☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן

פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8804

עדיאל » דינסטאג מאי 5, 2015 8:46 pm

· #272778
פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
ס'דא זאכן וואס זענען הלכה, ס'דא מנהגים וואס ווערן געברענגט, און ס'דא זאכן וואס פרומע אידן טוהן סתם. די ערשטע צוויי קען מען זיך לערנען. פאר די דריטע קלאס דארף מען נעמען שימוש. איך עפן די אשכול פאר פראגעס וואס נאר פרומע אידן קענען ענטפערן. ובזה החלי.

וואו עסט מען שבת הגדול?
אויף וואס פאסט מען אויס אין שול? (מענער)
וואס זינגט דער קהל ביי די פסח מפטיר קריאה? (מענער)
וואו גייט מען שבת צו שאלעשידעס? (פרויען)

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 5, 2015 11:03 pm

· #272823
עדיאל

וואו עסט מען שבת הגדול? אויפן פארטש
אויף וואס פאסט מען אויס אין שול? (מענער) ברוינפען מארבעל קעיק אייערקיכלעך/הערינג ארענדזש דזשוס
וואס זינגט דער קהל ביי די פסח מפטיר קריאה? (מענער) כאלה
וואו גייט מען שבת צו שאלעשידעס? (פרויען) ווענדט זיך צו מען טראגט מיט די עירוב צו נישט

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 6, 2015 12:34 pm

· #272919
ווען קומט דער רבי אריין צום טיש?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 6, 2015 1:59 pm

· #272932
לית דין חשש גילו. 😛
אין וויליאמסבורג וואינסטו נישט (עסן אויפן פארטש)

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 6, 2015 2:08 pm

· #272935
זאג, וועמענס ביסטא?
ווען איז די זמן?
וואס איז דיין ניק?
ווער איז די רבי מיט פאזשאמעס?
וועלכע הקפה האלט מען?

געוואלדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 4:10 pm

· #272968
די מקוה איז נאס?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 6, 2015 6:19 pm

· #273014
וויפיל האסטו געצאלט פארן אתרוג?
ווען האסטו געענדיגט דעם סדר נעכטן?

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:25 am

· #273154
ווי ביסטו אויף די צווייטע טעג ?

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מאי 7, 2015 9:48 am

· #273170
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
ער איז א היימישע?

אויב מ׳ זעהט א עקסידענט. ס׳ א גוי? (אויב יא מירמעלט מען זיך אינטער ״כן יאבדו״)

אויסגערוט » דאנערשטאג מאי 7, 2015 10:46 am

· #273179
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
וויפיהל האט מען נעכטן געציילט

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 7, 2015 10:58 am

· #273186
ער איז א איד?

האסט שוין אמאהל געהערט א גוי פרעגען... ער איז א גוי?

מאטי » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:26 pm

· #273211
דרייסט דיך אויף קאווע שטיבל?

chusid » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:29 pm

· #273212
וואסענייעס?
דיין שוואגער מאכט שיין?
א שיינע שידוך?

מנחם אבראמאוויטש » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:36 pm

· #273216
פראגעס וואס פרומע אידן וואלטען געדארפט פרעגן אבער וועלן קיינמאל נישט פרעגן:
"איך פארשטיי אז זי איז אן אויסגעצייכענטע תלמידה, אבער איז זי סע*קסי?"
"האלטסט אז פאר מיין מאנ'ס וועגן וואלט איך געמעגט פארלירען פופציג פונט?"
"די פאנדזעלאו מאכט מיר אויסזעהן וואו א געדעקטע טיש אדער וואו א פרידשזירעטאר?"
"האלטסט אז מ'מעג טוישען די ניגון איף ידיד נפש די וואך?"
"אפשר האט שלמה המלך עס געשריבען אלס א לאוו סאונג?"

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 7, 2015 1:56 pm

· #273227
מנחם אבראמאוויטש
פראגעס וואס פרומע אידן וואלטען געדארפט פרעגן אבער וועלן קיינמאל נישט פרעגן:
"איך פארשטיי אז זי איז אן אויסגעצייכענטע תלמידה, אבער איז זי סע*קסי?"
איך הער דער שאלה יעדן טאג אבער נישט מיט דיין לשון, מענטשן פרעגן טעגליך זי איז א שיינע/באחנ'טע/באטעמ'טע?
מנחם אבראמאוויטש
"האלטסט אז פאר מיין מאנ'ס וועגן וואלט איך געמעגט פארלירען פופציג פונט?"
דער שאלה וועט מען נאר הערן פרעגן אויב וועט מען הערן מענער פרעגן "האלטסט אז פאר מיין ווייב'ס וועגן וואלט איך געמעגט פארלירען הונדרעט פונט?"

איך אויך » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:55 pm

· #273298
מנחם ,כ'וויל דיר לייקן אבער איך קען נישן וועגן די לעצטע שורה.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 8, 2015 12:05 am

· #273382
אדער, ער האט א לעכטיגע צורה.

משה פראגער » פרייטאג מאי 8, 2015 3:13 pm

· #273508
נו, וי אזוי איז דער יחץ געלונגען?
זאג נאר, וועלכע הפטורה לייענט מען?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 1:21 am

· #275702
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
מ'נעמט דא אן פ.ס.?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 1:22 am

· #275705
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
ווער נאך שיקט אהין?

וכדומה.. » זונטאג מאי 17, 2015 1:30 am

· #275706
ציבעלע-קיגל
ווען קומט דער רבי אריין צום טיש?

ווען עסט מען ציבעלע קוגל

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 17, 2015 1:31 am

· #275707
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
דאס איז רעגולע''ר צו אווערניי''ט?

הוגה » זונטאג מאי 17, 2015 1:36 am

· #275709
איז ער משלנו?

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 17, 2015 1:37 am

· #275710
האסט כח פאר דריי טעג יו״ט?

געוואלדיג » זונטאג מאי 17, 2015 2:28 am

· #275729
אן א נאמען, אבער וואס גייט דארט פאר?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 17, 2015 2:59 am

· #275737
[ציטאט אראפגענומען]

דער אשכול רעדט פון זאכן וואס נאר פרומע אידן קענען "ענטפערן", דו רעדסט פון א זאך וואס נאר א פרומער קען "פרעגן"....

הק זעמל » זונטאג מאי 17, 2015 3:57 am

· #275742
קענסט מיך עס געבן פאר ביליגער?

הק זעמל » זונטאג מאי 17, 2015 4:44 am

· #275744
ביסט א זאלי?

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 17, 2015 5:11 am

· #275745
זיי גייען אפן אדער צוגעדעקט?

פון ווי לעבט ער?

פון וועלכע לעפקאוויטשעס איז ער?

איז היינט דא אלטערנעיט סייד פארקינג?

וויפיעל אזייגער איז הודו?

פארסט אויף מירון?

גייסט און קאנטרי?

טוסט אויך אמעזאן?

petergrifin » זונטאג מאי 17, 2015 10:10 am

· #275791
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
אמאל פלעגט מען פרעגן "איך קען דיר בייצאלן מיט פ.ס.?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:58 am

· #277616
וןעם דאבענט מען מעריב?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:52 am

· #277631
ציבעלע-קיגל
וןעם דאבענט מען מעריב?

דער איד וואס פרעגט אזוינס האט א א צובראכענע צאן און קעקעצט אביסל.

קל וחומר » זונטאג יאנואר 10, 2016 1:46 am

· #316763
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
ער גייט ר"ת אדער רש"י?

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

שלמה המלך » זונטאג יאנואר 10, 2016 1:30 pm

· #316802
מנחם אבראמאוויטש
"אפשר האט שלמה המלך עס געשריבען אלס א לאוו סאונג?"

דעפיניטעלי!!!

בן אדם » זונטאג יאנואר 10, 2016 1:47 pm

· #316805
איך קען אפשר בארגן דיין סעלפאון..?

לא ימלט » זונטאג יאנואר 10, 2016 4:04 pm

· #316837
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
לשון הרע?!
פארצייל מיר ביטע די מעשה אן קיין נאמען?!

יעצט די נאמען אן די מעשה?!

לא ימלט » זונטאג יאנואר 10, 2016 4:06 pm

· #316838
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
איינער קומט שנארען געלט,
האלטסט אז ער האט טאקע נישט קיין געלט?!

ביליג » זונטאג יאנואר 10, 2016 10:52 pm

· #316882
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
דעס איז יאנטשי ?

כשר'ע ברוינפן ?

געבאקן נאך פסח ?

איינער האט שוין געמאכט השקה אין דע בור ?

ווייסט אפשר פון א דירה פאר א חתן-כלה ?

האנדא אדאאסי אדער טאיאטע סיענא ?
(שוין צייט צו מאכן א אשכול וועגן די מעלות און חסרונות פון ביידע)

ביליג » מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:29 pm

· #317904
Re: פראגעס וועלכע נאר פרומע אידן קענען ענטפערן
ווען פיצט מען די אויגן אין מיטן דאווענען ?

וכדומה.. » מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:56 pm

· #317978
וואו דרייסט דיך?

זאג, סזעהט דיר אויס ווי איך דריי מיך?