☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8808

אשכול אן א טיטל #8808

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8808

— » מיטוואך מאי 6, 2015 12:21 pm

· #272916

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 1:44 pm

· #272930
די מעשה גייט. ער האט זיך אנגערופן "איך האב געהאלפן שטופן"... ויהי שם לצחוק.

געוואלדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 4:07 pm

· #272967
אשפ"ג,
די ערשטע מאל איך נוץ די אויסדריק.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 3:26 pm

· #276321
איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט שרייען...

אויב דו וועסט נישט קענען ביים פארהער וועל איך דיר אזוי אריין צימבלען אז דו וועסט נישט קענען זיצען אויף ונתנה תוקף

ווייס פרעזידענט » פרייטאג מאי 22, 2015 6:50 pm

· #278038
איינער אין מיין ישיבה האט אמאל געפרעגט פארן משגיח איר קענט אפשר ווערען בשר שנתעלם מן העין

סקרן » זונטאג יוני 17, 2018 4:54 pm

· #406219
געווען א משגיח ביי אונז אין ישיבה אין בני ברק וואס פלעגט וועקן, טאמער איז מען נישט אויפגעשטאנען האט ער אראפגעצויגען די דאכענע.
איין טאג האט חיים אפגעמאכט גענוג איז גענוג, אומר ועושה געטראכט און געזאגט, ער גייט זיך אויסטוהן נאקעט אזוי וועט דער משגיח זיך אויסלערנען מיט וועם זיך אנצוהייבן.

די נעקסטע צופרי די משגיח קומט אריין, הייבט אהן וועקן קיינער שלאפט נישט יעדער ליגענדיג זיך מאכנדיג ווי מ'שלאפט,
די משגיח גייט צי צו חיים געבט א שלעפ אראפ זיין דאכענע הייבט אהן שרייען דו שטיי....
ער איז געבליבן שטיין פאר א רגע און דערנאך אפגעיאגט....

פארשטייט זיך מער האט ער קיין דאכענעס נישט געצויגן.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 20, 2018 2:04 am

· #406682
דער געוואגטער יונגל: שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...! אייכה...!!! ווי ס'זעהט אויס האסטו אפגעיאגט צוזאמען מיט דעם ראדימנער פראצעס. און געלאזט אונז אלעמען מיט די צונג אינדרויסן. איך פגר פאר נייגעריגקייט צו הערן וואס זלאטע האט געהאט צו פארציילן ביים פראצעס. דאס איז שוין די צווייטע מעשה ווי דער מחבר האט אונז איבערגעלאזט מיט א האלב געבאקענע מעשה. ס'איז אזוי ווי מ'וועקט זיך אויך אינמיטן פון א זיסן חלום. און מ'ווילל נישט אויפשטיין. מ'ווילל אז דער חלום זאלל זיך ווייטער ציען..!

נאר אפשר האט דיך דער סדרן דן געווען ל--- ווער ווייסט. בכל אופן אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. ביטע רוף דיך אן...יישר כח למפרע...הק' בערל בעל עגלה.

נ.ב.: די גאנצע קאווע שטיבל האט פארלוירן א האלב פון איהר פנים. אן דיר. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין אנהייב פ' ויצא..פנה הודה. פנה זיוה פנה הדרה...!