☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ס'ווערט געזוכט א עקטער!

ס'ווערט געזוכט א עקטער!

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8780

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:55 pm

· #271416
ס'ווערט געזוכט א עקטער!
איך זיך צוויי עקטער'ס, בערך פופציג יאר אלט, פאר א ערנסטע פילם, אין די קומענדיגע וואכן

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:59 pm

· #271420
מנשה לוסטיג
איך זיך צוויי עקטער'ס, בערך פופציג יאר אלט, פאר א ערנסטע פילם, אין די קומענדיגע וואכן


אין טשערנאבל האט מען נישט געהאלטן פון די זאכן.....

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:14 pm

· #271432
אבער היינט שוין יא

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:15 pm

· #271434
בן אדם
אבער היינט שוין יא


נשתכח דרך הבעל שם?

יתרו » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:16 pm

· #271437
האסט שוין אנגעפרעגט ביי קאפי'נען

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:18 pm

· #271438
אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:24 pm

· #271443
רויטע וואנצעס
אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?

ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:40 pm

· #271457
ר' בערעלינו זעהט מיר אויס געאייגענט דערפאר.

יתרו » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:41 pm

· #271458
ער איז שוין צו אלט...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:43 pm

· #271460
מיין איינציגסטע האפענונג פאר א ברעיק אין האליוואד איז נאר וואס פארלאשן געווארן ווי א יקנה"ז ליכט, איך בין אונטער 40, לדאבון כל בית ישראל.

יואב » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:44 pm

· #271461
/

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:45 pm

· #271462
יתרו
ער איז שוין צו אלט...

מיט עפעקטס קען מען עם מאכן אויסזעהן יונגער. די שאלה איז וויפיל איז מנשקה'ס באדשעט.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:56 pm

· #271465
Re: ס'ווערט געזוכט א עקטער!
איינער מיט זייער א לאנגער בארד קען זיין יונגער ווי 40?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:58 pm

· #271516
איך אויך
יתרו
ער איז שוין צו אלט...

מיט עפעקטס קען מען עם מאכן אויסזעהן יונגער. די שאלה איז וויפיל איז מנשקה'ס באדשעט.

מ'דארף נישט אפעקטן, מ'דארף פאקטיש.
ס'נישט מיין בודזשעט, איך בין פשוט א שליח, פון דער דירעקטאר, וואס וויל לכתחילה פון אונזערע איידער פארשטעלן א פרעמדן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:12 pm

· #271519
מנשה לוסטיג
רויטע וואנצעס
אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?

ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער

Edit
מה דעלך סני, לחברך לא תעביד...! איך וואלט אויך געווען סענסיטיוו ווען מ' לאכט פון מיין רבי. (איך זאג נישט ווער ס'איז... 😂 ממילא האביך אויסגעמעקט די הודעה. א וה' הטוב יכפר...א גוטן שבתתתת!

געוואלדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 11:49 am

· #271649
ר' בערל מיט שעצונג טויש איך מיין הודעה אויך, מיר האבן הנאה און מיר וועלן אי"ה ווייטער הנאה האבן ביינאזאם.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג מאי 1, 2015 12:34 pm

· #271665
,

matovu » פרייטאג מאי 1, 2015 12:37 pm

· #271666
Re: ס'ווערט געזוכט א עקטער!
berlbalaguleh
מנשה לוסטיג
רויטע וואנצעס
אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?

ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער

איך האב איינעם וואס קען שפילן רעבע. ער קען אלע שטיק וואס מ'דארף. אר וואוינט אין א קלעין שטעיטל אין ראקלענד קאונטי. אףףף רט. 45. יענער איז א מורא'דיגער עקטער. ער איז שוין א ביסל עלטער פון 50 יאר. ער האט שוין מער פון פערציג יאר עגקספיריענס אין עקטן. ער איז אויך דער הויפט פון די שטעטל ניי-סקווירא זיכערהייטס פאליציי...!


סתם בעביעש געשריבען
מסתם דורך אן אפענער סאקמירען קאפ
די גויעשע וועלט לאכט פינקט אזוי פין דיר אויך
Uneducated...

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2

געוואלדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 12:37 pm

· #271667
שטילע, עיין וואס איך האב געשריבן, נישט יעדע אשכול דארף ווערן א דיסקוסיע וועגן סקווירא.

כוכב » פרייטאג מאי 1, 2015 12:51 pm

· #271670
@פליקער
@שמערל
@אסף המזכיר
אשכול פארדרייט אלערט

פליקער » פרייטאג מאי 1, 2015 1:00 pm

· #271674
לאמיר צונעמען מיינע אפציעס, איך קען פארמעקן פון בערלען אראפ, דארף איך אנהייבן מיטן גאלע, יעדער זעיט אז ער ריקט מנשה'ן, וואס קען אגב קיין גראד ווארט נישט זאגן דא אין שטיבל אפילו ווען ער טרייט צי רעדן א נארמאלע זאך, נעבעך אויף אים, נאר דער אייבישטער און דער רבי קענען אים העלפען,

אבער וואס זענען מיינע קאנציקווענצען דערפאר איז שוין היינט וואויל באקאנט.

וועל איך דערווייל בעיטן מיט שיינעם ביטע פארמעקן אליינס אלע איבריגע ווערטער וואס קומען נישט דא אריין אין אשכול.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 1, 2015 1:10 pm

· #271679
גאלע?

צדיק נסתר » פרייטאג מאי 1, 2015 1:11 pm

· #271681
ווי אלט איז דער עקטער ארי מינץ?

מנשה לוסטיג » פרייטאג מאי 1, 2015 3:48 pm

· #271745
צדיק נסתר
ווי אלט איז דער עקטער ארי מינץ?

אז ער וויל, קען ער זיך מעלדן, כ'האב געזאגט, אז לכתחילה וויל ער א היימישער, אבער אז קיינער וועט זיך נישט מעלדן, וועט ער פארשטעלן א סעקולערער פאר די ראלע.

מנשה לוסטיג » פרייטאג מאי 1, 2015 3:51 pm

· #271746
פליקער
לאמיר צונעמען מיינע אפציעס, איך קען פארמעקן פון בערלען אראפ, דארף איך אנהייבן מיטן גאלע, יעדער זעיט אז ער ריקט מנשה'ן, וואס קען אגב קיין גראד ווארט נישט זאגן דא אין שטיבל אפילו ווען ער טרייט צי רעדן א נארמאלע זאך, נעבעך אויף אים, נאר דער אייבישטער און דער רבי קענען אים העלפען,

אבער וואס זענען מיינע קאנציקווענצען דערפאר איז שוין היינט וואויל באקאנט.

וועל איך דערווייל בעיטן מיט שיינעם ביטע פארמעקן אליינס אלע איבריגע ווערטער וואס קומען נישט דא אריין אין אשכול.

ס'נישט אז איך קען נישט ענטפערן, נאר איך 'וויל נישט' ענטפערן, ס'פאסט מיר נישט, איך בין א בעסערע גאטשע, און איך דארף היטן אויף מיין אוצר החכמה.. איך קען זיך נישט אלץ פאטשקענען מיט אנאנימע אייזל געהירן, אז מ'וויל פון מיר א ענטפער, קען מען עס בעטן שיין, וועל איך מיך אויסטון דעם צילינדער און אייך פעמפערן מיט א תשובה.

געוואלדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 4:14 pm

· #271751
מנשה'לע ער האט נישט דיר געמיינט.

בן אדם » פרייטאג מאי 1, 2015 4:52 pm

· #271766
-

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 1, 2015 6:33 pm

· #271798
matovu
berlbalaguleh
מנשה לוסטיג
רויטע וואנצעס
אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?

ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער

איך האב איינעם וואס קען שפילן רעבע. ער קען אלע שטיק וואס מ'דארף. אר וואוינט אין א קלעין שטעיטל אין ראקלענד קאונטי. אףףף רט. 45. יענער איז א מורא'דיגער עקטער. ער איז שוין א ביסל עלטער פון 50 יאר. ער האט שוין מער פון פערציג יאר עגקספיריענס אין עקטן. ער איז אויך דער הויפט פון די שטעטל ניי-סקווירא זיכערהייטס פאליציי...!


סתם בעביעש געשריבען
מסתם דורך אן אפענער סאקמירען קאפ
די גויעש 😂 🙄 😮 ע וועלט לאכט פינקט אזוי פין דיר אויך
Uneducated...

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2

מה טובו: איך מיין אז דו ביסט אונ-עדזשוקעיטעד. ווילסט זיך פארהערן אין תורה ומדע. לשונות העמים. גמ' תוס' ספרי חסידות (חוץ מאור עיניים.)פיזיקס, עלעקטריקל דיסטריביושן, עלעקטראניקס...וכו'. עמער זעהן ווער ס'איז אנ-עדיוקעיטעד...

מנשה לוסטיג » פרייטאג מאי 1, 2015 6:55 pm

· #271802
מיט אנדערע ווערטער א שמות גרוב..
דאס מיינט נישט עדזשוקעיטעד! דאס מיינט ביסט ברייט באקאנט אין אלע הבלי עולם התוהו, אבער א השגה אין עפעס אמונת צדיקים ביסטו קליין און פלאך ווי א ביר דעקל

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 7:09 pm

· #271809
קודאס פאר ר' בערל'ען פארן אוועקנעמען זיין הודעה.
ממנו ילמדו וכן יעשו!

👍

איך אויך » מוצ"ש מאי 2, 2015 10:10 pm

· #271828
ישמעאל הכהן
גאלע?

שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:35 pm

· #271858
באלעגאלע בלע"ז

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 5, 2015 8:01 pm

· #272770
כ'וויל באדאנקן פאר די וואס האבן זיך געמאלדן צו מיין דירעקטאר, אזוי וועט ער ליבערשט נעמען א אייגענער נישט א סעקולערער וואס האט נישט דעם חן.
מארגן ל''ג בעומר גייט זיין די צווייטע שוט.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 8:39 pm

· #272777
מנשה לוסטיג
מיט אנדערע ווערטער א שמות גרוב..
דאס מיינט נישט עדזשוקעיטעד! דאס מיינט ביסט ברייט באקאנט אין אלע הבלי עולם התוהו, אבער א השגה אין עפעס אמונת צדיקים ביסטו קליין און פלאך ווי א ביר דעקל

ווייל מ'גלעיבט נישט אין דאן צאאדיק, הייסט נאכנישט אז מ'האט נישט קיין אמונת צדיקים. אויב דאס איז א סעמפל פון א צאאדיק, ווילאיך טאקע נישט קענען אזאלכע צאאדיקעם..איך האב ב"ה געהאט די זכיה צו זעהן צדיקי אמת ווי הרה"צ רבינו יואל מסאטמאר זי"ע. און הרה"צ מ'קלויזנבורג זי"ע וואס לא פסיק פומייהו מגירסא. און די עבודת הקודש וואס מ'האט געזעהן ביי זיי...לעומת...איך לאז עס בלענק. און א יעדער קען אריינפילן ווי ער פארשטעיט...!
יא. נאך א זאך. די עבודת אלילים וואס מ'זעהט דארט אין שטעיטל איז נישט דא אין ערגעץ. נעמען א בשר ודם און איהם פארגעטערן. דאס איז שוין אן די אלע שייגעץ שטיק, מעשי גזילה און טעראר וועלכע ווערן אפגעטון לשמו ולזכרו...!

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 5, 2015 8:47 pm

· #272780
ווער ס'וויל מיטהאלטן די צווייטע שוט, קען מיר קאנטאקטן.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 8:51 pm

· #272782
מנשה לוסטיג
ווער ס'וויל מיטהאלטן די צווייטע שוט, קען מיר קאנטאקטן.

מיט א וואוו אדער מיט א יוד...?

נופת צופים » דינסטאג מאי 5, 2015 8:56 pm

· #272783
Re: ס'ווערט געזוכט א עקטער!
berlbalaguleh
מנשה לוסטיג
ווער ס'וויל מיטהאלטן די צווייטע שוט, קען מיר קאנטאקטן.

מיט א וואוו אדער מיט א יוד...?

מיט א יוד ווילסטו יא און מיט א וואוו נישט, אדער פארקערט?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 7, 2015 4:03 pm

· #273272
מי שלא ראה ההדלקה בניקלשבורג יונגרייז אוואו מיר האבן גענומען דעם צווייטן שוט, לא ראה!