוו. בלשון חזל רופט זיך דאס אהבה שאינה תלויה בדבר.

moshav zekeinim » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:01 am

· #275018
יאיר,כשמך כן תהלתך, מיט איין ווארט האסטו באלאכטן די גאנצע נושא. לדעתי איז דאס דער יסוד און איך מיין אז יעדער ווארט אויסער דעם איז איבריג. ואידך זיל גמור

moshav zekeinim » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:06 am

· #275020
די פראגע איז נאר ווען ס'דא מיספארשטענדענישן אדער אגענדעס וואס שטייגן איבער די ליבשאפט.

נהורא נפישא » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:11 am

· #275023
יאיר
מענטשן האבן ליב זייער טאטע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט ליב אנדערע מענטשן, דהיינו ווייל זיי האבן דיך ליב. יא, דיך אליין, נישט דיין בלאט גמרא אדער הוט און רעקל אדער נחת פאבריק. אויף ענגליש רופט זיך דאס אנקאנדישאנעל לאוו. בלשון חזל רופט זיך דאס אהבה שאינה תלויה בדבר.

איז דאס יא אהבה תלויה בדבר?
און פארוואס האט די טאטע ליב דעם זון ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:13 am

· #275024
יאיר
מענטשן האבן ליב זייער טאטע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט ליב אנדערע מענטשן, דהיינו ווייל זיי האבן דיך ליב. יא, דיך אליין, נישט דיין בלאט גמרא אדער הוט און רעקל אדער נחת פאבריק. אויף ענגליש רופט זיך דאס אנקאנדישאנעל לאוו. בלשון חזל רופט זיך דאס אהבה שאינה תלויה בדבר.

און פארוואס האבן אנדערע מענטשן פיינט זייער טאטע?

נהורא נפישא » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:16 am

· #275026
דאס אז נאנטע קרובים האבן זיך ליב איז די פאקט וואס מ'איז באוואוסטזיניגק אז ס'איז אלס איין עצם ובשר, און דאס ארבעט אויפן מענטשליכע פסיכיק, און כ"ש ווען מ'וואקסט אויף אינאיינעם, און ס'איז טאקע אהבה שאינו תלויה בדבר. ס'איז בד"כ אמת טאמער ס'איז נישטא קיין שנאה פון אינעם צום צווייטן.

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:56 pm

· #275211
שמעקעדיג
יאיר
מענטשן האבן ליב זייער טאטע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט ליב אנדערע מענטשן, דהיינו ווייל זיי האבן דיך ליב. יא, דיך אליין, נישט דיין בלאט גמרא אדער הוט און רעקל אדער נחת פאבריק. אויף ענגליש רופט זיך דאס אנקאנדישאנעל לאוו. בלשון חזל רופט זיך דאס אהבה שאינה תלויה בדבר.

און פארוואס האבן אנדערע מענטשן פיינט זייער טאטע?


שנאה קומט מחמת אהבה ווייל איך האב יענעם ליב בין איך ברוגז היתכן ער האט געטוהן כך וכך.

יאיר » דאנערשטאג מאי 14, 2015 10:04 pm

· #275233
נהורא נפישא
יאיר
מענטשן האבן ליב זייער טאטע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט ליב אנדערע מענטשן, דהיינו ווייל זיי האבן דיך ליב. יא, דיך אליין, נישט דיין בלאט גמרא אדער הוט און רעקל אדער נחת פאבריק. אויף ענגליש רופט זיך דאס אנקאנדישאנעל לאוו. בלשון חזל רופט זיך דאס אהבה שאינה תלויה בדבר.

איז דאס יא אהבה תלויה בדבר?
און פארוואס האט די טאטע ליב דעם זון ?

אהבה שאינה תלויה בדבר מיינט אז מען האט ליב דעם מענטש אליין, נישט די זאך וואס ער דעליווערט. דער טאטע דארף ליב האבן זיין זון ווייל דאס קינד איז זיין זון. פעריאד. נישט ווייל ער האט א זייטיגע טובת הנאה אז ער קען גיין אין בית המדרש און דערציילן אז זיין זון קען הונדערט בלאט גמרא בעל פה. ווען עס איז דא אזא אהבה פון דעם טאטן צום זון איז דא די זעלבע אהבה פון זון צום טאטן.
בלאט: 1 2