דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8802
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8802
איך בין נישט קיין בקי אין קדושת לוי, נאר פון דאס ביסעלע דא דארט לערנען קוקט נישט אויס אז מ'רעדט פון א צווייטן שער המלך צי ר' הלל קאלאמייער, מיט די שארפע שטיקלעך אינאיינעם
[ציטאט אראפגענומען]
דעת תורהאיך בין נישט קיין בקי אין קדושת לוי, נאר פון דאס ביסעלע דא דארט לערנען קוקט נישט אויס אז מ'רעדט פון א צווייטן שער המלך צי ר' הלל קאלאמייער, מיט די שארפע שטיקלעך אינאיינעם
דאכט זיך סאקמיר רב אין ויואל משה שרייבט עפעס ענליך.
יא, סאטמארער רב האט אפיציעל אפגעלייקנט אין דעם סניגורן של ישראל'ס עקזיסטענץ און אין די אלע בלא בלא בלא מעשה'לעך.
נאך א פרט, דער קדושת לוי איז געווען א רב אין א גרויסע שטאט (פויזנא?) פון ווי ער האט געמוזט אנטלויפן מיט חרפות, מען קען עס טאקע אנלייגן אויף די אלגעמיינע מתנגדים /חסידים רדיפות, אבער איבעריג פאפולער איז ער זיכער נישט געווען.

מיט פיל דאנקע, @אנאנים.
איין פראגע - פון צווישן פילע - ווילט זיך מיך ביי דיך און ביי עם'ען, @יידל'ען, אנפרעגן. קען עס דען געמאלט זיין, דאס די לערערס פון תורה שבעל פה זאלן - באוואוסטזיניג צו נישט - אריינשטעלן די אייגענע נאטור אין א תורה וואס דארף פונקטלעך איבערגיין פון רבי צו תלמיד? צו קען מען משה רבינו'ס נאטור דערלערנען פון די ביבל'שע ווערטער באנוץ?

אויב מען וויל דווקא קען מען עס רופן שורש נשמתו אדער בחינתו
אמת אז די מתנגדים /לומדים וואלטן אים נישט פארטריבן פארדעם, אבער אויב וואלט ער נישט געווען דער מוכיח בשער נאר אנשטאט וואלט ער געווען א ווייעכער רבי א שפאלער זיידע/מעכל לעבאוויטש סטייל, וואס קוויטלט און חנפ'ט און מלמד זכות אויף די שוואכע, וואלט ער ווען געקענט האבן די עם הארצים /פערדן טרייבער זאלן זיך יא אננעמען פאר אים - ווי אין רוב שטעט וואס די חסידים האבן יא איבערגענומען איז עס געווען ווייל דער פראסטער המון עם זענען מיטגעשטאנען מיט די חסידים.
פארשטייט אז דאס איז א ווייטע השערה וואס אויף דעם אליין וואלט איך נישט געבויעט, איז עס אבער נאך א סניף פארוואס איך זאל ענדערש אננעמען ווי די צד אז די סניגורן של ישראל מעשיות זענען געלונגענע פאנטאזיעס.

בן נריהומיט פיל דאנקע, @אנאנים.
איין פראגע - פון צווישן פילע - ווילט זיך מיך ביי דיך און ביי עם'ען, @יידל'ען, אנפרעגן. קען עס דען געמאלט זיין, דאס די לערערס פון תורה שבעל פה זאלן - באוואוסטזיניג צו נישט - אריינשטעלן די אייגענע נאטור אין א תורה וואס דארף פונקטלעך איבערגיין פון רבי צו תלמיד? צו קען מען משה רבינו'ס נאטור דערלערנען פון די ביבל'שע ווערטער באנוץ?
משה רבינו נישט, ווייל די תורה איז אים געזאגט געווארן ווארט ביי ווארט מן השמים, און ער האט נאר געשריבן כקורא מתוך הספר. די אנדערע, אפילו נביאים, זאגט שוין די גמרא אז ס'איז געשריבן געווארן לפי בחינתם ומצבם.
לגבי תנאים ואמוראים, ראשונים ואחרונים איז שטארק אנגענומען ביי שלומי אמוני ישראל נישט זיך אריין צו לאזן אין די סארט כאראקטעריזירונגען, מכ"ש אז א טיטל ווי "ראדיקאלער ציניקער" שמעקט נישט צופיל. איינער פון די גאונים - אאל"ט איז דאס געווען דער ראגאטשאווער - האבן יא זיך אויסגעדרוקט מיט די סארט הבחנות, אפילו לגבי פסק'ענען הלכה (אז מען זאל יא אדער נישט אננעמען ווי דעם תנא'ס שיטה אדער דער אמורא'ס דעה, צוליב זייער תכונות הנפש) וכדו', ושתקוהו בנזיפה (מיינט נישט אז ער האט זיך דערשראקן...).
אבער אליבא דאמת איז דאס אביסל א חרדי'שע צוגאנג, וואס שטאמט פון די עטיטוד אז ווי נאר עס גייט אריבער א צאל יארן פון א גדול'ס הסתלקות ווערט ער קריטיק - פרוף און אלעס איז גוט פיין וואויל און וואס איז נישט פאפולער איז פון א תלמיד טועה אדער א טעות הדפוס אדער א צ"ע און מען פארשטייט עס נישט, כ"ש אז מען קען נישט מעלה על הדעת זיין אזא סארט מחשבת פיגול אז זיינע תכונות האבן געשפילט א ראלע אין זיינע פסקים.
אבער אליבא דאמת, היות תורה לא בשמים הוא און איז כסדר ניתנה להכרעת חכמי הדור, און במציאות איז - כמעט - נישט מעגליך פאר א בשר ודם זיך גענצליך ארויס צו נעמען פון זיין אייגענע מצב און באטראכטן יעדע זאך מיט א טאטאל אביעקטיווע בליק בלי שום דעות ותכונות קדומות, מיינט דאס אז די תורה איז געגעבן געווארן אדעתא דהכי אז תכונות הנפש, אינדיווידועלע דעות און אומשטענדן זאלן שפילן א ראלע אין די הכרעות החכמים. דאס מיינט נישט - לפי ביאור זה - אז דאס גיט א רעכט פאר א מענטש נישט אנצונעמען די פסק פון א פוסק צוליב דעם; אויב איז יענעם'ס פסק בינדענד מצד עצמו, איז דאס מחייב אפילו נאכן אנאליזירן און שטודירן דעם פוסק'ס פערזענליכקייט.
(כמובן אז א דעה קדומה געבויט אויף חסרון ידיעה קען מסתמא יא אויסמאכן, אבער גלאט אזוי אפווארפן יענעם'ס פסק אז ער האט נאר אזוי געהאלטן צוליב זיינע נטיות, און ווען ער וואלט ווען געהאט נטיות להיפך וואלט ער געהאלטן אנדערש - כאטש ס'איז גאנץ מעגליך אמת - איז נישט ריכטיג, ווייל כאמור איז די תורה געגעבן געווארן על מנת כן).
שמערל
פארשטייט אז דאס איז א ווייטע השערה וואס אויף דעם אליין וואלט איך נישט געבויעט, איז עס אבער נאך א סניף פארוואס איך זאל ענדערש אננעמען ווי די צד אז די סניגורן של ישראל מעשיות זענען געלונגענע פאנטאזיעס.
וואס איז די צד אז נישט? סאטמאר רב האט נישט געלייקנט אין זיין סניגוריות, ער'ט נאר גע'טענה'ט אז לצד זה איז ער אויך געווען א מוכיח וואס האט נישט סתם אלעס פארווישט און ממליץ געווען.
צו קענען סייענטיפיש פעסט שטעלן צי עס איז אמת, ברויך מען פשוט גוט נאכגיין די מקורות, די רעדע איז דאך נישט פון צו לאנג צוריק, מען קען דאך זען צי בני דורו אדער דור הסמוך לו רופן אים מיט דעם טיטל, דאן קען מען גאנץ זיכער אננעמען אז די מעשה'לעך און די לעגענדע'ס זענען באזירט געווען אויף אמת'ע פאקטן, און אויב זעט מען אז מען רופט אים אזוי - צי מ'איז אים מייחס די מדה - ערשט נאך וואס די מעשה ביכלעך האבן עס פארציילט, איז מסתבר אז א געלונגענער ממציא לאור פון א מעשה ביכל האט גענומען דעם ציבור אויף א רייד.
הערליך שיין געשריבן @אנאנים! נאר איך וואלט אנגענומען ווי יאיר האט געשריבן אין יענעם אשכול, אז ס'איז תרי רבי שמעון. איין רבי שמעון איז אין די יונגע יארן און דער צווייטער רבי שמעון איז אין די שפעטערע יארן.
איינער וואס ליגט אין כשרות מאכט כשרות פאר יסודות הדת, און די אנטי ציונים מאכן דאס פאר יסודות הדת, און ווייזט אויס אז ער ליגט אין קבלה וחסידות און דאס איז ביי אים יסודות הדת בעת די אנדערע קאנטערווערשנל מאמרים אינטרעסירן אים ניטאמאל.
בן נריהומיט פיל דאנקע, @אנאנים.
איין פראגע - פון צווישן פילע - ווילט זיך מיך ביי דיך און ביי עם'ען, @יידל'ען, אנפרעגן. קען עס דען געמאלט זיין, דאס די לערערס פון תורה שבעל פה זאלן - באוואוסטזיניג צו נישט - אריינשטעלן די אייגענע נאטור אין א תורה וואס דארף פונקטלעך איבערגיין פון רבי צו תלמיד? צו קען מען משה רבינו'ס נאטור דערלערנען פון די ביבל'שע ווערטער באנוץ?
צו דען העררן נריה בען: איךך וואלטע זי איינע לעבנ'ס ביישפיל געבראכט. אינפאלס זי איין געריכט'ס איינלאדנונג בעקאממען וואללטן. די ערססטע זאככע איסט מיט איינען אדוואקאט זיך צו פערבינדן. ביי איהרע ערססטע פריוואטע קאנפערענץ מיט דעען דר. פאן געזעץ, וואלטע ער (אדער זי) זיךך אלע איינצלהייטן פאן די געריכט'ס בעשולדיגונג ערקונדיגט. זאגאר מיט איין שטרענגהייט. אויך אינפאלס דאס אינען ניכט געפעללען האבט..
זאנדער'ן ווען ער (אדער זי) בעפאר דעען ריכטער שטעהט, איינע פולקאמע אונד וואונדערבארע געזעצליכע פערטיידיגונג היערגעשטעללט האבט. דען זי איהר'ן עוויגע דאנקבארקייט אויסגעדרוקט האבט...!
יא: פארדריי דיר דיין קאפ. גיי מאך משוגע א צווייטן מיט דיינע פארדרייטע , פרעטענדירן פון פארקרומטע דיבורים. ס'שפעט ביינאכט. איך וויל שוין גיין שלאפן... 🙄 😂
שיין ארטיקל הרב שש!
אינטערעסאנט אנצומערקן אז זיין זוהן ר' אלעזר ב"ר שמעון איז אויך געווען א שארפע טיפ, לדוגמה:
שבת לג: מחי ר' אלעזר ומסיק ר' שמעון.
ב"מ פג: קריינא דאיגרתא וכו' ער פלעגט כאפן גנבים אין מוסר זיין למלכות און ווען מ'האט אים אנגערופן חומץ בן יין (משמע אז ער איז גאר געווען שארפער ווי דעם טאטען, וכן מהך דלעיל) האט ער געענטפערט 'קוצים אני מכלה מן הכרם'.
תענית כ: נזדמן לו אדם אחד שהיה מכוער ביותר כו' א"ל ריקה כמה מכוער אותו האיש שמא כל בני עירך מכוערין כמותך כו' מיד נכנס ר"א בר"ש ודרש לעולם יהא אדם רך כקנה ואל יהא קשה כארז.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

דער תולדות יעקב יוסף שרייבט אז ר' שמעון האט זיך געטוישט נאכ'ן ארויסקומען פונעם מערה.
(הוספה: דהיינו זיין קפדנות איז געווען נאר ביז ער איז אריין די צווייטע מאל אין מערה).

יעצט צום ערשטן מאל אפגעלייענט דיין מאמר, הערליך שיין!
איך האב א שטיק צייט צוריק געהערט אין א שיעור פון הרב מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, ווי ער ברענגט ארויס דעם זעלבן געדאנק, אז מ'קען זיך נישט דערקעלערן קנאי נאר אויב מ'פארמאגט א צד השני פון א אהבת ישראל (דוגמא סאטמער רבי ז"ל) און די זעלבע איז פארקערט.
ער האט נאך קלארער ארויסגעברענגט, אז דער כור המבחן צו דיין קנאות קומט פון אידישקייט צו פון פשוטע רשעות, איז דיין התנהגות אין דעם תחום פון אהבת ישראל, און די זעלבע זאך קען מען זאגן פארקערט, ווען איינעם באדערט נישט קיין עבירה ווי ס'האט געשטערט דעם בארדיטשעווער, קומט נישט זיין סניגוריות פון גרויס אהבה צו אידישע קינדער, ס'קומט פון זיין חסרון אין יראת שמים און גלייכגילטיקייט צו עבירות.
איך קען מיך נישט דערמאנען פון וועם איך האב עס געהערט, אבער א מונקאטשער תלמיד האט פארציילט אז ער פלעגט זיין אלץ קינד ביי שלש סעודות אונטערן טיש ביים מנחת אלעזר ז"ל און אינמיטן שרייען און פארפירען קעגן די ציונים, פלעגט ער זיך כסדר אראפבייגן דעם קאפ און זאגן שטיל רבוש"ע זיי זענען דאך דיינע קינדער!, איך האב עס געהערט פון א מקור מוסמך.

צום ערשטן מאל געליינט די אשכול לכבוד די הילולא. פון אנפאנג האב איך באקומען געמישטע געפילן וויאזוי א מענטש פון 2016 פראבירט צו באשרייבן רשב״י, א תנא פון טויזענטער יארן צוריק, אויף א שטייגער ווי וויקיפידיע. כאב מיך שוין דערשראקן אז באלד קומט אן הערכה אויף משה רבינו. אבער צום סוף נחמתני, און דער בעל האשכול האט הערליך צו געענדיגט דעם קאלירפולע לעבן פון איינע פון די גרעסטע ריזן אין אידישע היסטאריע.
איך וואלט אבער געטוישט די קעפל צו מער א פאזיטיווער נאמען; ווייל עס זעט אויס ווי עס איז א ספק. על אף כל אלה האלט איך אז מיר האבן נישט דאס מינדערסטע השגה איבער דעם תנא אלקי רשב״י, מען קען ארויסבאקומען א קנאפע השגה פון די דברי הגמרא איבער רשב״י. און לדעתי איז אפילו לויט חובבי היסטאריע נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן אפילו א אומאויספירליכע ביאגראפיע אויף א מענטש פון טויזענטער יארן צוריק לויט זיינע מאמרים. ספעציל ווען עס איז געווען פושט צורה ולובש צורה, און מיר קרוצי חומר ווייסן נישט וועלכע עס איז די לבוש און וועלכע עס איז די צורה.
איך קוק עס אן פונקט ווי איינער גייט באשרייבן הרב שיק ז״ל אין טויזענטער יארן ארום, באזירט אויף אשר בנחל. מען קען האבן א לעבנסלענגליכע ויכוח ווי שטארק מען קען ארויסהאבן א מענטש לויט זיינע מאמרים אדער סטעיטמענטס. אבער זיכער נישט פון א מענטש וואס האט געלעבט פאר טויזענטער יארן צוריק, און האט געטראכט, געגעסן, און געשלאפן אנדערש ווי א נארמאלע מענטש. נעם א דוגמה פון להבדיל וויליאם שעיקספעיר, א ריז וואס האט געלעבט פאר העכער 400 יאר צוריק, און האט געמאכט א ריזיגע טויש אין די וועלט. עס זענען דא מיליאנען מאמרים, ווערטער, מעשות, און מעלאדעס פון אים. און נאכאלץ זענען פארהאנען לעגענדעס איבער די אמתע לעבנשאפט פון דעם פערזאן.

גערעכט, כאב פארגעסן פון יענעם אשכול, וואו מען האט אויסגעשמיעסט דעם ענין בעיון רב. נאכאלץ איז דאס א האקעלע ענין, ווייל תנאים זענען די blueprint פון די עם היהודי. און די רגע מען שפאצירט ארום צווישן די תנאים, איז פון דארט ביז משה רבינו א קראץ.