☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חתונות ראטע געפאלן מיט 20%

חתונות ראטע געפאלן מיט 20%

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #881

שמעקעדיג » זונטאג יוני 17, 2012 9:52 pm

· #18314
חתונות ראטע געפאלן מיט 20%
אין די צייטונגען די וואך ווערט געברענגט א באריכט, אז די באפעלקערונג אין ברוקלין איז זיך שטארק צעוואקסן, א דאנק דעם ארטאדאקסישן אידנטום, וועלכע האבן א נאטורליכע (תורה'דיגע) שנעלע געוואוקס.

אבער אין "דער בלאט" ברענגט ער אן "אלאמירנדער באריכט" אז די צאל חתונות איז געפאלן מיט א ערשטוינענדע 20 פראצענט, אין פארגלייך צו יארן צוריק, און מען קען נישט דערגיין די גענויע אורזאך דערפון.

ד.ה. אז עס דרייען זיך ארום גאר א געפערליכע גרויסע צאל עלטערע בחורים און מיידלעך וועלכע דארפן געהאלפן ווערן מיט זייער זיווג הגון.

גוט-זאגערס (אדער שלעכט-זאגערס) זאגן, אז דער מצב וועט בלויז ווערן ערגער ח"ו, ממש קריטיש, קאטאסטראפאל, עפידעמיק, א.א.וו. צוליב וואס אין צוגאב צו די ביז איצטיגע פראבלעמען, וועלן צוקומען די אלע שטובער מיט וועמען מען טאר זיך נישט משדך זיין אלס דעם איסור פון אינטערנעט, און לויט א טייל פוסקים, די קינדער דורך בוני עולם זענען נישט ראוי לבא בקהל ה', און דאס שוין חוץ דעם פאקט פון מער און מער אפגעפארענע נעבעך... השם ישמרנו.

וויצן אין א זייט. דער מצב איז איום ונורא, און מען דארף איינרייסן פאר א ישועה שלימה פאר די אלע צובראכענע נשמות.

עכ"פ איך וואלט געוואלט וויסן צי דער עולם דא קען אויסגעפינען און דערגיין די סיבה דערצו?
📎 Wedding Rate Low.JPG

ידען » זונטאג יוני 17, 2012 10:45 pm

· #18323
האסט מיך אויסגעכאפט.

שבת האבך שוין געטראכט צו שרייבן וועגן דעם.

סע מאכט נישט קיין sense.

דער בלאט האט עפעס א חלום געהאט. בכלל ווער וועט גלייבן אז די בלאט

שימעלע » זונטאג יוני 17, 2012 10:49 pm

· #18325
נאך א מזל סאיז נאר אין די בלאט... 😂

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 18, 2012 1:06 am

· #18349
Re: חתונות ראטע געפאלן מיט 20%
די ארטיקעל איז זיך סותר מניה וביה, מען האט געפרעגט שדכנים חתונה זאלען וכו', און די שטודיא קומט גאר פין דער וואס וואשט אפאר טישטיכער,
אויסגעבלאזנער חלומות און דמיונות.
די איינציגסטע שאלה איז נאר וואס דער בלאט וויל מיט דער ליגענט, אפשר ווילען זיי שטיפען דער אגענדא אז חתונות זענען צו טייער, און פארדעם מאכט דער עולם פשוט נישט חתונה....

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 3:07 am

· #18545
מן הסתם איז דאס צו פארדאנקען די "שידוך קריזיס".