☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » לאך בעומר

לאך בעומר

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8815

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:20 am

· #273111
לאך בעומר
למד גימל
א טומל
א פייער
ביז'ן הימל
שומרים מיט
שמירה טוט
פערמיט א ווי
ס'וועט זיין גוט
חי ראטעל
סעלזער באטעל
אין מירון א קוויטל
א באבא מיט א קיטל
פון ווילאמסבורג
ביז ניקולשבורג
פון יעדע עק
פייער שמעק
די פייערלעשער שפריצן
די עסקנים אפפוצן
פאליציי באריקאדעס
אויפן גאס נייע בעלות
קינדער לאכן מיט פרייד
דער גוי ביים פענסטער שרייט
איטס פאקי* אינמידעל די נייט
רויעך מיט קוכן
פארלוירענע טוט מען זוכן
חיים בליצטראפ ביים מייק
ווער האט געזעהן מיין בייק
אין ווישניץ ברענט א פייער
אין מירון קאסט עס טייער
אין לעלוב טאנץ מען הויעך
אין סטאלין א שווערע רויעך
אידן אויפגעלייגט מיט שמייכעל
מ'פילט אן דעם בייכל
רשב"י אין מערה שוואך געגעסן
מתקן זיין יעצט מיט פרעסן
כדאי רבי שמעון בשעת הדחק
ווען ס'ווערט טייט אין פראק.