נאטירליךהקטןנהורא נפישאהוגה, די פיעלסט אז הרב שלעזינגער פארענטפערט טאקע אלע דיינע העמק דבר פראגעס ?
אמאל אז מען
דערהערט, ווערן אלע "העמק דבר פראגעס" קינדיש.
הקטן, נישט ביי יעדעם קומט העמק דבר שאלות פון א קינדישע פלאץ, ביי אסאך קומט עס פון אסאך א טיעפערע פלאץ און ארומרעדן און זאגן שיינע מראי מקומות און פשעטליך טוהט גארנישט צו דעם, דו האלטס טאקע אז פאר דער רמב"ם אדער דער בעש"ט וואלט הרב שלעזינגער מאיר עינים געוועהן, און איה"נ אז ווען די שאלות קומען פון צומישעניש אדער אויבער חכמישקייט אמאל מען הערט א שיין ווארט איז ווי דו זאגסט, אבער פארשטיי וואס הרב הוגה טענה'ט
אויב מיינסטו אז איך האב געמיינט מזלל צו זיין אין דו "העמק דבר פראגעס" האסטו מיך נישט גיט פארשטאנען.
ווען איינעם עגבערט דו "העמק דבר פראגעס" אוודא געוויס דארף ער זיך אפגעבן דערמיט.
אמאל מאכט זיך אבער וואס איינער איז אין גדלות המוחין און פין יענעם פרעספעקטיוו זענען דו שאלות קינדיש
חכם עדיף מנביא - נא קען דען דער נביא נישט זיין א חכם אויך?
די תירץ איז אז פאר דעם נביא געט דו חכמה גארנישט צו
ניין הרב שלעזינגער פארענפערט נישט קיין העמק דבר שאלות
ס'גייט א מעשה אווי די תניא האט פארענפערט פאר די לומדים אלע זייערע שאלות מיט זינגען א ניגון
ליטוואק פון בודאפעסט
און דער עיקר ווי אנדערע שרייבען שוין אויף ק"ש, אמונה און השקפה איז אן אינערליכע זאך. מ'קען עס נישט זוכען ביי א צווייטען און זיי קענען נאר צוהעלפען צו עפענען די הארץ און קאפ צום אייגענער פארשטאנד. מ'דארף נישט און מ'וועט נישט אויסקומען מיט אנדערע אין די זאכען, מ'טרעפט זיך אמאל אביסעל אויפ'ן וועג, אבער נישט דארט איז דער פלאץ צו זוכען.
א ניגון פארענפערט גארנישט
ס'קען אבער צוהעלפען צו עפענען די הארץ און קאפ צום אייגענער פארשטאנד.
א גיטער בעל דרשון אדער א גיטער אויסהערער קען אויך טון די זעלבע זאך