☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ל"ג בעומר - קבר רבי אלעזר הקליר

ל"ג בעומר - קבר רבי אלעזר הקליר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8817

חקרן » דאנערשטאג מאי 7, 2015 1:52 am

· #273136
ל"ג בעומר - קבר רבי אלעזר הקליר
האט איינער אמאל געהערט, אז עס איז פאראן א מנהג, אז מען גייט ארויף אום ל"ג בעומר אויפן קבר פונעם פייטן רבי אלעזר הקליר?

חקרן » דאנערשטאג מאי 7, 2015 1:58 am

· #273139
האסט פארגעסן פונעם רמ"א אין קראקא, ווי אויך דעם ריבניצער צדיק וואו פילע אידן פארן אויף ל"ג בעומר.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 7, 2015 3:58 am

· #273153
חקרן
האסט פארגעסן פונעם רמ"א אין קראקא, ווי אויך דעם ריבניצער צדיק וואו פילע אידן פארן אויף ל"ג בעומר.

And for some odd reason האלט עס עזריאל נישט אויס

נהורא נפישא » דאנערשטאג מאי 7, 2015 7:06 am

· #273155
דאס איז שוין א ספק ספיקא, ספק טאקע צו ר' אלעזר בן ר' שמעון ווי אויך די טאטע מחבר ספר הזוהר ליגן בכלל אין מירון, ואת"ל אז יא איז א ספק צו ר' אלעזר בן ר' שמעון איז ר' אלעזר הקליר אזוי האלטן תוס' ועוד ראשונים, אבער רבי וואלף היידנהיים קריגט אויף דעם.

חקרן » דאנערשטאג מאי 7, 2015 7:09 am

· #273156
יאפ נהורא, איך בין געווען נייגעריג ווי לאנג עס וועט אריבערגיין ביז איינער וועט דאס כאפן, האסטו דאס גראד געכאפט. חן חן לך.