☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אהרן רמתי

אהרן רמתי

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8792

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 3:11 pm

· #272020
אהרן רמתי
עס קאכט זיך יעצט א פרשה אין ארץ-ישראל, היינט האט מען איינגעזעצט א מנהל פון א סעמענאר מיטן נאמען בנות מרים. לויט די אנקלאגעס איז דאס געפירט געווארן אזוי ווי א קולט מיט א שייכות צו לב טהור.

די נושא איז זייער קאנטערוועסיאל, וויבאלד עס זענען פאראן וואס שרייען אז רמתי האט גארנישט געטאן שלעכט, בשעת אנדערע טענה'ען אז ער איז פארדארבן ביזן גרונט. וואלט איך געוואלט הערן דעם דעת הציבור איבער דער נושא.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 3, 2015 3:43 pm

· #272030
דו ווילסט הערן דעת הציבור??? איינער פון דא האט א טאכטער אדער א קאזינע וואס האט געלערענט דארט??
אלץ וואס אונז ווייסען איז פון שמועות פורחות, חצי אמת חצי שקר. לאז עס איבער פאר די לאקאלע אידן.

petergrifin » זונטאג מאי 3, 2015 4:25 pm

· #272035
Re: אהרן רמתי
אויף לב טהור איז אויך דא צוויי צדדים און איך ווייס נאכאלץ נישט וואס איז אמת און וואס נישט. אפילו דאס וואס איז נישט קיין ספק איז מען אויך דן אויב זיי האבן רעכט צו נישט.

איך אויך » זונטאג מאי 3, 2015 4:37 pm

· #272039
דאס ציהט זיך שוין א לאנגע לאנגע צייט.

אויף לב טמא בראשות הארכי מנובל ארז אלבראנץ איז נישט דא קיין צוויי צדדים פינטל!

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 4, 2015 3:24 pm

· #272421
Re: אהרן רמתי
איז דאס די בית שמש קולט?