☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שבת "קרבתנו"

שבת "קרבתנו"

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8830

שמעקעדיג » זונטאג מאי 10, 2015 11:24 am

· #273684
שבת "קרבתנו"
עס איז שוין לאחר המעשה, דא אין שטיבל האט מען נישט בארירט דעם נושא (כאטש אין אייוועלט האט מען עס פעסט דעבאטירט לטוב ולהיפך, בעת אפאר נארמאלע ניקס האבן פארשטאנען דעם ציהל האבן אנדערע געהאקט געפערליך אנטקעגן ווייל עס קען אפשר שאדן פאר די אמונה פשוטה).

דעם פארגאנגענעם שבת איז פארגעקומען א שבת "וקרבתנו" אין א גרויסארטיגן האטעל, ווי מען האט צוגעשטעלט צו בריקען בגשמיות און א געמיש פון פארשידנארטיגע רעדנערס לרחצה ברוחניות.
איך בין למעשה נישט געווען דארט. כאטש איך וואלט געהאט חשק צו גיין.

דער שבת האט געקאסט אסאך געלט, לכתחילה א טויזענטער, אבער א גרויס חלק האט עס באקומען "בלויז" פאר 800. בגשמיות איז דער שבת געווען הערליך צוגעשטעלט. די בילדער ווייזן גאר א רייכע פראגראם. אפאר פון די רעדנער'ס האב איך שוין אויסגעהערט אין די פארגאנגענהייט, און זיי האבן מיר עלעקטריזירט מיט זייער כח הדיבור. ממילא גלייב איך אז די רעדנערס זענען מסתמא געווען א קנאק, אבער איך וואלט געוואלט הערן אן ערשטהאנטיגן באריכט פון א באטייליגטן.

לדעתי איז געווען צופיל דרשות. עס איז געווען אויסגעשטעלט אויף אזא אופן, אז עס זענען פארגעקומען עטליכע דרשות אין די זעלבע צייט, און מען האט זיך געקענט אויסוועלן וועלכע דרשה מען וויל גיין. כ'בין זיכער אז טייל האבן שווער געקענט מאכן א דעסישען.

סיי ווי אזוי, איז דער פענאמען א נייער ביים היימישן חסיד'ישן עולם, און כדרכם מאז ומקדם, אויף יעדע נייע זאך (אפילו גוטע) הייבט זיך עס אן מיט קריטיק פון די צינישע און סקעפטיקער, אויך יעצט האט ווינער רב און מהר"א מ'סאטמאר געהאקט דערויף, ביז עס עסט זיך צעביסלעך אריין אינעם ציבור און עס ווערט דער נארם.
📎 Shabbos_04.jpg 📎 Shabbos_03.jpg 📎 Shabbos_02.jpg 📎 Shabbos_01.jpg

petergrifin » זונטאג מאי 10, 2015 11:35 am

· #273686
Re: שבת "קרבתנו"
איך זעה דארט רויטע מיט אפטעמיסט אפילו זר ווי זיי האקן אריין.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 10, 2015 12:10 pm

· #273700
די זאגסט אז מהר"א האט געהאקט דערויף, האט ער געזאגט אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין ווייל ס'וועלן זיין בעלי דרשנים מיט פרעמדע השקפות אדער האט ער געהאקט בכלל אויף דעם געדאנק פון אזא שבת התוועדות? דער ערשטע וועג קען איך פארשטיין אבער טאמער איז עס פאר די צווייטע סיבה, איז עס גלאט היפאקרעסי.

נופת צופים » זונטאג מאי 10, 2015 12:30 pm

· #273702
Re: שבת "קרבתנו"
געטרייט אנצוהייבן א מו"מ שוין א חודש מיט א האלב צוריק. גארנישט געווארן.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/260683">viewtopic.php?p=260683#p260683</a><!-- l -->

סמבטיון » זונטאג מאי 10, 2015 12:37 pm

· #273706
לדעתי, דאס ארויסבעקן פונעם קאסעווער נאך ר' אהרנ'ן האקעריי, ווייזט עס אויף א שווייכקייט מצידו, משא"כ ר' משה שטעסעל, אויך פון די שיינע יודן ביים קרבתנו שבת, איז אריין צום בעלזער רב, און האט באקומען גרויס חיזוק כדרכו בקודש ווען עס קומט אויפציטוהן פאר כלל ישראל, אז ער זאל יא פארן אויף שבת און זיך נישט ציטוהן מאכן פון די העצעריי אקעגן דעם שבת, און לויט ווי איך הער פון מיינע חברים, איז די שבת געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 10, 2015 6:44 pm

· #273834
קרעטשמע מאן אויף אייוועלט
איך האב גערעדט מיט מיין חבר פרייטאג זאגט ער מיר אז ער איז יעצט אין האטעל ביי דעם שבת קרבתנו, איך האב הויעך אויסגעדריקט מיין וואונדער איבער זיין באטייליגונג, ליינענדיג דא האב איך פארשטאנען אז ס'איז נישט פאר די סארט אינגעלייט ווי איך קען אים, למעשה האבן מיר נישט געהאט קיין צייט פאר קיין לענגערע שמועס פרייטאג, אלזא, מוצ"ש האב איך אים געטעקסט אויב ער קען מיר געבן א שטיקל רעפארט פון די דרשות און בעיקר די טאפיקס וואס זענען דארט אויסגעשמועסט געווארן.

ער האט מיר געשיקט בילדער פונעם סדר השבת און אירע דרשות, למעשה בין איך געווארן שאקירט און געזעהן אז מ'האט דא געבויעט בלעטער אויף בלעטער אויף זינלאזע טענה'רייען ווען צווישן די ווייסעך וויפיל דרשות זענען מיסתמא אינגאנצן 2-3 געווען איבער אמונה טאפיק. די דרשות זענען באשטאנען פון טאפיק'ס א שטייגער ווי:

א טיפערע בליק אויפן שב"ק.
רליעישאנשיפ, ווי די מאן זאל בעסער פארשטיין די ווייב, די ווייב די מאן און די עלטערן די קינדער.
וויזוי איבערצוגעבן פאר די קינדער די ריכטיגקייט פונעם מעמד הר סיני און תורה שבעל פה.
נישט לאזן שרעק דיקטירן די לעבן.
רואיגקייט אין צייט פון קריזיס.
שבת איז מער ווי סתם טשולענט..
קירוב קרובים.
בויען א רואיגער היים.
אפעקטיווע וועג פון קאמויניקעטן מיט די קינדער.
חינוך פאר בחורים, עס קאסט כוחות הנפש..
פארוואס שלעכטע זאכן געשעהן צו גוטע מענטשן.
וויזוי צו האנדלן אין צייט פון כעס.
אפעקטיווע קאמיוניקאציע מיט די קינדער.
די דרך הבעש"ט.
טיפס וויזוי צו האנדלן מיט קינדער וואס (ליידער) גליטשן אין אידישקייט.
זאל נישט עבודת השם זיין גרינגער?
וויזוי צו האנדלן מיט די מידה פון 'קנאה'

און נאך און נאך, וואס איך געדענק נישט.

איך האב איבערגעקוקט דעם ליסטע און געקלערט 'א שאד איך בין נישט געגאנגען'. למען האמת מיין איך אז די ארגענעזירער האבן געטוען א געוואלדיגן טעות מיטן רופן דעם שבת "קרבתנו" וויבאלד עס איז געווען 95% 'חיזוק', א מינדערהייט פון 'קירוב'. ביים היימישן עולם איז 'קירוב' א פרעמדע מושג און 'חיזוק' קען יעדער ניצן.

אה, נאך א פוינט, איך האב געזעהן אויך עטליכע בילדער פון מלוה מלכה דארט, האב איך געזעהן אביסל דעם ציבור וואס האבן זיך באטייליגט, בקיצור, א שיינער עהרליכער ציבור, נישט ווי איך האב געקלערט ליינענדיג דא די אשכול.


זייער שיין באשריבן.

(איר קענט אליינס באזוכן אויף אייוועלט און זעהן ווי טייל פרומאקעס שמייסן אריין אין אים פארן זיין אויפריכטיג, אקעגן זייערע אגענדעס.)

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 10, 2015 6:51 pm

· #273840
די קליפ ווי הרב יואל ראטה רעדט קעגן די צולייגן יודישקייט איז פונקט גיט פאר די איי וועלט חברה

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 10, 2015 6:55 pm

· #273845
אפשר האקן די רבנים דערויף ווייל זיי האבן מורא דערפון דער עולם וועט נאך אוועקלויפן פון זיי און ווערן חסידים פון וואלערשטיין.....

petergrifin » זונטאג מאי 10, 2015 9:11 pm

· #273884
פון אײװעלט
מיסטעריעז
ס'רוב פון די טעמעס וואלט איך נישט געוואלט הערן פון א מגולח

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 10, 2015 9:18 pm

· #273886
petergrifin
מיסטעריעז
ס'רוב פון די טעמעס וואלט איך נישט געוואלט הערן פון א מגולח

איך האלט ער האט א שטארקע נקודה

petergrifin » זונטאג מאי 10, 2015 9:26 pm

· #273890
ער פאר זיך זאל טוהן װאס ער װיל אבער רײס נישט אראפ דער װאס װיל יא גײן. נאר װי אזוי קען מען האקן
אויף עפעס װאס איז זײער װיכטיג? אנשטאטס זיך ארויף שטעלען אויף א בענקל באגראבט מען יענעם. װאס
הײסט דו גײסט צו א דרשה פון עפעס א מגולח װאס לערנט מער װי א חסידישער פארום שרײבער?

petergrifin » זונטאג מאי 10, 2015 9:30 pm

· #273891
אגב דא איז א לינק װי קרעטשמע מאן זאגט גוט און די חברה געבן נישט אויף.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1050908#p1050908">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1050908</a>

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 10, 2015 9:39 pm

· #273897
מחותן מחותן דו באלאנגסט אין קאווע שטיבל

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1051114#p1051114

איך אויך » זונטאג מאי 10, 2015 10:43 pm

· #273915
גראדע די פאר בעלי שכל האקן פיין אריין פאר די רשעות'דיגע אנגעזעצטע ס''ח. עס איז העכסט אינטרעסאנט אז די קליינקעפיגע מנהלים האבען עס נאכנישט פארשפארט.

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 11, 2015 1:07 am

· #273951
נאך פון מחותן
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1051282#p1051282">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1051282</a>

petergrifin » מאנטאג מאי 11, 2015 10:13 am

· #273991
Re: שבת "קרבתנו"
קאצקע ציקער
מחותן מחותן דו באלאנגסט אין קאווע שטיבל

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1051114#p1051114

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 11, 2015 11:26 am

· #274004
דער אשכול איז מער נישט דארט!

שמערל » מאנטאג מאי 11, 2015 2:44 pm

· #274059
געהעריג דארט

איך אויך » מאנטאג מאי 11, 2015 4:18 pm

· #274096
ווען זיי האבען ווען שכל די אחראים דארט וואלט מען געוועלט מחותן'ס תגובה פארען תגובה פונעם יאר און עס מנעץ געווען העכער יעדע אשכול.

אבער זיי האבען דאך נישט קיין שכל און לאזן יא די אנגעזעצטע ס''ח פירן די טאון זעהט א''ו אויס אזוי ווי עס זעהט אויס אזש ביז מיללער בכבודו ובעצמו מוז אזאנס שרייבן א טרויער דרשה אז א''ו זייגט אוועק און אפען שפעקלירן אז אפשר איז געקומען די צייט עס לאזן ליפטערן אינעם היידפארק בית החיים.

לית דין בר נש » מאנטאג מאי 11, 2015 5:59 pm

· #274122
הודעה דורך מיללער » מאנטאג מאי 11, 2015 9:18 am

וזה תפארתינו!

דאס הייסט טאלעראנץ, אייוועלט איז געמאכט פאר "יעדן" ווילאנג ער האלט זיך צו די תקנות המקום און ער שלעפט נישט אוועק דעם פלאץ צו ווערן א שלאכטפעלד, לעב און לאז לעבן!

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מאי 11, 2015 7:35 pm

· #274158
א באנדע משוגעים חברה זענען זיי אין אייוועלט אזעלכע שווערע דאגות טראגן זיי אויף זיך כאילו זיי זענען שוין פאר זיך קלינאפ .......

קאסטנער » מאנטאג מאי 11, 2015 10:50 pm

· #274257
לית דין בר נש
הודעה דורך מיללער » מאנטאג מאי 11, 2015 9:18 am

וזה תפארתינו!

דאס הייסט טאלעראנץ, אייוועלט איז געמאכט פאר "יעדן" ווילאנג ער האלט זיך צו די תקנות המקום און ער שלעפט נישט אוועק דעם פלאץ צו ווערן א שלאכטפעלד, לעב און לאז לעבן!


א נייע דערהער אין טאלעראנץ...

הקטן » דינסטאג מאי 12, 2015 12:04 am

· #274287
אייועלט ארויף אייוועלט אראפ.
וואו אזוי איז געווען דער שבת, איז איינער דארט געווען?
פארוועם האט מען דארט געקעטערט?
ווער שטייט אינטער דעם?

יעלה ויבא » דינסטאג מאי 12, 2015 6:58 am

· #274318
Re: שבת "קרבתנו"

יעלה ויבא » דינסטאג מאי 12, 2015 7:15 am

· #274322
Re: שבת "קרבתנו"

יעלה ויבא » דינסטאג מאי 12, 2015 7:17 am

· #274323
Re: שבת "קרבתנו"

הוגה » דינסטאג מאי 12, 2015 9:55 am

· #274353
זייער א זיסע געדאנק אבער עס איז נישט דער אמת. דער אמת איז אז עס איז גענוג צו דאווענען פאר וואס מ'דארף אין די אייגענע ווערטער. די סיבה פארוואס מ'דאווענט תפילות קבועות זענען פאר צוויי אנדערע סיבות.

אגב, די רעדנער איז ר' אריה רויד, א בעלזער חסיד פון מאנסי, די אנפירער פון פראדזשעקט אינספייער אין ראקלענד קאונטי און פון די מייסדים פון טרעוולינג חסידים. ער איז גאר א געשמאקע און תוכנ'דיגע איד.


.

חכם עתיק » דינסטאג מאי 12, 2015 12:26 pm

· #274397
מיר האבן פארפאסט די שבת צוליב א שמחה. אפשר קען איינער איבערגעבן דעטאלן.

הקטן » מיטוואך מאי 13, 2015 10:50 am

· #274679
הוגה
ז די סיבה פארוואס מ'דאווענט תפילות קבועות זענען פאר צוויי אנדערע סיבות.
.

הוגה ווייסט פין צוויי
ווער נאך וויל צילייגען?

יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:43 pm

· #310710
Re: שבת "קרבתנו"
Updates please..?

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:50 pm

· #310768
יעלה ויבא

מי זה?

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:31 pm

· #310774
Re: שבת "קרבתנו"
ר׳ משה שטעסל (שטיסל) דומ״ץ בעלזא.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 17, 2016 5:16 pm

· #329578
קרבתנו פלאנט נאך א שבת פאר 2 וואכן נאך פסח.
אויב איימיצער האט מער אינפארמאציע, ביטע מיטטיילן... איך וויל וויסן צי עס איז כדאי פאר אזא יונגערמאן ווי מיר זיך צו באטייליגן...

איין שווערע אישו ליגט מיר אויפן געדאנק, נעמליך, די סארט שבתים קומען געווענליך באגלייט מיט מאסיווע מוצאי שבת פראגראמען בתופים ובמחולות, וואס טוט מען אום ספירה?
די ערשטע שבת פאריאר איז אויך געווען אין ספירה (שוין נאך ל"ג בעומר)

סמבטיון » זונטאג אפריל 17, 2016 6:01 pm

· #329592
קום שמעקי, וועסט הנאה האבן! איך גיי אויך אי"ה, איך וועל דיר שטארק מקרב זיין, זעה צו האלטן א גלאז קאווע אין דיין רעכטע הענט און די טעלערל אין די לינקע, אזוי וועל איך דיר גלייך דערקענען.

בן אדם » זונטאג אפריל 17, 2016 6:30 pm

· #329595
אויף דעם קען מען זאגן אז ווען די פוסקים וואלטן נאר געוואוסט וואס פאר א שוואכע דור ס'וועט נאך זיין היינט, וואלטן זי קיינמאל נישט געאסר'ט צו הערן מוזיק (כדוגמת התעניתים)

הוגה » זונטאג אפריל 17, 2016 8:02 pm

· #329606
שמעקעדיג
איך וויל וויסן צי עס איז כדאי פאר אזא יונגערמאן ווי מיר זיך צו באטייליגן...


Please elaborate ...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 17, 2016 8:44 pm

· #329613
הוגה
זייער א זיסע געדאנק אבער עס איז נישט דער אמת. דער אמת איז אז עס איז גענוג צו דאווענען פאר וואס מ'דארף אין די אייגענע ווערטער. די סיבה פארוואס מ'דאווענט תפילות קבועות זענען פאר צוויי אנדערע סיבות.

אגב, די רעדנער איז ר' אריה רויד, א בעלזער חסיד פון מאנסי, די אנפירער פון פראדזשעקט אינספייער אין ראקלענד קאונטי און פון די מייסדים פון טרעוולינג חסידים. ער איז גאר א געשמאקע און תוכנ'דיגע איד.


.


קודם, זיין מאנטשעסטער אקצענט איז ריזיג: He'll give it you און מ'לאזט אויס דער to. ער רעדט אבער פון בויך ארויס, אן א ראיה, און ווי הוגה זאגט איז טאקע ריכטיג. די תפלות וואס אונז דאווענען מיר זענען עבודת ה', א מהלך פון א קרבן, און אפילו איידער מ'האט פארמאליזירט די ברכות, האט עס געהאט א פארמאט פון יסדר אדם שבחו של מקום ואח"כ יתפלל וכדו'.

איך בין אבער נייגעריג צו דאס איז טאקע דער תוכן פון שבת וקרבתנו. דאס זוכט מען דארט? דאס איז דער חיזוק וואס ס'פעלט מענטשען אויס? אויב יא, איז צרות. אז מענטשען זענען אזוי שוואך, און דאס הייסט גאר 'חסידישע אידען', נישט עפעס בעלי תשובה פון דערווייטענס.

דער יונגערמאן איז א בעלזער חסיד, אבער גאנץ א שוואכע. ער איז אויפגעהאדעוועט מיט צוויי זיידעס פארברענטע מתנגדים, און זיין סביבה דארט אין מאנטשעסטער איז געווען גאנץ שוואך בעלז . א קליינעם שטיבעל (אין יענע יארען), מיט בעיקר נאך אזעלכע צוגעקומענער. ער האט נישט דער בעלזער שפראך, דער בעלזער\גאליציאנער וועג פון טראכטען און רעדען און איך קען מסתמא בעלזער לעגענדע'ס און גלויבונגען פיהל בעסער ווי איהם (אפשר וועגען דעם איז ער א בעלזער און איך נישט...). @ירא שמים האט נישט וואס צו שעמען פון איהם.