☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » היכי דמי שלעכטע מענטשן??

היכי דמי שלעכטע מענטשן??

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #883

קאמפיאטער » מאנטאג יוני 18, 2012 9:45 am

· #18354
היכי דמי שלעכטע מענטשן??
וויליאמסבורג איז פארפלייצט געווארן מיט צעטלען פארקלעפט אויף די ווענט אויף געהאנגען אין אלע בתי מדרשים עס פאדערט אין עס קלערט אויף דעם עולם אז די יוגענט איז אין א סכנה!! הלמאי מען פארקויפט א כלי אין די גאסן אין די יוגענט דרייט זיך ארים דערמיט דאס איז נישט מער אין נישט ווייניגער ווי דער כלי המשחות דער סאנסא קליפ!! אוי מיין הענט ציטירען ווי נידריג אינזער דור איז שוין ליידער.

האט איינער פין אייך שוין געזען א סאנסא?? איינס יא מען קען טאקע ארויף לייגן עפעס אין דורך דעם צירוק ברענגען דעם ראדיא אבער וואס?? איינער וואס האלט דארט וועט נישט העלפן צירוק צי גיין צי טעיפריקארדערס ווי דער שרייבער פאדערט אויף פינעם ציבור.
איינע פין די פראבלעמען שרייבט ער דארט איז וואס? ווידיאו!! איז דען שייך צי זען דארט ווידיאו? איך מיין אז אפי' נאכן אינסטעלירען דעם פראגרעם קען מען קיין ווידיאו אויפן סאנסא נישט זעהן,דאס איז אויסגעזויגען פין פינגער.

אין אפי עס איז יא שייך נעבעך פאר אזא איינעם וואס גייט זיך באהאלטן אין בית הכבוד פאר א האלבן שעה כדאי צי זעהן עפעס אויף אן איין אין א האלב אינטשיגען סקרין וואס א חוץ גרין אויף שווארטץ קען מען דארט גארנישט זעהן.

איך מיין ניצט אייער דשעלי אין קאפ איז עפעס ראנג דערמיט?? ווען א טאטע קויפט דאס פאר זיין משפחה אין מען הערט דערויף מוזיק אין מעשות אינדערהיים?

וואס ווי פיי ווען וויי פיי?? קיינמאל מיטן סאנסא ניטאמאל אפי קאזינס!!

ארויף צי לייגן די פראגרעם אויפן סאנסא איז בכלל נישט אזוי גרינג ווי דער שרייבערל וויל פארקויפן פאר די אזוי שוין אויך צים טויט דערשראקענעם טאטן וואס די עתיד פין זיין קינד איז פין איין מינוט אויפן צווייטן אריין אין חזקת סכנה דורכן סאנסא וואס ער האט פריש געקויפט ביי זיך איך שטיב.

איז דען אויף טעיפריקארדערס נישט דא קיין ראדיא אז די האסט נישט די ביסעל טראסט אינעם קינד אין אפי' די האסט שוין אראפ גענימען די ראדיא דערפין וועט ער עס אינטער דיין ריקן צירוק לייגן וואספארא לעזונג וועט זיין דאס צירוק גיין צי טעיפריקארדערס???

אין די געמס וואס עסס קימט מיט איז נאך עניטיים אזוי כשר ווי די 1995 אפגרעיטעט טיים אויטס וואס אלע קינדער פלעגן טראגן אין קעמפ אין שפילן דערמיט טאג אין נאכט וואס האט עס שוין הענג מען? וואס נאך? וואס איז אזוי גויאיש??

נאר קים איך צי צים מסקנה זיי זענען שלעכטע מענטשן זיי זעמען געבארן מיטן טבע מוחה צי זיין עס איז פאר זיי א תאווה ווי אלע תאוות איך אפי עס איז נישט דא אויף וואס מוחה צי זיין וועלן זיי אינטער די ערד טרעפען עפעס טויט צי רויט!
זענט איר נישט איינשטימינג מיט מיר?

אלבערט » מאנטאג יוני 18, 2012 11:04 am

· #18358
איך קלער ערנסט אז די זינלאזע מחאות וואס ווערן געהאנגן יעדע וויילע, זענען גאר א טייל פון די ארויסגעפאלענע און אפגעפארענע וואס זוכן אונטערצוברענגען דעם כח פון די רבנים ווען עס האנדלט זיך פון אן ערנסטע פראבלעם... דאס רעדן פון כל מיני שטותים אין די צייט ווען עס ברענט א פייער, איז די דירעקטע ארבעט פונעם שטן!

קאמפיאטער » מאנטאג יוני 18, 2012 11:29 am

· #18365
דאס איז אט די שוידערלעכע כלי פין וואס מען מיז זיך באהיטען!!
📎 ref=dp_image.jpg

משה רוקח » מאנטאג יוני 18, 2012 12:22 pm

· #18377
השם ישמרנו! איך בין ווערטערלאז אויף די גרויסע טיפשות פון די צודרייטע משוגעים!
פארוואס זאל איך צוהערן די רבנים און עסקנים ווען זיי הייסן מיר לייגן א פילטער אויף מיין סעלפאון און קאמפיוטער ווען זיי מאכן זיך צודרייט אויף אזעלכע נארישקייטן?
וויאזוי זאל איך וויסן וועלכע פון זייער בויך דרייענישן איז בארעכטיגט און וועלכעס נישט?

אברעמעל » מאנטאג יוני 18, 2012 1:35 pm

· #18388
ווי זעהסטו רבנים צו עסקנים,
א צעטיל אן א נאמען האט די זעלבע דין ווי א פאשקעוויל ..

יואליש » מאנטאג יוני 18, 2012 1:44 pm

· #18392
אברעמעל
ווי זעהסטו רבנים צו עסקנים,
א צעטיל אן א נאמען האט די זעלבע דין ווי א פאשקעוויל ..


ביליגע קאופאוט!

אז דאס הענגט אין ביהמ"ד זייט ביי זייט מיט די רבנים'ס קו"ק, בעת וואס איך קען נישט הענגן וואס מיר שמעקט, איז א סימן אז די רבנים און עסקנים טאלערירן עס, כל זמן דאס צעטעל איז גענויגט צו רעכטס און האט כשר'ע חזר פיסלעך. סאו אויב איז די עקסטרעמע זינלאזע צעטל א שאדן פאר די טראסט אין די רבנים, זענען די רבנים פאראנטווארטליכט דערויף. העטן זיי נישט געוואלט אז יעדער שמויגער זאל קענען ציען די וואגן צו זיין רעכטן ווינקל, העטן זיי זיך ווען קעגנגעשטעלט. ודו"ק.

דאס צעטעל, יא אינטערגעשריבן, נישט אינטערגעשריבן, האט אן אפעקט אויף מענטשן. א תמימות'דיגע פאטער גייט באלד ליארמען אויף זיין טאכטער און האקן אויפן טיש: כ'לאז נישט קיין "גע'אסר'טע" עם פי 3ס!!!

קאמפיאטער » מאנטאג יוני 18, 2012 2:08 pm

· #18396
די זעלבע איז מיט די לעצטע אויפפאדערונג קעגן די קיאסקס וואס??? וואס ווילסטי פינקטלעך?? ער האט שוין ארויס געטראגען די "קאמפיאטער" פין שטיב פיין, ער מיז דאך אבער יא אמאל ציקימען צי אינטערנעט צי ער דארף עפעס באשטעלן אדער עפעס אנדערש, איז וואס ווילסטי פין דעם אימשילדיגען איד?? איז דאס בכלל א מהלך?? מאכט דאס נישט מער שאדן?? זיי האבן ממש נישט קיין שכל? זילטש?
דאס איז ממש א חורבן אין מיינע אויגן!!

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 18, 2012 5:41 pm

· #18440
איך האב אינדערהיים ביי מיר 2 סענסע קליפס. די ראדיא איז ארויסגענומען. און אלעס איז כשר וישר. מען קען נישט זעהן דערויף קיין ווידעאו.

די רבנים אדער עסקנים, וועלכע קענען נישט די מעשה מיטן בחור און דעם קאטשקע, זענען ווי יענער ראש ישיבה וועלכער האט בא'שגצ'ט א בחור פארן רעדן פון א טאפ, ווייל אין א טאפ קאכט מען, און ביי א חתונה (ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין) קאכט מען אויך, ממילא קען עס אריינברענגען מחשבות זרות רח"ל.

ווייסן מיר דאך אז חז"ל האבן נישט גוזר געווען גזירה לגזירה, אדער אטו חשש רחוקה, אדער צוליב א רוח שאינה מצויה, וכו'.... אבער די היינטיגע חברה זענען פרומער פון אלע דורות.

משוגעים איז א אנדערסטעיטמענט.

איך וואלט געזוכט א דזשאב פאר זיי אבער איך ווייס אז קיינער גייט זיי נישט אננעמען, יעדער ציטערט פון זיי אין די הויזן... און אויך אין די העמד....

טעלעפאן » דינסטאג יוני 19, 2012 3:09 am

· #18546
אין אנדערע ווערטער.... זיי זענען פשוט׳ע ״קאנטראל פריקס״. און אך און וויי אויב איך וועל ארויסקומען אויפן גאס מיט ״מיינע״ שלעכטע מידות... אבער פאר זיי איז דא אומבאגרעניצטע טאלעראנץ

קרעקער » דינסטאג יוני 19, 2012 3:37 pm

· #18653
דע אלע קאנטראלער פריקס ואס זענען ביזי מיט אנדערענס עבירות זענען גרויסע בעלי תאוה ובעלי עבירה זיי שטילען זייער געמיינע געוויסען פין זינד אין טומאה דורך טין אין קדושה און עסקנות ואס זיי רעדען זוך איין אז עס איז כבוד שמים

כהאב געהערט פין א ערליכע יוד אז סאיז סאך א גרעסערע אין געמיינערע תאוה קעיר צי נעמען אין קאנטראלען איינעם ואס איז דורכגעפאלען מיט א עבירה - ווי צי טין די עבירה זעלבזט

משכיל » דינסטאג יוני 19, 2012 3:43 pm

· #18655
אויב מען זאל קענען מאכען אן אימעדש פון זייערע מחשבות וואלט עס א ודאי געווארען געבלאקט ביי עני פילטער

קרעקער » דינסטאג יוני 19, 2012 4:23 pm

· #18665
ועגגען דעם זענען זיי אזוי שטארק פאר פילטערס

אויכ לאזען די פילטערס נושט זיך באקענען מיט זייערע מושחתדיגע פעולות ואס ווערט צימאל אויסגעשמיסט אין שטיבלעך ווי דא

ניו יארק » דינסטאג יוני 19, 2012 5:42 pm

· #18682
איך מיין אז מען וואלט ווען געדארפט מאכן א כינוס פאר די אלע "שלעכטע מענטשן", און אינז פשוטי בני עם וועלן אויפטרעטען דארט...

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 6:24 pm

· #18696
נוי יארק
איך מיין אז מען וואלט ווען געדארפט מאכן א כינוס פאר די אלע "שלעכטע מענטשן", און אינז פשוטי בני עם וועלן אויפטרעטען דארט...

דעי אסיפה איז שוין פארגעקומען א שטיק צייט צוריק.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 20, 2012 12:48 am

· #18794
איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.

לעמיל » מיטוואך יוני 20, 2012 10:06 am

· #18848
שמעקעדיג
איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.

מן הסתם מיינען זיי דעיס

חאצקל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 2:34 am

· #31681
שמעקעדיג
איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.

דער נוסח וויאזוי ס'איז געשריבן איז זייער ראדיקאל. ס'שמעקט מיט די עקסטרעמיסטן. מ'קראצט אפיר מעגליכע קאנסעקווענסן מיט קידוש לבנה אותיות ווי זיי וואלטן געווען דער דירעקטער אדער כמעט דירעקטער וועג צום תהום
ס'דא אויכעט א נארמאלע וועג וויאזוי אויפמערקזאם צו מאכן, ס'מוז נישט זיין מיט אזעלעכע עביוזענדע געוואלדעס,

אמסארי, דאס הייסט ביי מיר געברעינוואשט.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:38 am

· #32448
אידן האטס רחמנות, די רע-בנים האבן נעבעך נישט וואס צו טוהן א גאנצען טאג עפעס מוז מען אסר'ן

יידל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 11:48 am

· #32494
לעמיל
שמעקעדיג
איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.

מן הסתם מיינען זיי דעיס

עס איז דאך בהכרח אז זיי מיינען נישט דאס נאר אפילו די פשוט'ע סאנסא שפילערס. ווייל אויב מיינען זיי די נייערע סארט, דארפן זיי דאך נישט שרייבן אז מיר וועלן במסירות נפש צוריקגיין צו טעיפריקארדערס און סי די פלעיערס. מ'קען דאך צוריקגיין צום אלטן סארט סאנסא פלעיער!

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 12:05 pm

· #32505
יידל, מיט דיין גרונטליכקייט קען מען נישט קריגן!

No_name » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:01 pm

· #32522
וואס איז מיטן צעטל אז קיינער טאר ח"ו נישט האבן אין שטוב די גע'אסר'טע MP3 און MP4.....

סיריעסלי? מ'טאר שוין נישט האבן קיין MP4? וואס איז מיט WMA? און AVI?

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:06 pm

· #32525
יידל
לעמיל
שמעקעדיג
איך טראכט, אפשר רעדן זיי פון די נייערע סארט, וועלכע האט טאקע יא ווידיא און א טאטש סקרין. דארף מען טאקע אכט געבן אז די עלטערן זאלן זיין אינפארמירט דערוועגן.

מן הסתם מיינען זיי דעיס

עס איז דאך בהכרח אז זיי מיינען נישט דאס נאר אפילו די פשוט'ע סאנסא שפילערס. ווייל אויב מיינען זיי די נייערע סארט, דארפן זיי דאך נישט שרייבן אז מיר וועלן במסירות נפש צוריקגיין צו טעיפריקארדערס און סי די פלעיערס. מ'קען דאך צוריקגיין צום אלטן סארט סאנסא פלעיער!

זיי מיינען נישט די אלטע און נישט די נייע,
אויב איז דא א גאנצע אשכול וואס דעבאטירט זייערע שטותים זענען זיי צופרידן, אטא דאס מיינען זיי...

Starbucks » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 4:23 pm

· #32611
יא, עס זענען דא מענטשן וואס זענען בטבע אכזריותדיג און זיי וועלן נוצן סיי וואס יענעם צו רודפן. גוט מארגן אמעריקע!

town1 » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 4:50 pm

· #32622
איז וואס קען מען טון אקעגן אזעלעכע שלעכטע בהמות

Starbucks » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:04 pm

· #32627
town1
איז וואס קען מען טון אקעגן אזעלעכע שלעכטע בהמות


1. שטיי ווייט פון אזעליכע חברה.
2. זיי מוחה ווען דו זעהסט אז זיי טוהן אן אומרעכט.

town1 » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:07 pm

· #32629
דאנקע שיין פאר די הלכות

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 7:03 pm

· #32680
קרעקער
דע אלע קאנטראלער פריקס ואס זענען ביזי מיט אנדערענס עבירות זענען גרויסע בעלי תאוה ובעלי עבירה זיי שטילען זייער געמיינע געוויסען פין זינד אין טומאה דורך טין אין קדושה און עסקנות ואס זיי רעדען זוך איין אז עס איז כבוד שמים

כהאב געהערט פין א ערליכע יוד אז סאיז סאך א גרעסערע אין געמיינערע תאוה קעיר צי נעמען אין קאנטראלען איינעם ואס איז דורכגעפאלען מיט א עבירה - ווי צי טין די עבירה זעלבזט


דער הכשרת אברכים (בעל החובת התלמודים) שרייבט אז ווען איינער רעדט פון יענעם'ס עברות, שמועסט ער בלויז אויס זיינע געווינטשענהע תאוות

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:59 pm

· #32720
סאנסא??, איך געדענק נאך ווען די כלי האט זיך אריינגעריסן אין ישיבה און מיין ראש ישיבה האט אפגעשטעלט די ישיבה וועגן עפעס א נייע טמא’ נע כלי וואס האט זיך אריינגעריסן...... ער איז געווען ווייס ווי קאלעך ווען ער האט גערעדט דערפון...... עס האט גענומען א שטיק צייט ביז ווען ער האט זיך געכאפט אז דער עולם האלט שוין סאך ווייטער פון דעם, דעמאלטס האט ער זיך שוין געבענקט צום סאנסא

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:02 pm

· #36024
אברעמעל
ווי זעהסטו רבנים צו עסקנים,
א צעטיל אן א נאמען האט די זעלבע דין ווי א פאשקעוויל ..

און מיט חתימות (פון רבנים) האט עס דען יא א ווערד? ס'איז נישט מער ווי א פאשקעוויל מיט געפעלשטע חתימות אדער געצווינגענע פון מענטשן וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:09 pm

· #36027
נוי יארק
איך מיין אז מען וואלט ווען געדארפט מאכן א כינוס פאר די אלע "שלעכטע מענטשן", און אינז פשוטי בני עם וועלן אויפטרעטען דארט...

זיי וועלן עס נישט צו לאזן ווייל ס'שמעקט מיט ציונות און אינטערנעט בעוה"ר.