איבערבלייבעניש פון מיטאג
טינט פארטריקענט
פאפיר מעלביג
פעדער איינגעשרימפט
האנט געלעמט
דעת שטומפיג
הארץ פארשטיינערט
מרה לעמאן ביטער
נשמה לעהר
איינגעטינקן אין ספק
באקלייד מיט יאוש
עצבות פאר נאכטמאל
איבערבלייבעניש פון מיטאג
שאלות אן א סוף
תשובות אן עלטערן
פראגעס אן ווידערקול
ספיקות אן ריכטער
איינער אליינס פארלאשן
נאר שאטן געבליבן
קיין מציאות קיין פאנטאזיע
קיין פארשטאנד קיין עתיד.
פאפיר מעלביג
פעדער איינגעשרימפט
האנט געלעמט
דעת שטומפיג
הארץ פארשטיינערט
מרה לעמאן ביטער
נשמה לעהר
איינגעטינקן אין ספק
באקלייד מיט יאוש
עצבות פאר נאכטמאל
איבערבלייבעניש פון מיטאג
שאלות אן א סוף
תשובות אן עלטערן
פראגעס אן ווידערקול
ספיקות אן ריכטער
איינער אליינס פארלאשן
נאר שאטן געבליבן
קיין מציאות קיין פאנטאזיע
קיין פארשטאנד קיין עתיד.