ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8807
ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
די ארטאדאקסישע קהילה
קהל בני דוד יהודא, לאס אנדזשעלעס האט
אויפגענומען עליססע טאמעס-ניובארן אלס טייל פון די ספיריטואלע לידערשיפ. איר טיטל וועט זיין מורתינו.
עליססע איז שוין עטליכע חדשים אן
אינטערן אין די קהילה. עליססע שטודירט אין
ישיבת מהר"ט, און וועט גראדואירן אין 2016.
שוין העכסט צייט פאר די אלע קהילות וואס טוען די זאכן, אפצולאזן די נאמען 'ארטאדאקסיע', ווילסט אויפנעמען א פרוי פאר א רב ? ס'איז א גרויס הארצווייטאג מיטצוהאלטן אזא זאך ווי א קהילה בישראל טוט אזא זאך, אבער מיט 'ארטאדאקסיע' האסטו גארנישט איינגעלייגט,
טויש דיר די נאמען צו רעפארם אדער קאנסערוואטיוו, און אויב די געפינסט דיך נישט דאס פלאץ דארטן, קענסטו אויפקומען מיט עפעס א נייע נאמען, לאז איבער ארטאדטקסיע, כאטש מיט איר 'מאדערן-ארטאדאקס' גלאנץ.
קען זיין, אזוי ווי איינער פון ענקערע רבנים, ראביי כ"ץ, וואס האט א זוהן אינגאנצן פריי, האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיין עמעזינג סאן, אז ס'איז עקסיידינג צו זעהן אזויפיל מינע פארמס פון אידישקייט, יתכן אז די עוולה האט מיט ארטאדאקסיע ווי זיין זוהן האט מיט אידישקייט,
דאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
הדד בן בדדדאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
אזויווי רוב אנדערע חרדי'שע קהילות זענען. דער מעקט אויס לא תרצח פון זייער תורה, דער לא תונו איש את עמיתו, דער מעקט אויס אשר תשים "לפניהם", וכו' וכו'. אויך לייגט מען צו מצוות און איסורים. איינער לייגט צו די מצוה פון "איש ואשה כי תנשאו יקנו בית מלא כספו, ואם אין לו ילוה את אחיו וחבריו כי סמוך תסמכו שהכל יהיה בסדר". אנדערע לייגן צו די איסורים פון "לא תלכו בלי כובע ברחוב ונשותיכם לא תנהגו ברכב, והיה אם לא תשמעו ונכרתה נפשות ילדכם מקרב עמיכם". אנדערע לייגן צו "אני מאמין באמונה שלימה שהרבי שלי עושה הכל לשם שמים והוא פועל ישועות בקרב הארץ כמו שכתוב ע"י נביאך הדברי חיים אז צען יודן גלייבן אין א בוים וועט עס באווייזן מופתים. וכל הכופר בזה אין לו חלק ונחלה וכו".
בקיצור, הצד השוה, גאנץ ארטאדאקסיע איז רעפארם, יעדע טוישט וואס עס געפעלט זיי. נו, האט דער קהלה ארויסגענומען די לאו פון "לא תשימו אשה רב בקהלתכם". אוי! איין מינוט! עס איז נישט פארהאן אזא איסור. זעהט אויס זיי זענען די איינציגע ארטאדאקסן.
.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
📎 uploadfromtaptalk1430952296528.jpg
דער ראביי זייערע
הוגההדד בן בדדדאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
אזויווי רוב אנדערע חרדי'שע קהילות זענען. דער מעקט אויס לא תרצח פון זייער תורה, דער לא תונו איש את עמיתו, דער מעקט אויס אשר תשים "לפניהם", וכו' וכו'. אויך לייגט מען צו מצוות און איסורים. איינער לייגט צו די מצוה פון "איש ואשה כי תנשאו יקנו בית מלא כספו, ואם אין לו ילוה את אחיו וחבריו כי סמוך תסמכו שהכל יהיה בסדר". אנדערע לייגן צו די איסורים פון "לא תלכו בלי כובע ברחוב ונשותיכם לא תנהגו ברכב, והיה אם לא תשמעו ונכרתה נפשות ילדכם מקרב עמיכם". אנדערע לייגן צו "אני מאמין באמונה שלימה שהרבי שלי עושה הכל לשם שמים והוא פועל ישועות בקרב הארץ כמו שכתוב ע"י נביאך הדברי חיים אז צען יודן גלייבן אין א בוים וועט עס באווייזן מופתים. וכל הכופר בזה אין לו חלק ונחלה וכו".
בקיצור, הצד השוה, גאנץ ארטאדאקסיע איז רעפארם, יעדע טוישט וואס עס געפעלט זיי. נו, האט דער קהלה ארויסגענומען די לאו פון "לא תשימו אשה רב בקהלתכם". אוי! איין מינוט! עס איז נישט פארהאן אזא איסור. זעהט אויס זיי זענען די איינציגע ארטאדאקסן.
.
Wow
דברים כדברונות. איך פרעים עס און לייג עס אין מיין דיינונג רום!
בר דעתהוגההדד בן בדדדאס איז סעלעקטיוו דשודאאיזם, זיי סעלעקטירן וואס זיי ווילן האלטן. די קהילה איז טאקע גאר שוואך ווען עס קומט צו אידישקייט.
אזויווי רוב אנדערע חרדי'שע קהילות זענען. דער מעקט אויס לא תרצח פון זייער תורה, דער לא תונו איש את עמיתו, דער מעקט אויס אשר תשים "לפניהם", וכו' וכו'. אויך לייגט מען צו מצוות און איסורים. איינער לייגט צו די מצוה פון "איש ואשה כי תנשאו יקנו בית מלא כספו, ואם אין לו ילוה את אחיו וחבריו כי סמוך תסמכו שהכל יהיה בסדר". אנדערע לייגן צו די איסורים פון "לא תלכו בלי כובע ברחוב ונשותיכם לא תנהגו ברכב, והיה אם לא תשמעו ונכרתה נפשות ילדכם מקרב עמיכם". אנדערע לייגן צו "אני מאמין באמונה שלימה שהרבי שלי עושה הכל לשם שמים והוא פועל ישועות בקרב הארץ כמו שכתוב ע"י נביאך הדברי חיים אז צען יודן גלייבן אין א בוים וועט עס באווייזן מופתים. וכל הכופר בזה אין לו חלק ונחלה וכו".
בקיצור, הצד השוה, גאנץ ארטאדאקסיע איז רעפארם, יעדע טוישט וואס עס געפעלט זיי. נו, האט דער קהלה ארויסגענומען די לאו פון "לא תשימו אשה רב בקהלתכם". אוי! איין מינוט! עס איז נישט פארהאן אזא איסור. זעהט אויס זיי זענען די איינציגע ארטאדאקסן.
.
Wow
דברים כדברונות. איך פרעים עס און לייג עס אין מיין דיינונג רום!
כ'האף אז נאר פון דער דאזיגער תגובה און נישט פון מורתינו זעלבסט. דוכט זיך זי איז ארויסגעקומען שארף קעגן נעמען בילדער.
א לעכטיגע צורה.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וועלכע שטעלע זיי גייט ערפילן.
וואס פונקטליך מיינט spiritual leader?
עס קוקט נישט אויס ווי עס מיינט ממש די שטעלע פון א 'רב'.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
ישראל קאפקעאיך פארשטיי נישט פונקטליך וועלכע שטעלע זיי גייט ערפילן.
וואס פונקטליך מיינט spiritual leader?
עס קוקט נישט אויס ווי עס מיינט ממש די שטעלע פון א 'רב'.
זיי האבן באשאפן א נייע שטעלע "מורתי". דער רב בלייבט רב.
יעקב מענטששוין העכסט צייט פאר די אלע קהילות וואס טוען די זאכן, אפצולאזן די נאמען 'ארטאדאקסיע', ווילסט אויפנעמען א פרוי פאר א רב ? ס'איז א גרויס הארצווייטאג מיטצוהאלטן אזא זאך ווי א קהילה בישראל טוט אזא זאך, אבער מיט 'ארטאדאקסיע' האסטו גארנישט איינגעלייגט.
וואס גענוי איז קעגן די הלכה מיט דעם שטעלע אז דו ווערסט אזוי אויפגעברויזט? וועלכע איסור? אויב דארף איינער אפלאזן דעם נאמען ארטעדאקסיע איז עס די אולטרא ארטאדאקסן, לאזט אפ דעם ארטאדאקס און רוף דיך נאר "אולטרא", דער ארטאדאקס פון עטליכע הונדערט יאר צוריק וואלט זיך ענדערש געטראפן דאס פלאץ אין מאדערן ארטאדאקס ווי ביי די חרדים. (חוץ אפשר אין קליידונג, ווייל דאס איז געווען די דעמאלסדיגע גוישע סטייל לבוש...)
מהיכא תיתי אזוינע אומבאגרינדעטע שטותים?
ווי אלט דען מיינסטו איז די מילהאוויץ רעליגיע?
יש חיים (והרבה מאוד חיים) לפני מיהאלוביץ.
לאמיר זען, אפשר ביזטו טאקע גערעכט. לאמיר צוריק גיין א דריי פיר הונדערט יאר, און לאמיר אנאליזירן אפאר בעיסיק שאלות וואס דעפינירן אולטרא ארטאדאקסיע בימינו אלה.
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן געלערענט אין כולל? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן נישט געקענט רעדן די לאקאלע מדינה'ס שפראך? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן קוים זיך געטראפן איינס צוויי מאל מיט די מיידל וועם זיי האבן געהייראט? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן זיך געקליידעט גענצליך אנדערש ווי די אלגעמיינע באפעקערונג? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק זענען געווען געלערענטע מענטשען רעלאטיוו צום אלגעמיינעם באפעלקערונג? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
ו [ה] אין מעמידין אישה במלכות--שנאמר "מלך" (דברים יז,טו), ולא מלכה; וכן כל משימות שבישראל, אין ממנים בהם אלא איש.
-רמבם מלכים פרק א
ביזט דאך גערעכט, מ'דארף טאקע מוחה זיין. כ'האב פונקט געזען אז מרס. גענענדי שפרינקעלשטיין איז די העד פון די לעידיס אקזילערי דנשי הצלה און גייט זיין די מעסטרעסס אוו סערעמאניס, מ'ברויך בעטן הצלה זיך זיך מער נישט רופן ארטאדאקסיש.
מאכסטעך תאמעוואטע? גלייכסט צו קהילה פונקציעס צו סתם ארגאניזאציעס? כ"ש פרויען ארגאניזאציעס?
גענענדי רעדט פאר מענער?
אמאל פלעגט זיין מער באשא'ס מיט א מיידל?
פאר פיר הונדערט יאר האט מען געקענט די לאנדס שפראך? משכילים האבן איינגעפירט צו לערנען די לאנדס שפראך.
פאר פיר הונדערט יאר האט מען משדך געווען קליינע קינדער.
געפילטע רעדט אין דער וועלט אריין
עדיאלמאכסטעך תאמעוואטע? גלייכסט צו קהילה פונקציעס צו סתם ארגאניזאציעס? כ"ש פרויען ארגאניזאציעס?
און וואס מיינסטו איז די פונקציע פון א "מורתינו"? דאס איז טאקע די גרעסטע ראי' אז זיי זענען געבינדען צו הלכה, ווען נישט וואלטן זיי איר אויפגענומען אלס רב(ה).
עדיאלפאר פיר הונדערט יאר האט מען געקענט די לאנדס שפראך? משכילים האבן איינגעפירט צו לערנען די לאנדס שפראך.
פאר פיר הונדערט יאר האט מען משדך געווען קליינע קינדער.
געפילטע רעדט אין דער וועלט אריין
יא? האסט געליינט אפאר מעשה ביכלעך פון מנחם מענדל? וועגן דעם רעד איך פון
פראצענט, נישט פון אפאר מטורפים וואס האבן געמאכט א תקיעת כף אויף זייערע אומגעבוירענע קינדער.
חברה, נישט האקן אין די וועלט אריין. ברענגטס ראיות לדברכם.
לאמיך הערן וואס דו "ווייסט" איבער וויפיל פראצענט האבן נישט געטון שידוכים אינגערהייט.
וויפיל פראצענט האבן געהאלטן חצי שבת און נישט געווען שומר נגיעה?
געפילטע פישלאמיר זען, אפשר ביזטו טאקע גערעכט. לאמיר צוריק גיין א דריי פיר הונדערט יאר, און לאמיר אנאליזירן אפאר בעיסיק שאלות וואס דעפינירן אולטרא ארטאדאקסיע בימינו אלה.
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן געלערענט אין כולל? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן נישט געקענט רעדן די לאקאלע מדינה'ס שפראך? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן קוים זיך געטראפן איינס צוויי מאל מיט די מיידל וועם זיי האבן געהייראט? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק האבן זיך געקליידעט גענצליך אנדערש ווי די אלגעמיינע באפעקערונג? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
וויפיל פראצענט פון אידן שותו"מ פון פיר הונדערט יאר צוריק זענען געווען געלערענטע מענטשען רעלאטיוו צום אלגעמיינעם באפעלקערונג? וויפיל פראצענט היינט, ביי חרדים? וויפיל פראצענט היינט ביי די מ"א?
1) קאמ'אן, כולל איז נישט קיין דעפינירנדע פאקטאר אין ארטאדאקסיע.
2) אפשר אין מערב אייראפע (און אונגארן). אין פוילן אוקראינע ליטע און רוסלאנד האט מען נישט גערעדט די לאנד'ס שפראך, ליינען שרייבן זיכער נישט.
3) העסט מיר טרעפן א נישט אידישע באפעלקערונג אין מזרח אייראפע 400 יאר צוריק וואו מען איז געגאנגען אויף דעיטס אנשטאט די עלטערן האבן דאס גאנצע ווארט אויף די שידוכים פון זייערע קינדער, נאכדעם קען מען באהאנדלען וויאזוי עס איז געווען ביי די ארטאדאקסן.
4) מיט דעם ביזטו פילייכט אביסל גערעכט.
5) רעלאטיוו צום אלגעמיינעם באפעלקערונג קומט נישט אריין דא (ווייל קיינער אין די אלגעמיינע גאס איז נישט געווען געלערנט). אבער ביזט גערעכט אז די העכערע אידישע קלאס האט געהאט א גרעסערע באקאנטשאפט אין אלגעמיינע וויסנשאפט ווי א היינטיגע ארטאדאקס, פשוט ווייל עס איז נישט געווען וואס צו וויסן. מען האט געדארפט האבן אביסל קאמאן סענס, וויסן די נעמען פון די פלאנעטן, א טראפ היסטאריע און האסט געקענט מער ווי יעדן דורכשניטליכן סלאוו, ער האט דאך נישט געקענט ליינען א ווארט פאר זיין לעבן.
זענען מיר ארטאדאקסן אדער רעפארם?
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
די כולל נומער'ן דיינער זענען סתם דמיונות. קיין סאך היסטאריא פון דעמאלס איז נישט באשריבען, אבער פון די ביכער פון שלום אש וכדו' זעט מען אז ס'איז אמאל געווען שטארק פארשפרייט דאס ענין פון ווייבער ארבעט'ן כדי דער מאן זאל לערנען אין ביהמ''ד אגאנצע טאג. איך וואלט געזאגט אז אלס פערצענט פון כלל ישראל, איז דא ווייניגער כולל יונגעלייט היינט ווי פאר הונדרעט פופציג יאר צוריק.
דער טענה אויף דער 'מורתי' איז לכאורה נישט הלכה'דיג. מ'רעדט מער פון דאס וואס טרייבט זיי. ווען זיי זוכען צו מאכען א נשי מיט א פרוי צו העלפען און משפיע זיין רוחניות, נו מהיכי תיתי. אבער זיי זוכען צו מאכען די פרוי פונקט ווי דער מאן, זיי ווילען זיך נישט בייגען פאר'ן תורה וואס האט קלאר אפגעשיידען די צוויי. דאס איז די סכנה און די אומ-ארטאדאקסישקייט דערפון. עי' אג''מ וועגען די נשים שאננות במדינתינו.
Rashi a vintner?
קיינמאל נישט געהערט דערפון, וואו ווערט עס געברענגט.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
געפילטע אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס דא זענען לייפסטייל אישוס און טשויסעס און אפאר פון זיי קעמען זאגן זענען אכשר דרא'ס. משא''כ דער געדאנק פון נעמען א פרוי צו זיין דער מורה דרך פון א קהילה קען זיין א שאלה אין הלכה. דו האלטסט טאקע אז די מענטשן וואס פאר פיר הונדערט יאר צוריק האבן גערעדט לשונות העמים, געדעיט, און געגאנגען אנגעטון ככל הגוים וואלטן אויפגענומען א פרוי אלס זייער מורה דרך? קענסטו טרעפן איין אזא ביישפיל אין זייערע היסטאריע?
איך גלייב אויב דארפן זיי ווען טשוזען צווישן דעס און כולל/בעשוי/ביבער היט וואלטן זיי געטשוזט דער צווייטער.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
אויסגערוט
יענטצס איז געשריבן סארקאסטיש.
ר' געפילטע און ר' הוגה,
עטס ווילטס מיר טאקע זאגן אז דער רמב"ם דער גרויסער דאקטאר איז געגאנגען לערנען אין אזא סארט קאלעדזש ווי מ'לערנט זיך היינט ? האלטסט טאקע אזוי ?
די צניעות אין די קאלעדזשעס (אין נישט דוקא קאלעדזשעס, איך מיין בכלליות) האט געכאפט א ריזיגע טראסקע, און איך גלייב שווער אז דער רמב"ם וואלט געהאלטן אז גיין אין קאלעדזש היינטיגע צייטן איז מותר,
אז די חכמים האבן געאסרט פאר א פרוי צו ליינען די מגילה פאר מענער, טראכט עטס אז הערן א שבת שובה דרשה פון א פרוי וואלט יא געווען אין איינקלאנג מיט די הלכה ?
צום לעצט, עטס ווייסטס זייער גוט אז די ריכטיגע סיבה פון אויפנעמען א פרוי איז נישט ווייל מ'האט פשוט נישט קיין אנדערע פאסיגן קאנדידאט, נאר ס'קומט פון EGALITARIANISM, טא, וואס איז דא זיך צו טענה'ן ? ער מיינט נישט די תורה, ער מיינט גאר עפעס אנדערש,
הוגה, דיין גאנצע ליסטע פון חסרונות וואס האט געפלאגט חרידישע קהלות, מחלוקת, אא"וו, איז א פערפעקט עקזעמפל פון טענו בחיטים והודו לו בשעורים, ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז חרידים זענען נישט קיין מלאכים, און ס'גייט אלעמאל זיין שוואכקייטן ביי זיי, אבער דא רעדט מען פון סיסטעמיזירן הירוס הדת,
יעקב מענטשהוגה, דיין גאנצע ליסטע פון חסרונות וואס האט געפלאגט חרידישע קהלות, מחלוקת, אא"וו, איז א פערפעקט עקזעמפל פון טענו בחיטים והודו לו בשעורים, ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז חרידים זענען נישט קיין מלאכים, און ס'גייט אלעמאל זיין שוואכקייטן ביי זיי, אבער דא רעדט מען פון סיסטעמיזירן הירוס הדת,
איך זעה קהלות וואס סיסטעמיזירן אין חיזוק הדת און נישט להיפוך, איך קען דיר נישט העלפן אז דו זעהסט שווארץ. די ליסטע וואס איך האב געברענגט איז פשוט געווען צו צייגן די היפאקרעסי וואס דא קומט פאר. די זעלבע וואס רייסן שטיקער פון די תורה און באשאפן א תורה חדשה דארט וואו עס שמעקט זיי, אט די זעלבע שרייען אויף אנדערע אז זיי זענען רעפארמען. אין מיינע אויגן זענען ביידע רעפארמן און אזוי קומט אידישקייט. עס טוישט זיך מיט די צייטן. אויב האסטו עס נישט ליב קענסטו גיין צו אייסיס, זיי זענען די איינציגסטע וואס זענען געבליבן מיט די ארגינעלע מסורה/רעליגיע.
יעקב מענטשעטס ווייסטס זייער גוט אז די ריכטיגע סיבה פון אויפנעמען א פרוי איז נישט ווייל מ'האט פשוט נישט קיין אנדערע פאסיגן קאנדידאט, נאר ס'קומט פון EGALITARIANISM, טא, וואס איז דא זיך צו טענה'ן ?
די קאמישקייט פון דיינע ווערטער זענען painful. דו טיילסט איין פאר פרויען וואס זיי מעגן און וואס זיי מעגן נישט טון, און דער פרוי וואס האלט נישט ביים זיין אינטערטעניג אונטער די מאן איז נאך די egalitarian. דאס איז סאמטינג. 🙄
.
יעקב מענטשר' געפילטע און ר' הוגה,
עטס ווילטס מיר טאקע זאגן אז דער רמב"ם דער גרויסער דאקטאר איז געגאנגען לערנען אין אזא סארט קאלעדזש ווי מ'לערנט זיך היינט ? האלטסט טאקע אזוי ?
די צניעות אין די קאלעדזשעס (אין נישט דוקא קאלעדזשעס, איך מיין בכלליות) האט געכאפט א ריזיגע טראסקע, און איך גלייב שווער אז דער רמב"ם וואלט געהאלטן אז גיין אין קאלעדזש היינטיגע צייטן איז מותר,
משא"כ גיין ארבעטן אין מאנהעטן?
ישראל קאפקעRashi a vintner?
קיינמאל נישט געהערט דערפון, וואו ווערט עס געברענגט.
נישטא קיין קלארער מקור דערצו אבער כך שגור בפי העם.
זע אויך דא <a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2007/08/mayer-i-gruber-how-did-rashi-make.html">http://seforim.blogspot.com/2007/08/may ... -make.html</a>
אויסגערוטגעפילטע אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס דא זענען לייפסטייל אישוס און טשויסעס און אפאר פון זיי קעמען זאגן זענען אכשר דרא'ס. משא''כ דער געדאנק פון נעמען א פרוי צו זיין דער מורה דרך פון א קהילה קען זיין א שאלה אין הלכה. דו האלטסט טאקע אז די מענטשן וואס פאר פיר הונדערט יאר צוריק האבן גערעדט לשונות העמים, געדעיט, און געגאנגען אנגעטון ככל הגוים וואלטן אויפגענומען א פרוי אלס זייער מורה דרך? קענסטו טרעפן איין אזא ביישפיל אין זייערע היסטאריע?
איך גלייב אויב דארפן זיי ווען טשוזען צווישן דעס און כולל/בעשוי/ביבער היט וואלטן זיי געטשוזט דער צווייטער.
מענטשען פון פיר הונדערט יאר וואלטן נישט אויפגענומען קיין פרוי פאר א חשובע פאציזיע, וויבאלד אזוי ווי די רמב"ם, זענען זיי אויך געווען מיסאגעניסטן, אזויווי די גאנצע וועלט האט דעמאלסט געגלייבט אז אזוי קומט עס. היינט איז שוין אבער אנדערע צייטן, און פרויען האבן די זעלבע רעכטן ווי מענער. און דער רמב"ם ווען ער לעבט היינט וואלט זיך אויך צוגעפאסט צום היינטיגע צייטגייסט, פונקט ווי ער האט זיך אין זיינע צייטן צוגעשטעלט צו זיין צייטגייסט על אף וואס צו מאנכע האט עס בשעתו אויסגעזען בניגוד לדעת תורתינו הקדושה.
ליטוואק פון בודאפעסטדי כולל נומער'ן דיינער זענען סתם דמיונות. קיין סאך היסטאריא פון דעמאלס איז נישט באשריבען, אבער פון די ביכער פון שלום אש וכדו' זעט מען אז ס'איז אמאל געווען שטארק פארשפרייט דאס ענין פון ווייבער ארבעט'ן כדי דער מאן זאל לערנען אין ביהמ''ד אגאנצע טאג. איך וואלט געזאגט אז אלס פערצענט פון כלל ישראל, איז דא ווייניגער כולל יונגעלייט היינט ווי פאר הונדרעט פופציג יאר צוריק.
פון דעם אז ס'דא מעשה ביכלעך וועגן א געוויסע פענאמינא מיינט נישט אז דאס איז געווען די נארמע.
ליטוואק פון בודאפעסט
דער טענה אויף דער 'מורתי' איז לכאורה נישט הלכה'דיג. מ'רעדט מער פון דאס וואס טרייבט זיי. ווען זיי זוכען צו מאכען א נשי מיט א פרוי צו העלפען און משפיע זיין רוחניות, נו מהיכי תיתי. אבער זיי זוכען צו מאכען די פרוי פונקט ווי דער מאן, זיי ווילען זיך נישט בייגען פאר'ן תורה וואס האט קלאר אפגעשיידען די צוויי. דאס איז די סכנה און די אומ-ארטאדאקסישקייט דערפון. עי' אג''מ וועגען די נשים שאננות במדינתינו.
ווי געזאגט, ווען זיי ווילן זיך ווען נישט בייגן וואלטן זיי איר אויפגענומען אלס רבה, זיי האבן עס נישט געטון ווייל זיי ווילן האלטן הלכה, בשעתן זיך נישט מתעלם זיין פונעם היינטיגן מציאות.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
צו זאגן ווען ער וואלט דא געווען... קען מען אויף ביידע צדדים. למעשה אין היסטאריע פון אידן שומרי תורה ומצוות איז דעס קיינמאל נישט געווען
יעקב מענטשר' געפילטע און ר' הוגה,
עטס ווילטס מיר טאקע זאגן אז דער רמב"ם דער גרויסער דאקטאר איז געגאנגען לערנען אין אזא סארט קאלעדזש ווי מ'לערנט זיך היינט ? האלטסט טאקע אזוי ?
נע, ער האט געלערענט זוהר און פון דעם ארויסגעלערענט אריסטו'ס שיטות אין מציאות השם.
יעקב מענטש
די צניעות אין די קאלעדזשעס (אין נישט דוקא קאלעדזשעס, איך מיין בכלליות) האט געכאפט א ריזיגע טראסקע, און איך גלייב שווער אז דער רמב"ם וואלט געהאלטן אז גיין אין קאלעדזש היינטיגע צייטן איז מותר,
אין די רמב"ם צייטן אין די מדינות ווי ער האט געלעבט איז געווען א זעלטענהייט צו זען פרויען אויפן גאס בכלל, ווי מ'זעט וואס ער שרייבט אז א פרוי ברויך נישט זיין קיין יצאנית און ארויסגיין מער ווי איינס צוויי מאל א חודש. ווען ער לעבט ווען היינט וואלט ער קלאר נישט געהאלטן אזוי, נאר די אלע זאכן גייען נאך די צייטגייסט פון יענע תקופה.
יעקב מענטשאז די חכמים האבן געאסרט פאר א פרוי צו ליינען די מגילה פאר מענער, טראכט עטס אז הערן א שבת שובה דרשה פון א פרוי וואלט יא געווען אין איינקלאנג מיט די הלכה ?
פארוואס דען נישט? מעג מען נישט מקבל מוסר זיין פון א פרוי? איז דען נישט דא פרעצעדענט אויף דעם? כלל ישראל האט געהאט נבואות, שופטות, וכו'.
יעקב מענטשצום לעצט, עטס ווייסטס זייער גוט אז די ריכטיגע סיבה פון אויפנעמען א פרוי איז נישט ווייל מ'האט פשוט נישט קיין אנדערע פאסיגן קאנדידאט, נאר ס'קומט פון EGALITARIANISM, טא, וואס איז דא זיך צו טענה'ן ? ער מיינט נישט די תורה, ער מיינט גאר עפעס אנדערש,
You're saying it as if it's a bad thing...
ווער זאגט אז זיי מיינען די תורה? ווען דו קראצט זיך דאס רוקן מיינסטו אויך די תורה?
יעקב מענטש
הוגה, דיין גאנצע ליסטע פון חסרונות וואס האט געפלאגט חרידישע קהלות, מחלוקת, אא"וו, איז א פערפעקט עקזעמפל פון טענו בחיטים והודו לו בשעורים, ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז חרידים זענען נישט קיין מלאכים, און ס'גייט אלעמאל זיין שוואכקייטן ביי זיי, אבער דא רעדט מען פון סיסטעמיזירן הירוס הדת,
הוגה רעדט בכלל נישט פון שעורים, ער זאגט נאר אז יעדער פיקט און טשאזט צוצולייגן און אראפנעמען וואס עם געפעלט, און מאך נישט די גרויסע נעוויירע פון געבן פרויעך גלייכע רעכטן (אויך מיר גלייך...) ערגער ווי די אנדערע זאכן וואס מיר טשוזן צו איגנארירן.
אויסגערוטצו זאגן ווען ער וואלט דא געווען... קען מען אויף ביידע צדדים. למעשה אין היסטאריע פון אידן שומרי תורה ומצוות איז דעס קיינמאל נישט געווען
טרעף מיר איינער וואס קען גוט דעם רמב"ם, אלע זיינע ספרים און שיטות, וואס האלט אז ער וואלט היינט געווען א חרדי. (לאפוקי מ"א)
אין די היסטאריע פון אידן שומתו"מ איז אויך נישט געווען אזא זאך אז א ערליכע איד זאל דרייוון א שווארצע האנדע אדעסי ביז עטליכע יאר צוריק. נייע צייטן ברענגען מיט נייע מציאות'ן, נייע טשעלענדזשעס, און נייע וועגן וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
ניין געפילטע, זיי גייען פאוואליע, טריט נאך טריט. אן אפענע הלכה קענען זיי נישט באטרעטען, וממילא קיין רב קענען זיי נישט מאכען, אבער דער ציל זייערע איז דארט אנצוקומען. למעשה אונטער'ן רובריק פון הלכה איז פארט נישט מעגליך צו מאכען מענער מיט ווייבער איינס; מיט אלע קולות שבעולם, קען א פרוי נישט בלאזען שופר פאר מענער, מ''מ זיי פראבירען צוצוקומען וואס נענטער צו דער השתוות פון מענער און פרויען.
וועגען דער כולל געשעפט, ס'איז א שאד צו רעדען מיט א זיכערקייט אויף א זאך וואס מ'קען נישט אויפווייזען פאר זיכער, אבער פון שרייבער'ס וואס שילדערען א לעבען קען מען עפעס שמעקען. קוק אויך אין זכרון יעקב פון יענקעל ליפשיטץ דער סעקרעטאר פון ר' יצחק אלחנן.
יאירישראל קאפקעRashi a vintner?
קיינמאל נישט געהערט דערפון, וואו ווערט עס געברענגט.
נישטא קיין קלארער מקור דערצו אבער כך שגור בפי העם.
זע אויך דא <a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2007/08/mayer-i-gruber-how-did-rashi-make.html">http://seforim.blogspot.com/2007/08/may ... -make.html</a>
זייער אינטערעסאנט.
ער בלייבט גראדע אז רש"י האט נישט געהאט א צווייטע באשעפטיגונג פאר פרנסה חוץ זיין ישיבה, ער שוואכט לכאורה אפ די ארגומענט פון די קאריקאטור וואס @הוגה האט צוגעברענגט.
ישראל קאפקעיאירישראל קאפקעRashi a vintner?
קיינמאל נישט געהערט דערפון, וואו ווערט עס געברענגט.
נישטא קיין קלארער מקור דערצו אבער כך שגור בפי העם.
זע אויך דא <a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2007/08/mayer-i-gruber-how-did-rashi-make.html">http://seforim.blogspot.com/2007/08/may ... -make.html</a>
זייער אינטערעסאנט.
ער בלייבט גראדע אז רש"י האט נישט געהאט א צווייטע באשעפטיגונג פאר פרנסה חוץ זיין ישיבה, ער שוואכט לכאורה אפ די קאריקאטור וואס @הוגה האט צוגעברענגט.
ממש. יעצט בין איך חוזק מיט די צינג אינדערויסן. נעם ארויס רש"י און לייג אריין די רמח"ל וואס איז געווען א playwright. אדער לייג אריין הונדערטער אנדערע. די נקודה איז אז דער דערהער פון אויפציען א גאנצע דור צו זיצן און לערנען האט נישט קיין מקור בתורה ויהדות. עס איז קיינמאל נישט געווען אזא מושג. תורתו אומנתו איז אלעמאל געווען פאר יחידי סגולה.
לאמיר אבער נישט פארפירן די שמועס דא. לאמיר ווייטער דיסקוסירען ווי שטארק מיר חרדים האלטן זיך צו די ארגינעלע תורה און ווי ווייט די MO זענען רעפארם.
Re: ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו
אגאנצע דור ארבעט נישט? אז מ'איז מחליט ארויסצוווארפען א ריזיגע צאל אידען פון אידישקייט ביסטו גערעכט. למעשה רוב אידען ארבעטען און היטען נישט תומ''צ. א געציילטע פערצענט היטען יא תומ''צ, א קליינע פערצענט פון זיי זענען א.ג. חרדיש, און פון אלע חרדיש'ע אידען אינדערוועלט, א גרויסע מיעוט בלייבט א גאנץ לעבען אין כולל. איך גלייב נישט אז ס'איז מער ווי צוואנציג פערצענט. יעצט וואס האט זיך געטוישט? אז דער אונטערשטע זעכציג פערצענט איז היינט אינגאנצען פריי? אקעגען אמאל וואס דער רוב פון זיי זענען נאר געווען עמהארצים?
געפילטע פישאויסגערוטגעפילטע אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס דא זענען לייפסטייל אישוס און טשויסעס און אפאר פון זיי קעמען זאגן זענען אכשר דרא'ס. משא''כ דער געדאנק פון נעמען א פרוי צו זיין דער מורה דרך פון א קהילה קען זיין א שאלה אין הלכה. דו האלטסט טאקע אז די מענטשן וואס פאר פיר הונדערט יאר צוריק האבן גערעדט לשונות העמים, געדעיט, און געגאנגען אנגעטון ככל הגוים וואלטן אויפגענומען א פרוי אלס זייער מורה דרך? קענסטו טרעפן איין אזא ביישפיל אין זייערע היסטאריע?
איך גלייב אויב דארפן זיי ווען טשוזען צווישן דעס און כולל/בעשוי/ביבער היט וואלטן זיי געטשוזט דער צווייטער.
מענטשען פון פיר הונדערט יאר וואלטן נישט אויפגענומען קיין פרוי פאר א חשובע פאציזיע, וויבאלד אזוי ווי די רמב"ם, זענען זיי אויך געווען מיסאגעניסטן, אזויווי די גאנצע וועלט האט דעמאלסט געגלייבט אז אזוי קומט עס. היינט איז שוין אבער אנדערע צייטן, און פרויען האבן די זעלבע רעכטן ווי מענער. און דער רמב"ם ווען ער לעבט היינט וואלט זיך אויך צוגעפאסט צום היינטיגע צייטגייסט, פונקט ווי ער האט זיך אין זיינע צייטן צוגעשטעלט צו זיין צייטגייסט על אף וואס צו מאנכע האט עס בשעתו אויסגעזען בניגוד לדעת תורתינו הקדושה.
הער אויף צו רעדן מיט אזא זיכערקייט, מען קען זיך נאך טועה זיין אז דו ווייסט וואס דו רעדסט.
הוגהישראל קאפקעיאירישראל קאפקעRashi a vintner?
קיינמאל נישט געהערט דערפון, וואו ווערט עס געברענגט.
נישטא קיין קלארער מקור דערצו אבער כך שגור בפי העם.
זע אויך דא <a class="postlink" href="http://seforim.blogspot.com/2007/08/mayer-i-gruber-how-did-rashi-make.html">http://seforim.blogspot.com/2007/08/may ... -make.html</a>
זייער אינטערעסאנט.
ער בלייבט גראדע אז רש"י האט נישט געהאט א צווייטע באשעפטיגונג פאר פרנסה חוץ זיין ישיבה, ער שוואכט לכאורה אפ די קאריקאטור וואס @הוגה האט צוגעברענגט.
ממש. יעצט בין איך חוזק מיט די צינג אינדערויסן. נעם ארויס רש"י און לייג אריין די רמח"ל וואס איז געווען א playwright. אדער לייג אריין הונדערטער אנדערע. די נקודה איז אז דער דערהער פון אויפציען א גאנצע דור צו זיצן און לערנען האט נישט קיין מקור בתורה ויהדות. עס איז קיינמאל נישט געווען אזא מושג. תורתו אומנתו איז אלעמאל געווען פאר יחידי סגולה.
לאמיר אבער נישט פארפירן די שמועס דא. לאמיר ווייטער דיסקוסירען ווי שטארק מיר חרדים האלטן זיך צו די ארגינעלע תורה און ווי ווייט די MO זענען רעפארם.
איך האב געפרעגט א מקור פשוט אלס נייגער, נישט צו דיספוטירן דיין נקודה.
איך בין גראדע נישט מחולק מיט דעם טענה וואס דו ברענגסטו ארויס. פשוט באמערקט אז לויט יאיר'ס לינק דארף מען אריינשטעלן רש"י אין די לאגער פון הרב אלישיב, בלייבסטו מיט 2 קעגן 2, פאלט אוועק די ארגומענט פון דעם קאריקאטור.
איך בין מער ווייניגער איינשטימיג מיט דיר לגבי מאדערן-ארטאדאקס vs אולטרא. אבער די איצטיגע נושא איז אן אנטוויקלונג אויף די לינקע עקסטרעם פון מ"א, א פרעצעדענט, נישט אן אנגענומענע מנהג ביי די מ"א.
אליהו בחורהער אויף צו רעדן מיט אזא זיכערקייט, מען קען זיך נאך טועה זיין אז דו ווייסט וואס דו רעדסט.
אויב דו האסט עפעס צו זאגן, ביטע, שעם דיך נישט.
דער ויכוח איז אביסל מאדנע. טענה'ט מען זיך איבער וואס איז ריכטיג? איבער ווער ס'איז מער איד? די פראגע איז דאך וואס דעפינירט ארטאדאקסיע:
1) א קהילה וואס גיט אכטונג נישט איבערצוטרעטן דעם גבול פון הלכה ווערט דעפינירט אלס ארטאדאקסיש. אויב זיי פרובירן זיך צוצופאסן צו דעם מאדערנעם גייסט אינערהאלב די רעאלמען פון הלכה ווערט עס דעפינירט ווי מאדערן-ארטאדאקס.
2) א קהילה וואס גיט אכטונג אויף הלכה, און בנוסף צו דעם זוכט מען אויפצוהאלטן אן אלטן לעבנסשטייגער (וואס איז אין מיינע אויגן א פאזיטיווע זאך) אפילו ווען ס'איז נישט בהכרח פארבונדן מיט הלכה - ווערט דעפינירט ווי חרד'יש, אדער ווי אולטרא-ארטאדאקס.
בנוגע דער פאזיציע פון "מורתנו": איז דאך דא א סיבה צו דעם וואס זיי רופן זיך מאדערן-ארטאדאקסן און נישט חרדים אדער אולטרא-ארטאדאקסן. זיי האבן נישט אין פלאן צו שטעלן פרויען בעלי-תפילות, אבער זיי האבן געזוכט צו שאפן א פאזיציע פאר א פרוי וואס וועט נישט דירעקט סותר זיין הלכה. קען זיין אז זיי געהערן צו א לינקען פליגל אין מאדערן-ארטאדאקסיע, אבער ס'איז בכל אופן פאסיג צו זייער סטאטוס אין דער וועלט פון אידישע קהילות. ובכן וואס גענוי איז דער ויכוח דא?
איך קען אגב פערזענליך א פרוי וועלכע פירט היינט אן מיט אן ענליכע פאזיציע אין א שול אין מאנהעטן. זי איז שטארק פרום, זי פארדעקט די האר, און זי נעמט אן איר פאזיציע מיט אן ערנסטקייט (ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן מיט איר א שמועס איבער דער פראגע פון "אפהיטן דעם אמאל" קעגן "צופאסן דאס נייע צו די פארשריפטן פונעם אמאל"). מיר זענען נישט געוואוינט צו דעם, אבער דערפאר איז עס טאקע נישט אין אונזערס א שול.
בנוגע זיצן אין לערנען: דאס איז שוין אינגאנצן א חרד'ישער ענין, און דערפאר איז דער עיקר פראגע וויאזוי מ'האט געטון אמאל (און נישט וואס די הלכה זאגט per se). מיך וואונדערט אבער צי דער ויכוח דא איז איבער דעם היסטארישן חלק, ווען ס'איז בעצם נישט קיין ספק אז די ערשיינונג פון "חברת לומדים" (א גאנצע געזעלשאפט וואס לערנט) האט נישט עקזיסטירט פארצייטנס, נאר פארשידענע סאציאלע סיבות האבן אונז געברענגט צו דעם היינט צוטאגס. אז מ'וויל קען מען זיך דינגען איבער דעם נושא מיט פראקטישע ארגומענטן, אבער היסטאריע אדער הלכה קענען נאר זאגן א מיינונג קעגן דער ערשיינונג (אויב בכלל). ובכן וואס זענען די צדדים אינעם ויכוח?
זייער שיין מסביר געווען די צוויי היינטיגע שטרעמונגען.
דער וויכוח איז געווען אז מאנכע דא האבן געטענה'ט אז די היינטיגע מאדערן ארטאדאקס ענדלן מער אין די אמאליגע אידן ווי די אלטרע ארטאדאקס.
לויט זיי זענען די חרדים וואס זייער מאטא איז 'זיך נישט אוועקרירן פונעם אמאל' פשוטע היסטאריע פעלשער, וואס באשאפן אן אמאל לויט זייער נייער ארגינאלע היינט, בעת וואס די מאדערן ארטאדאקס זאגן קלאר אז יא מיר האבן זיך טאקע מאדערנעזירט פונם אמאל, אבער מיר ענדלן נאכאלטס מער אינעם אמאליגן איד ווי די היינטיגע חרדים.
קלאר?