☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל

'דעת תורה' אין קאווע שטיבל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8782

יאיר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm

· #271446
'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @אנאנים תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט אין דער פארגאנגענהייט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.

יתרו » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:30 pm

· #271452
יאיר
וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @אנאנים תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.

"ענות חן" וואלט איך ארויסגענומען עס איז מער געווען מיט א "גאוה דקדושה"

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:58 pm

· #271466
נו דעת תורה איז מכובד צו זאגן א פאר ווערטער, געב אהער די מייק.
אויב איר קענט אפשר רעדן אביסל וויאזוי דאס פארלאפענע יאר איז אריבער אן קאווע

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:28 pm

· #271498
מאך שוין אביסול העכער דארט ווייל איך הער נישט

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:18 pm

· #271521
איז דעת תורה לעיקוואד'ס צווייטע ניק?

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:30 pm

· #271529
Re: 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
שאץ נישט אונטער לעיקוואוד...

יואב » פרייטאג מאי 1, 2015 3:23 pm

· #271733
פיינעלי קען איך זאגן אז דאס באקאנט-אומבאקאנטע שפריכווארט דא אין שטיבל פון "איך רייב מיך די אויגן" האט שוין געגרייכט מיין וועזן. כ'קוק, כ'רייב, ס'איז טאקע @אנאנים-תורה, טאקע אפריל 2015, טאקע קאווע שטיבל און נאך איין רייבעלע אין לינק אויג – קוים איז ער אויפגעשטאנען תחיית המתים און שוין איז ער וואויל באהאוואנט מיט דעם "Tapatalk".

איך בין א שטארקער חסיד פון @אנאנים-תורה, (לאו דוקא פון זיינע שיטות). זיין שכל הישר, ערוואקסענעם טאן און מענטשליכן צוגאנג האט תמיד געמאכט דעבאטעס ווערטפול, אינטערסאנט, און אויפגעהויבן דעם ניווא פון שטיבל. שכח פאר'ן צוריק קומען.

 

קאצקע ציקער » פרייטאג מאי 1, 2015 6:12 pm

· #271796
אויך נישט דעת תורא