☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?

איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8840

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 1:18 am

· #273953
איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
ניין, איך באצי זיך נישט דא צו די אויסגעדראשענע דיסקאסיע, צו דער בעלזער רב איז קאמפאטענט צו זיצן אויפן בעלזער שטיל, צוליב זיין אזוי גערופענע מאדערנע אנשאואונגען. אויך נישט צו ס'געהערט אים דער פולער זכות אויף בעלז אדער איז עס כדי יחלוקו מיטן בעלז מאכניבקע רבי. הגם סיז נישט קיין נושא אוועקצומאכן, איז עס אבער נישט מיין כונה מיט דעם אשכול צו דיסקוסירן דא.

צו וואס איך וויל זיך באציען דא איז, נעמליך, צו איז נישט דעם בעלזער רב'ס רעביסטעווע געשטעלט אויף די בלוט פון א שטילע וואוילע אידענע, און דאס איז הרבנות מרים רוקח די מאמע פון בעלזער רב, וועלעכע האט כידוע נישט געוואלט זען איר זון אלס רבי, און אודאי נישט אזוי יונגערהייט, און זי האט זיך זייער באקלאגט אז מהאט פון איר אוועק גענומען איר איינציגסטער זון. אין אנדערע ווערטער איז די היינטיגער רבס רביסטעווע נישט געבויט אויף א קינדנעפונג?

דער אמת איז אז איך בין נישט אזוי אינפארמירט מיט די בעלזער היסטאריע, און דאס אלעס וואס איך ווייז בלויז מפי השמועה דא און דארט, און צווישן די זאכן וואס איך האב געהערט איז אז מהאט געקינדנעפט איר קינד בתחבולות כדי בעלז זאל האבן א המשכה. און אדרבא טאמער ווייסט איינער מער קראנטע אינפארמאציע אויסצוקלארן דעם ענין זאל עס דא ביטע איבערגעבן.
וועט איר פרעגן, נו, מה כל הרעש, אז דער זון קלויבט זיך אויס זיין וועג אלס ערוואקסענער קען מען דען עס רופן קינדנעפונג? דאס איז דאך מעשה בכל יום בכל משפחה ומשפחה וואו עס מאכט זיך אז א זון אדער טאכטער קלויבט אויס א אנדער וועג ווי די עלטערן האבן זיך געראכטן.
זאת ועוד. זי האט דאך לכתחילה חתונה געהאט צו א רבישע שטוב טא וואס האט זי געוואלט אז איר זון זאל זיין א פראפעסאר?

בפרט אז זי האט געוואוסט אז דער רב ז"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער?

על זאת אשוב על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 1:38 am

· #273954
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
ער האטעך געהאט א טאטע אויך און ער האטעך אודאי געוואלט ער זאל זיין רבי הגם יש לדון וויבאלד למעשה אז ער לעבט נישט איז די מאמע בעלבאס ,
והגם אז אין היינטיגע פארדארבענע וועלט איז די מאמעס רעכטן איבער די טאטעס , נאכאלץ איז די נקודה עפעס צו נעמען אין באטראכט
ב. וואס איז געווען די שטעלונג פונ׳ם רב ז״ל בנוגע דעם ענין , און וואס איז בכלל געווען די רב ז״ל דעה איבער עם מאכן רבי אויב די האסט עפעס קראנטע ידיעות איבער די ענינים וועל איך זיך פרייען צו הערן אבער ביטע ברענגן מקורות יש״כ.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 3:30 am

· #273957
איידער מיר באציען זיך צו דיינע פראגעס לאמיר קודם ענטפערן אויף די טשעלענדזשעס וואס איך האב געשטעלט אויף מיין תלונה.

איז אזוי. אין הכי נמי אז עס איז נארמאל און עקסעפטבאר אז א ערוואקסענער קינד קלויבט זיך אויס זיין וועג אין לעבן.
דער פראבלעם איז אבער אז מהאט אים מענואווערט יונגערהייט אז ער זאל מוזן אדער וועלן זיין א רבי ערוואקסענערהייט און דאס איז דער קידנעפינג. איי דאס איז מטבע בריאתו כפי מוצא משפחתו צו זיין א רבי? דאס זעלבסט איז קידנעפונג! ווייל וואס מישט עטץ ענק פרעמדע מענשטן אריין אין יענעם'ס פריוואטער טאפ? דו וואלסט געוואלט אז אנדערע זאלן מאכן חשבונות אויף דיינע קינדער וויאזוי זיי וואלטן געדארפט זיין, און לויט דעם מענואווערן דיינע קינדער נגד רצונך? וועסטו האלטן אז דער וואס טוט עס יא מיט אזא אויסרייד איז מאנשי המוסר?

איי עס איז א צורך הרבים? אקעי, האלט איינער אז פאר צורך הרבים מעג מען קידנעפן א קינדס קולטורעליעזער גייסט פון א מאמע' בתחבולות? און פון וואס פאר א צורך הרבים רעדט מען דא? דער גייסט פון בעלז! איז דער גייסט פון פאמיליע נישט וויכטיגער? אפשר ביי די קארפאטישע בארבארן איז דא אנדערע חוקי אנושיות. אדער ווען עס רעדט זיך פון א פאליטישער גייסט פארקוקט מען איביראל די געווענליכע אנגענומענע חוקי אנושיות!?

עד כאן איז לויט וויפיל מיין ארימער שכל פארשטייט

איך אויך » מאנטאג מאי 11, 2015 6:22 am

· #273967
צימעס אלערט.

דעת תורה » מאנטאג מאי 11, 2015 9:21 am

· #273975
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
ס'איז א טעות, דער בעלזער רב איז א קלוגער איד, און ער ווייסט אביסל וואס טוט זיך אינדרויסן אויכעט. זיין החלטה צו ווערן רבי - און נאכדערצו אזוי יונג, קעגן דעם רצון פון זיין אייגענע און זיין שווער'ס משפחה - איז געווען א עדיוקעיטעד טשויס.

וואס האט די מאמע געוואלט? זי האט געוואלט ער זאל בכלל נישט זיין קיין רבי? אדער זי האט עס נאר געוואלט עס זאל געשען לויט אירע אייגענע טערמינען?

לגבי רעכטן, אפגערעדט ע"פ תורה וואס עלטערן האבן נישט קיין שום "רעכטן" אויף א קינד, נאר לייעביליטי'ס. נאר אפילו סתם לויטן געזעץ און מאראל, האבן עלטערן נישט קיין רעכט צו דענייען זייער קינד'ס מעגליכקייטן מצליח צו זיין אין לעבן. און היות ככל הנראה איז די איצטיגע מציאות די גרעסטע הצלחה וואס דער פערזאן וואלט ווען אימער געקענט האבן, אמווייניגסטנס די שאנסן צו אנקומען צו אנדערע הצלחות ווי ת"ח / גאון, אדער א מולטי מיליאנער צי סיי וועלכע אנדערע אטשיוומענט וואס מענטשן וואלטן אנגערופן סוקסעס, זענען פיל שוואכער ווי די שאנסן ער זאל ווערן רבי, אויב וואלט געלונגען פאר די מאמע אים עס צוצונעמען וואלט זי געווען די מאוסט סעלפיש מאמע וואס איז שייך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 10:15 am

· #273992
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
כמה מחשבות.
צו זאגען אז מ'מישט זיך אין איהרע פריוואטע לעבען איז נאר האלב פון די מעשה. דער בילגארייער רב האט נישט גע'ארבעט אין א אפי''ס, ער האט נישט געהאט קיין ארבעט צו קיין לעבען אויסער דער פארטיי. זענען דער פארטיי נישט קיין מחותנים מיט זיין צוקונפט?
ב. טאמער זי האט פארשטאנען אז ער איז נאך נישט ראוי, זייענדיג זיין מאמע דארף זי לכאורה צו זיין דער מערסטע ראוי מעסטען אזא שאלה. למעשה ליידט ער נאך היינט פון דעם אז ער איז געווארען רעבע יונגעהייט. אפשר ווען ער וואלט זיך איינגעהאלטען אפאר יאר און נישט געווען אזוי פארזיכערט אין זיין רעביסטיווע, וואלט ער זיך אויפגעפיהרט אין אן אופן וואס ערוועקט נישט אזעלכע הארבע געפילען ביי מענטשען.
ג. טאמער א גרויסע ציבור דארף עפעס זייער וויכטיג, פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז איין מאמע'ס געפילען זענען וויכטיגער?
ד. לגבי דער מיינונג פונ'ם רב זצ''ל. אין דער בעלז-בילגארייא פארטיי קאסעס האבען זיי ע נעריש'ע מעשה וואס דער סוף פסוק איז 'ער וועט נאך זיין גרויס'. ס'איז געזאגט געווארען לגבי דער נייער רעקעל זיינער וואס איז געווען אביסל צו ברייט. דער ערשטע מאל וואס איך האב געליינט דער מעשה האב איך זיך שטארק צולאכט, אבער זיי זאגען עס איבער נאכאנאנד. לכאורה האבען זיי נישט מער ווי דעם ווייל ווען יא וואלטען זיי עס געזאגט.
ה. ס'איז אביסל עקסטרעם צו זאגען אז דער גאנצע ווערטשאפט פון בעלז-בילגארייא זאל נישט ווערט זיין קיין שטיק אש, נאר ווייל זיין מאמע האט נישט געוואלט. אפשר וואלט אן עכטער מוסר'ניק אזוי געזאגט, אבער נארמאל איז נישט אזוי.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 10:59 am

· #273999
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
נאך א הערה די שאלה איז נישט דא צו די ראביסטווע איז בארעכטיגט נאר צו האט מען געטון ריכטיג בימים ההם,
כוואלט נאך געוואלט הערן אויב איינער דא ווייסט די פונקטליכע השתלשלות הדברים וואס א חלק פון די מעשה כידוע איז אז ער איז געווען אין אמעריקע.

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 11, 2015 1:57 pm

· #274044
די הרבנית מרים ר' הערשל גליק'ס א טאכטער האט געוואלט אז איהר בן יחיד'ל ר' בערל זאל ווערן א 'קומפיוטער אנאליסט'. עטליכע יאר שפעטער איז ער געוועהן אין ציוניסטישע געריכט אנקעגען איהר צו קענען ארויס באקומען פון איהר כתבי ידות, חפצים, וכדומה. עפעס האט ער באקומען, אנדערע זאכען האט זי אוועק געגעבען במתנה פאר ר'... ע"ה, היינט צו טאג געפונט עטליכע טייערע ארטיקלען און שטוב פון מחנובקא רבי שליט"א וואס ער האט באקומען פון פארשידענע וואס מקורם זענען פון בילגרייא רב.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 2:08 pm

· #274047
ריכטוג. מיין שאלה דא איז אייגנטליך צו מען האט געטון ריכטוג בימים ההם.

איז וואס איך פארשטיי פון אייך מיינע מיטשמועסער איז, אז איר האלט אז וויבאלד עס איז געווען א צורך הרבים האט מען עס געמעגט טון. און איינמאל איך האב דעם ענפער איז מיר שוין נישט וויכטיג די אנדערע ענטפערס, ווייל פונעם לעצטן ענטפער איז משמע אז איר האלט אז מ'קען גיין אפילו ביז אן עקסטרעם פאר אזא צורך הרבים ווי דער בעלזער המשכה.

וואס איך קלער נאר אצינד איז, טאמער וואלט איך געווען א פרוי א מיידל און מ'וואלט מיר געזאגט אז מיין קינד גייט יונגערהייט ארויסגענומען פון מיין קאנטראל כדי אויפגעצויגן צו ווערן נגד רצוני, וואלט איך אדער מותר געווען דאס פארשוואנגערט ווערן, אדער אמווייניגסטן'ס געוויינט ביים שוואנגערן אויף מיין אויסנאמליכער גורל אז דער קינד גייט געקידנעפט וערן פאר צוועקן וואס איך בין דערקעגן.
וואס דער רב ז"ל האט געהאלטן ווייס איך נישט (און אןיך נישט וואס דער היינטיגער רב דער בעל דבר האלט כאטש ער איז קלוג). און ס'אונטרעסירט מיר נישט. לדעתי איז עס בכל אופן נגד המוסר. און זיכער האט דער רב נישט קיין שיתפות'דיגער ווארט איבערן קינד גלייך מיט די מוטער. כאטש ער איז. נעבעך געווען קינדער לאז, און וארשיינליך שטארק געוואלט זען אן המשכה מיט א מנהיג בנו יחודו של אחיו הקרוב אליו.
איין זאך וואס איך מאכט ביי מיר יט אויס איז, וואס זיין פארשטארבענער טאטע דער בולגערייער רב זל האט באמת שטארק געוואלט

איך אויך » מאנטאג מאי 11, 2015 2:42 pm

· #274057
דולה ,דיין תגובה איז בערך אזוי ווי צאנזער רב האט געזאגט אז די איינציגסטע חלק אין א צייטונג וואס איז ריכטיג איז די פרייז ,וויל קיין מילה אחת איז נישט אמת אין דיין מאכנאווקע תגובה.
(ווער עס קען די ריכטיגע היסטאריע ווייסט פונקטליך ווי דו צילסט און ווער עס האט פארקויפט חפצים זייענדיג יושב ראש קק''ל אין סאוט אמעריקא וד''ל.)

ואגב ,דער זקנים איז א נייע ניק דא אזוי איך בין דשעסי דשעקסאן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 3:01 pm

· #274065
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
איך ווייס נישט אז מ'האט עס עכט געדארפט, און אפילו ווען יא, נישט פאר'ן תכלית פון א 'בעלזער המשכה' אבער עכ''פ זיי האבען עס געוואלט.
איך בין אויך נישט זיכער וועגען 'רצון קדשה' פון די מאמע. ס'איז גאנץ מעגליך אז די פאליטיקאנטען פון ביידע זייטען האבען אריינגעשטעקט פיסלעך אומעטום. וואס וואלט זי געטוהן ווען נישט די אלע זאכען ווייס איך נישט. לויט אלס וואס איך האב געהערט און געליינט אויף די מחלוקת, זענען ביידע זייטען געפיהרט דורך א קאבאל פון דזשוליקעס, און מ'באנוצט זיך מיט סלאגאנען אריינצוכאפען אומשולדיגע שעף, כאילו בעלז-מאכנובקא שטייט כדי אנצוהאלטען דער ריינע אריגינעלע בעלזער מהלך און בעלז-בילגארייא באשטייט פון ראטעווען דער עולם פון די מערדערער'ס וואס שטייען אין די אנדערע זייט. כנראה באהאלט זיך דא דורות פון נקמה און קאמפליצירטע שלעגעריי, אזוי ווי איך האב געהערט פון טאטען זז''ג אויף א משפחה מחלוקת אין יוראפ 'אלס האט זיך אנגעהויבען איבער איין קעלבעלע'

I'm back » מאנטאג מאי 11, 2015 3:10 pm

· #274068
איך אויך
דולה ,דיין תגובה איז בערך אזוי ווי צאנזער רב האט געזאגט אז די איינציגסטע חלק אין א צייטונג וואס איז ריכטיג איז די פרייז ,וויל קיין מילה אחת איז נישט אמת אין דיין מאכנאווקע תגובה.
(ווער עס קען די ריכטיגע היסטאריע ווייסט פונקטליך ווי דו צילסט און ווער עס האט פארקויפט חפצים זייענדיג יושב ראש קק''ל אין סאוט אמעריקא וד''ל.)

ואגב ,דער זקנים איז א נייע ניק דא אזוי איך בין דשעסי דשעקסאן.

איך האב זיך געלערנט דא, אז ווען די זעסט א שונא פון דיין שיטה, גייט מיט די אנדערע אין דיין שיטה, ביסטו גערעכט.
למשל ליטוואק האט פיינט חסידים, אבער ווען ס'קומט צו בעלז, וועט ער זיך שטעלן אויף מחנובקה'ס זייט. וואס איז פשט פון דעם?
ווייל ער האט פיינט חסידים, און ער וועט טון סיי וואס, און זיך אוועקשטעלן אפילו אויף די חסידישע צד שכנגד. און דאס ווייזט וואס איז די אמת'ע בעלז.

און די זעלבע זאך איז מיט אונזערע טייערע דולה, וואס ווע. סיי וועלכע ניק וואלט נאר געשריבן ווי עם, וואלט מען שוין אויסגעשפארט 20 מאל, נאר דאס איז דער פראבלעם דא מיט די זיסע הנהלה.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 3:53 pm

· #274082
אנטשולדיגט מיינע פריינד, איר זענט ערנסט פארקראכן פונעם נושא. איך האב אנגעהויבן מיט א אלגעמיינער הומאניסטישער שאלה, און איר זענט פארקראכן אין פאליטיק

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 4:03 pm

· #274087
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
איך האב נישט באמערקט אז איך האב זיך געשטעלט אויפ'ן זייט פון בעלז-מאכנובקא. איך קוק זיי ביידע אן ווי ווערט איינער די צווייטע. זאלען זיי ביידע האבען הצלחה.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 4:33 pm

· #274101
געוואלד! איר פארקריכט פונעם נושא האשכול. ביטע האלט זיך צום נושא.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 4:45 pm

· #274104
באמת איז מיין פראגע א אלטער מצוי'דיגער פראגע אין די היסטאריע, וואס האט זיך געמאכט ביי בני מלכים און אנדערע פעלער ווי די אויגן פון פרעמדע און ספעציעל א שררה האט געלייגט א אויג אויף א קינד מיט אנדערע אונטערעסן פון זיינע עלטערן.
איך בין נייגעריג צו עס האט נישט פאסירט ענדליכעס צו דעם ביי די מלכי יהודה וכדו'

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 6:51 pm

· #274127
איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
האסט מיר דערמאנט וואס יהוידע כהן גדול האט צוגענומען יואש פון עתליהו זיין באבע צו עם מאכן קעניג , סאיז אינגאנצען אנדערש , עפעס א דמיון איז עס, עי׳ מלכים ב יא.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 7:02 pm

· #274133
איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
מושב : כהאלט סאיז יא נוגע דיין חקירה וואס די רב ז״ל האט געהאלטן , ווייל אויב איז וואס מהאט געטון בהסכמתו יש להניח אז סגעווען אויסגעהאלטען אזוי צו טון.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 7:09 pm

· #274138
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
וואס די רב ז״ל האט געהאלטען וועגן עם מאכן רבי : דער רב ז״ל האטעך געוויסט אז ער איז א פאטענציעלע רבי קיין אנדערע אייניקל (חוץ איצעלע און מעכעלע חלוץ )איז דאך נישט געווען ולא מיחה שמע מינה דניחא לי׳ , ולאידך גיסא יש לטעון אז ער וואלטעך געדארפט זאגן להוציא מלבו של חיים שלמה ודעימי׳ שונאי הרב מבולגריא, אויפן לעצטן טענה יש לתרץ לויט די מעשה וואס כהאב געהערט אז מהאט געפרעגט אמאל האט ער גענטפערט אז פון לאחר החיים רעדט מען נישט, סארי ר׳ מושב פארן פארקריכען אביסעל[emoji5]️[emoji5]️[emoji39]

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 7:16 pm

· #274144
חאצקעל שניידער
(חוץ איצעלע און מעכעלע חלוץ )[emoji5]️[emoji5]️[emoji39]


אפשר האט ער געהאלטן אז איינע פון די צוויי דארפן זיין?

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 7:26 pm

· #274149
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
מו הסתם האט ער נישט געוואלט א מחלל שבת אדער אפילו א מגולח זאל איבערנעמען.

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 11, 2015 7:31 pm

· #274153
דער מחנובקא האט בכלל נישט עקסטירט דאן, דער מושג "בעלזא-מחנובקא" איז ער ערשט געבוירען אין די מ' יארן, און איהם האט מען נאר גענומען פונקט ווי משה פריעדמאן האט בשעתו גענומען ר' יקותיאל יהודה.

עכ"פ דער מדובר דא אין דעם אשכול רעדט מען ציווישען די יארן פון תשכ"ב-תשכ"ז, ווען דער מחנובקא האט נאך נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט האבען אזא לאנגע נחשון בן עמינדב בארד.

למעשה איז די עלטער חסידים נאך בימי מהרי"ד הראשון זייער געשטופט אז זיין אייניקעל זאל ווערן רבי. אבי זאל זיין א המשכה, ווייל סוף כל סוף וועלן זיינע אבות איהם שטיין צו דער רעכטע האנט.
די יונגערע חסידים בימי מהר"א ובמיוחד די אונגערישער וואס זענען געווארען זיינע אנהענגער אין פעסט בימי הזעם זיי זענען געוועהן אנטקעגען די גאנצע התמנות פון אזא יונגע אומאויפגעצויגענע בחור און ווען ער איז נאך נישט רייף צו הייסען 'בעלזא רב', ענדערשט זטל מען ווארטן נאך א פאר יאר. זיי האבען געמיינט אז דאס התנגדות פון הרבנית מרים ע"ה וועט אויפטוהן, במציאות דאס התנגדות פון זיי און די התנגדות פון די הרבנית מרים איז געוועהן צוליב צוויי אנדערע סיבות.

ביי ר' ברוך'ל מונקאטש איז אויך געוועהן בערך אזוי לגבי ירושה, וה"ה איז דאס געוועהן דער טענה פון 'ברך משה' מסאטמאר נגד דודתו, ואכמ"ל.

I'm back » מאנטאג מאי 11, 2015 7:31 pm

· #274154
חאצקעל שניידער
מו הסתם האט ער נישט געוואלט א מחלל שבת אדער אפילו א מגולח זאל איבערנעמען.


מחלל שבת?
נישט אזוי ווייט. ער האט זיך בלויז געפירט ווי א סיגוטע אייניקל

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 7:36 pm

· #274160
וואס איז מיט דעם פאללאק פון פתח תקוה?
פון אים האט מען נישט געקלערט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 8:17 pm

· #274181
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
אפשר האט דער בעלזער רב ז''ל געשוויגען ווייל ער האט נישט געוואוסט. ווי זאל ער וויסען וואס וועט זיין פון א קליין יינגעל? ווי קען מען נעמען אזא אחריות באשטימען א יורש? וואס וועט זיין טאמער ער ווערט קאלייע?

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 8:20 pm

· #274182
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
נו וואלט ער דאך הערשט געדארפט מוחה זיין ווייל די חזקה איז מגייט עם שטעלן אפי׳ ער ווערט קליע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 8:24 pm

· #274187
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
ווי קען מען מוחה זיין אז מ'ווייסט נישט? אז מ'ווייסט נישט שוויגט מען!

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 10:00 pm

· #274238
איך זאג אייך נאכאמאל מיינע פריינד. מיר אינטרעסירט נישט וואס דער אלטע רב האט געהאלטן און נישט וואס דער יונגער רב האט געהאלטן, נישט קיין יונגע אונגארישע חסידים אןן נישט קיין אלטע. איך האב איין פראגע דא, צו איז דאס מן היושר צו קידנעפן א קינד פון א מאמע צוליב כבוד בית בעלז?

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 10:21 pm

· #274240
חצקאלע, דיין פארגלייך צו עתליהו איז זייער רחוק. אמת עתליהו וואלט טאקע געדארפט זיין במקום יואש'נס מאמע, ווייל זיין מאמע האט נישט געלעבט, און אמת אז זי האט טאקע אויך נישט געוואלט אז יואש איר אינציגסטער אייניקל זאל ווערן רבי (קעניג), אבער וואס איז די סיבה וואס זיין מאמע האט נישט געלעבט אז די באבע האט געדארפט זיין אפוטרופוס איבער אים ? און פארוואס האט זי נישט געוואלט יואש זאל זיין רבי?... און פון דא קומען מיר צו צום דריטן פראגע פארוואס האט מען אים אוועק גענומען פון איר?...
הכלל דער צושטעל איז גוט פאר א וויץ

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 10:37 pm

· #274245
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
moshav zekeinim
איך זאג אייך נאכאמאל מיינע פריינד. מיר אינטרעסירט נישט וואס דער אלטע רב האט געהאלטן און נישט וואס דער יונגער רב האט געהאלטן, נישט קיין יונגע אונגארישע חסידים אןן נישט קיין אלטע. איך האב איין פראגע דא, צו איז דאס מן היושר צו קידנעפן א קינד פון א מאמע צוליב כבוד בית בעלז?

נו די עולם האט דאך שוין געזאגט זייער חוות דעת וואס וואולסטו יעצט ?
האסט עפעס חידושים אינעם ענין ? זעמער גרייט צוהערן ,
אבער כמיין אלע חכמי ורבני השטיבעל ואתה בכללם האבן שוין געזאגט זייער חוו״ד יעצט קען מען זיך נעמען צו די אנדערע געשמאקע ענינים וואס זענען אפהעגיג און די נושא וואס האסט ארויפגעברענגט.

א איד » מאנטאג מאי 11, 2015 10:45 pm

· #274253
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
moshav zekeinim
חצקאלע, דיין פארגלייך צו עתליהו איז זייער רחוק. אמת עתליהו וואלט טאקע געדארפט זיין במקום יואש'נס מאמע, ווייל זיין מאמע האט נישט געלעבט, און אמת אז זי האט טאקע אויך נישט געוואלט אז יואש איר אינציגסטער אייניקל זאל ווערן רבי (קעניג), אבער וואס איז די סיבה וואס זיין מאמע האט נישט געלעבט אז די באבע האט געדארפט זיין אפוטרופוס איבער אים ? און פארוואס האט זי נישט געוואלט יואש זאל זיין רבי?... און פון דא קומען מיר צו צום דריטן פראגע פארוואס האט מען אים אוועק גענומען פון איר?...
הכלל דער צושטעל איז גוט פאר א וויץ

שרייב ארויס די סיבות בבקשה

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 11, 2015 10:46 pm

· #274255
חצקל, אביסול רעספעקט פאר מושב'ן. ער איז די פותח האשכול, קומט זיך אים אזויפיל.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 11:10 pm

· #274264
א איד
moshav zekeinim
חצקאלע, דיין פארגלייך צו עתליהו איז זייער רחוק. אמת עתליהו וואלט טאקע געדארפט זיין במקום יואש'נס מאמע, ווייל זיין מאמע האט נישט געלעבט, און אמת אז זי האט טאקע אויך נישט געוואלט אז יואש איר אינציגסטער אייניקל זאל ווערן רבי (קעניג), אבער וואס איז די סיבה וואס זיין מאמע האט נישט געלעבט אז די באבע האט געדארפט זיין אפוטרופוס איבער אים ? און פארוואס האט זי נישט געוואלט יואש זאל זיין רבי?... און פון דא קומען מיר צו צום דריטן פראגע פארוואס האט מען אים אוועק גענומען פון איר?...
הכלל דער צושטעל איז גוט פאר א וויץ

שרייב ארויס די סיבות בבקשה

עתליהו האט אליינס געוואלט זיין רבי (אדער רביצין) האט זי דערפאר געהארגעט אירע אלע קינדער אין אייניקלעך, ווייל זי האט נישט געוואלט אז ס'זאל איבערבלייבן איינער פון די יורשי בית המלוכה וואס זאלן קריגן אויף איר פארכאפטע מלוכה, און פארשטייט זיך אז אויך יואש איר אייניקל האט זי נישט געוואלט פארשוינען. נאר יהודעה הכהן האט אים באהאלטן מיט סוקסעס.

חקרן » מאנטאג מאי 11, 2015 11:37 pm

· #274278
און אפשר איז יהואש גאר געווען א זוהן פון יהודע, נאר וועלנדיג אז עס זאל הייסן אז בית דוד ציעט זיך ווייטער, און די גאלדענע קייט זאל זיך נישט אפהאקן מיט עתליהו'ס טויט, האט ער גענומען זיין קליינעם און אים דערקלערט אלס אפשטאמיגער פון מלכות בית דוד (און אזוי אטאמאטיש האבן אויף אים דעם ווארט...)?!

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 11:40 pm

· #274280
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
אז דו גלייבסט נישט דעם פסוק קענסטעך זאגן אז סיבכלל נישט געווען קיין יואש.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 11, 2015 11:41 pm

· #274281
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
{א}וַֽעֲתַלְיָה֙ אֵ֣ם אֲחַזְיָ֔הוּ (וראתה) [רָאֲתָ֖ה] כִּ֣י מֵ֣ת בְּנָ֑הּ וַתָּ֙קָם֙ וַתְּאַבֵּ֔ד אֵ֖ת כָּל־זֶ֥רַע הַמַּמְלָכָֽה׃
{ב}וַתִּקַּ֣ח יְהוֹשֶׁ֣בַע בַּת־הַמֶּֽלֶךְ־י֠וֹרָם אֲח֨וֹת אֲחַזְיָ֜הוּ אֶת־יוֹאָ֣שׁ בֶּן־אֲחַזְיָ֗ה וַתִּגְנֹ֤ב אֹתוֹ֙ מִתּ֤וֹךְ בְּנֵֽי־הַמֶּ֙לֶךְ֙ (הממותתים) [הַמּ֣וּמָתִ֔ים] אֹת֥וֹ וְאֶת־מֵינִקְתּ֖וֹ בַּחֲדַ֣ר הַמִּטּ֑וֹת וַיַּסְתִּ֧רוּ אֹת֛וֹ מִפְּנֵ֥י עֲתַלְיָ֖הוּ וְלֹ֥א הוּמָֽת׃

moshav zekeinim » דינסטאג מאי 12, 2015 10:50 am

· #274369
פון א סעקולארער קוק ווינקל מערקט גראדע חקרן אן א גוטער קאנספיראציע, ווייל אפילו איך גלייב דעם פסוק קען איך עס אבער אננעמען ווי בלויז א היסטארישער דאקומענט וואס איז כידוע נישט קאמפאטענט צו זאגן וואס סהאט זיך געטון אונטער די קוליסן. אבער עס האט באמת נישט קיין שיכות צום נושא וואס מיר רעדן.

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 12, 2015 11:36 am

· #274382
Re: איז בעלזער רבי שליט"א'ס רבי'טעווע בארעכטיגט?
רחמנא ליצלן וואזוי היימישע אידן ערלויבן זיך היינט צו רעדן,
מיר גלייבן אבער אז די ספרי הקודש זענען נישט קיין היסטאריע ביכער ח״ו , און יעדע ווארט און אות איז נבואה און רוה״ק.

moshav zekeinim » דינסטאג מאי 12, 2015 11:53 am

· #274389
איך האב געזאגט "פון א סעקולארער (פרייער) קוק ווינקל. איך האב געמיינט ארויס צוברענגען אז ביי געווענליכע היסטארישע דאקומענטן וואלט אזא טשעלענדזש געווען נויטיג, ווייל היסטאריע באציט זיך נאר צו טאטלע סורפוס (חצוניות) און עס איז נייטוג צו מציע זיין אנדערע מעגליכקייטן איבער דער באטרעפענדער געשיכטע

געוואלדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 5:17 pm

· #274509
שוין פארפארן פונעם נושא

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מאי 13, 2015 10:55 pm

· #274930
נעבעך מען טראגט שווערע דאגות דא...

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 14, 2015 1:36 pm

· #275075
התם, איך האב איבערגעקוקט דיינע תגובות און געזעהן אז זיי זענען לאו דווקא בדברים העומדים ברומו של עולם. סא פליז ערגער דיך נישט אז אנדערע זענען עוסק אין נערישקייטן לעניית דעתך.

I'm back » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:05 pm

· #275128
[ציטאט אראפגענומען]


ליין דיין חתימה, און אין איינוועגס שיק עס צו דער שמעון וואלף