☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?

וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8828

לכבוד שבת קודש » זונטאג מאי 10, 2015 2:08 am

· #273649
וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
איך האב דאס געטראפן ביי שאולזאהן, ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_290.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_290.html</a>

וואס איז די מעשה דארט?

שמעון וואלף » זונטאג מאי 10, 2015 9:11 am

· #273671
אנווייזונגען וויאזוי צו שרייבן א נייע נושא



כלל נומער 1: דער פותח פון א נייער טעמע מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז אומאקצעפטירבאר. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.

דולה ומשקה » זונטאג מאי 10, 2015 4:31 pm

· #273764
און קורצען איינער פון ר' סרולטשע'ס קינדער מיטן נאמען ר' יעקב מרדכי פלאנט איבער צו נעמען מלכות וויזניץ שיכון וויזניץ, און דאס איז כולל אויך ארצות הברית ולכאורה קאנאדא פאלט אויך אריין אינעם כלל, עכ"פ האט ער אנגעפירט א פוטש אין ארויס געשליידערט זיין ברודער ר' חיים מאיר וואס איז געוועהן רב אין וויזניץ בית מדרש אויף 51 און נוי יוטריקט.

דער היגע עולם גלייכט אדער בעסער געזאגט האבען בכלל נישט קיין שמץ כל דהוא אנטקעגען ר' חיים מאיר (אגב ער איז א איידעם ביים נירבאטור רב), האט זיך דער מתפללי הבית מדרש זיך אריבער געצויגען צום נייעם וויזניץ בית מדרש. און ר' חיים מאיר'ל האט דארט געפירט א באטע און גרויסען, וואס דער אינגערע ברודער יעקב מרדכי מיטן הילף פון עטליכע משתמשים בטומאה האט פרובירט צו אסר'ן בכל התוקף, עס אבער זיי נישט געליגען.

דאס איז בלויז נאר דער אנהייב, דער גבאי שטענגער קריגט זיך מיט גבאי כ"ץ, יעדער האט א צווייטע זוהן. ר' סרולטשע קען זיך נישט א עצה געבען, ער איז נעבעך נישט שולדיג אז זיין מח דחוק איז מער אויף קטנות המוחין געשטימט.

petergrifin » זונטאג מאי 10, 2015 5:48 pm

· #273800
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
סאו וועלכע זוהן גייט גיין גלות ליידן? [emoji20]

chaims » זונטאג מאי 10, 2015 6:03 pm

· #273806
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
אגב דער לינק וואס דער פותח האשכול האט געברענגט רעדט פון א צווייטע מעשה אינגאנצן

elter-zeide » זונטאג מאי 10, 2015 6:52 pm

· #273841
דולה שרייבט! אגב ער איז א איידעם ביים וואלאווער רב),
דער וועלאווער האט נישט קיין איידעם האגר,

דולה ומשקה » זונטאג מאי 10, 2015 7:14 pm

· #273850
אגב קראנקע, דער ר' יעקב מרדכי (וועלעכע איז א איידעם ביי ר' אברהם ברוך ראטנבערג פון קאסאן-בארא פארק), פירט נישט נאר א פראנט מערכה מיט זיין עלסטע ברודער ר' חיים מאיר וועלעכע וואוינט אין דעם ווייטע אמעריקא, אבער אויך זענען ר' סרולטשע'ס צוויי קינדער ר' יצחק ישעי' און דער אינגסטער ר' יעקב מרדכי מערדליך צוקריגט אויף גאר שארפע מעסע שטעך.

אויב האט מען געמיינט אז מ'וועט זיך לערנען א לעקציע...

בד"וו - דער וואלאווער רב'ס זוהן ר' נפתלי צבי איז איידעם ביי ר' סרולטשע.

ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות ממלחמת אחים של בני ר' סרולטשע, ואי"ה.

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 11, 2015 12:07 pm

· #274015
שטויות במיץ ענבים

HotCoffee » מאנטאג מאי 11, 2015 2:52 pm

· #274062
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
הדד בן בדד
שטויות במיץ ענבים

מ'דארף שרייבן "במיץ עגבניות" [emoji6]

לכבוד שבת קודש » מאנטאג מאי 11, 2015 5:21 pm

· #274112
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_864.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_864.html</a>

דא זעט מען עפעס מער, אבער נאכאלס נישט קלאר וואס דארט גייט פאר.

קען אפשר איינער קלארשטעלן?

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יולי 17, 2015 1:06 am

· #289818
נישט אלעס וואס שולזאון שרייבט איז אמת

פישערער רבי » פרייטאג יולי 17, 2015 6:41 am

· #289844
שאולזון איז א גרויסע שקרן ער טראכט אויס מעשיות און פאנטאזיעס ביינאכט און די גאנצע טאג און ער שרייבט זיי אין בעולמם.
יעדער איינער וואס ליינט בעולמם אביסל בקביעות הייבט אן צו באמערקן אז עפעס איז נישט גלאטיק דא.
האט איר דא גאר א פרישע ביישפיל <a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.de/2015/07/blog-post_5149.html?m=1">http://bshch.blogspot.de/2015/07/blog-p ... 9.html?m=1</a>

ומי פתי יאמין לכל דבר.
און ס'נישט ניי שוין אין פנים חדשות פלעגט ער שרייבן אסאך שטותים.

פרעגער » פרייטאג יולי 17, 2015 1:07 pm

· #289886
לא דובים ולא יער.
אויפגעבלאזן א פליג צו א עראפלאן.

יתרו » פרייטאג יולי 17, 2015 1:19 pm

· #289888
דער עראפלאן האבן מיר שוין געזעהן, יעצט פארצייל אביסל איבער'ן פליג....

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 6, 2017 10:36 am

· #373570
פשוט, ער האט געזאגט - אז 'גיין' אינאיינעם אויפן גאס איז נישט געמאכט געווארען פאר א חסידישע אינגערמאן.
חיבוק וני' איז גענצליך נישט אויסגעהאלטן, איי פארוואס שטייט אזוי פיל דערוועגן אין הלכות טהרה, נאר דארט ווערט דערמאנט אויך הלכות לגבי חציצה בשערות אשה, בכל זאת איז דאס אינגאנצען א אפגעפרעגטע זאך, וואס אונז נעמען אן להלכה אז שערות אשה איז אסור בהחלט, וכמו כן - האט דער רבי אויסגעפירט - הוא הדין לגבי חו"נ וואס דאס איז ריין תאוה אן קיין מטרה און פאר א חסידישע אינגערמאן דארף דאס צו זיין א דבר כיעור.

עכתודה"ק.

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 6, 2017 11:33 am

· #373573
חבו"נ סתם אזוי, אדער אפילו פאר מען גרייט זיך...?

טמיר » דינסטאג יוני 6, 2017 11:56 am

· #373574
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
סתם אזוי איז פשוט אז סאיז אסור. אפילו די נארמאלע גוים טוען נישט אזוינע זאכן

גראף » דינסטאג יוני 6, 2017 4:24 pm

· #373600
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
אפשר קען מען איבערגעבן דער גאנצע מצווה פאר דור ישרים וכו' און מער וועט מען נישט האבן די אלע נסיונות רח''ל. פארוואס האבן אזויפיל הארבע שאלות ווען מען לעבט מיט די ווייב אין איין דירה ווען דער באשעפער האט געהאלפען און מיט די היינטיגע טעכנילאגיע וואס איז נאר דא בשבילי דארף מען נישט מער ווי חופה וקדושין. און די מעלות זענען דאך אין לשער. אלע חסידים קענען קומען פרייטאג'ס צונאכטס ווי אויך צו מלוה מלכה. מען קען אפילו בלייבן אין ישיבה ביז די הונדערט און צוואנציג וכו'.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

מפוזרי » דינסטאג יוני 6, 2017 7:58 pm

· #373624
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (ר' ישראל)?
מ'האט שוין ערנסט אריינגעטראכט אין דעם. פארשטייט זיך אז די רעדע איז נאר בנוגע די חסידים, משפחת האדמו"ר וועט מוזן היטן די מסורה און מקיים פו"ר אויפן פארצייטישן שטייגער. וואס איז נאכנישט באשלאסן, איז צי די הויז מענטשן וועלן זיך אויך מוזן באגיין מיטן טראדיציאנאלן אופן, צי וועלן זיך שוין יא מעגן באנוצן מיטן נייעם סאפיסטיקירטן סיסטעם.

גראף » דינסטאג יוני 6, 2017 10:35 pm

· #373634
עס איז צייט צו מאכען א כינוס פאר דער צוועק.

וואלווי » מיטוואך יוני 7, 2017 3:00 am

· #373670
דולה ומשקה
פשוט, ער האט געזאגט - אז 'גיין' אינאיינעם אויפן גאס איז נישט געמאכט געווארען פאר א חסידישע אינגערמאן.
חו"נ איז גענצליך נישט אויסגעהאלטן, איי פארוואס שטייט אזוי פיל דערוועגן אין הלכות טהרה, נאר דארט ווערט דערמאנט אויך הלכות לגבי חציצה בשערות אשה, בכל זאת איז דאס אינגאנצען א אפגעפרעגטע זאך, וואס אונז נעמען אן להלכה אז שערות אשה איז אסור בהחלט, וכמו כן - האט דער רבי אויסגעפירט - הוא הדין לגבי חו"נ וואס דאס איז ריין תאוה אן קיין מטרה און פאר א חסידישע אינגערמאן דארף דאס צו זיין א דבר כיעור.

עכתודה"ק.


כ'בין חושש אז אזעלעכע בנים האט פארלאנגט אסאך חו"נ...