☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס איז די שמחה לג בעומר?

וואס איז די שמחה לג בעומר?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8776

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:01 pm

· #271248
וואס איז די שמחה לג בעומר?
בר יוחאי נמשחת אשריך... שמן ששון מחבירך.... או...או.... בר יוחאי נמשחת אחריך שמן ששון מחבירך....

אויף די לאנגע געדרייטע שאסייען וואס פירן צום קליין פארשטיפטן דערפל מירון, שלענגלען זיך צעדנליגע טויזענער אויטוס און אוטובוסען, איבערגעפאקט מיט שווערע טויזענעטער רייזענדער, פון אלע שיכטען אין קרייזען, חסידישע אידן מיט די טראדיציאנאלע אייראפישע חסידישער טראגע, מזרחיסטן מיט זייערע כיפה סריגה'ס, ספרדים מיט זייערע ווייסע דאטשיקלך, ווילדע נא נח'ס מיט זייערע לאנגע צופלאשקעטע פייאות, ירושלימער קנאים מיט געשטרייפטע קאפאטעס, פרייע יונגען מיט צולאזטע טשופניקעס, כולם נקבצו ובאים לך... אלע פארמאגן בלויז איין דיסטאנאציע, מירון...

אין די לעצטע יארן, האט זיך דער מירון פיבער אריבערגעכאפט קיין חוץ לארץ אויך, נישט בלויז ביי בני עליה, נאר אפילו ביים פשוטען המון עם, און נישט בלויז ביי מענער, נאר אויך דער עזרת נשים האט באקימען דער מירון פיבער, און האבן זיך גענומען מאסענווייז פארן קיין מירון.

פארוואליע, וואס גייט דא פאר? פארוואס פארט יעדער קיין מירון? וואס איז די שמחה דא?

זייער פשוט אין דעם קליינעם דערפל מירון האט מען פאר א קנאפע 2 טויזענט יאר ציריק באהאלטען דעם ג-טליכען תנא רבי שמעון בר יוחאי, עס איז גאר נישט צוגעגאנגען אזוי פשוט... די אנשי ציפורי האבן דירך געפירט בלוטיגע ריאטען אין די גאסן פון גוש חלב, זיי האבן קאטאגאריש פארלאנגט אז מען זאל רבי שמעון באערדיגען אין ציפורי.. אבער עס האט זיי אבער גאנץ-קנאפע געהאלפן, דער מיטה פון רבי שמעון האט זיך געהויבן אין די ליפטען, ווי א פארגעשריטענער קאמפ עראפלאן, און זי האט געלאנדעט אין מירון, ווי ער איז געקומן לקבורה, און די ברויזענדע ציפורי איינוואוינער זענען געבליבן מיטן צינג אונדרויסען....

נא! זאל זיין אזוי רבי שמעון ליגט אין מירון! אשר על כן? אין גאנץ ארץ ישראל אויף יעדען בערגעל און שטענגל, ליגען באהאלטן אבות הק', נבואים, כוהנים גדולים, תנאים, אמוראים, און עס קומען נישט קיין מאסן, מען טיילט נישט קיין ח''י רוטל, מען באמבעט נישט מיט גיין מוזיק, מען שאטערט נישט קיין פרעס-שאטערס, מען פארקויפט נישט קיין ישיעות פאר 18 דאלאר.... וואס איז ביי רבי שמעון אנדערש? וואס איז דער גאנצער באלאגאן? וואס האט רבי שמעון מיט מיר? און וואס האב איך מיט רבי שמעון? עכ''פ מער ווי אנדערע תנאים?

נאך לאנגע פארמאטערטע נעכט פון פארשן און נאכזוכן אין אלטע ארכיווען, און אין אלטע פארשטויבטע פארגעלטע כתבי ידות, האב איך ענדליך באוויזען צו שאפן א שטיקל ליכט אויף די סיטואציע, און ארויסקומען מיט א שטיקל הסבר איבער דעם ל'ג בעומר אין מירון סומטאכע...

רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געווארן אינעם טאג ל''ג בעומר ג''א תתק''כ, 92 יאר נאכן חורבן הבית, און אינעם טאג וואס רבי שמעון איז נסתלק געווארן האט ער מגלה געווען גאר טיפע הייליגע סודות התורה, וואס קיין מענטשליכע אויער האט נאך קיינמאהל נישט געהערט, די סודות זענען נאך געווען פול מער ווי די סודות וואס ער האט מגלה געווען ביי די ערשטע אידרא וואס ווערט געברענגט אין זוה''ק פרשת נשא.

אין שמחה כשמחת התורה...

די הייליגע שכינה מיט דער גאנצער פמליא של מעלה, ווי אויך די נשמות פון די פארשטארבענע צדיקים פון גן עדן, אלעס איז אראפגעקומען פון די הויעכע סעפערן צו הערן די גאר הייליגע סודות וואס רבי שמעון איז מגלה, דער הויז ווי רבי שמעון איז געליגען איז געווען ארום גענומען מיט אן העליש פייער פון הימעל.. און קיינער חוץ זיינע גאר נאנטע די תלמידים האט נישט געהאט אהין קיין צוטריט... און די הייליגע שמחה וואס האט געהערשט דארט בשעת רבי שמעון האט מגלה געווען די רזין דרזין, האבן מיר אפילו קיין השגה נישט, די הייליגע שכינה, די שרפי מעלה, די הייליגע נשמות אלעס האט זיך געפרייט בחדוותא עלאה, הערענדיג די הייליגע סודות וואס רבי שמעון איז מגלה בקדישה ובטהרה, ברתת ובזיעה, כנתנתן מסיני.... ביז ער האט אויסגעהויעכט זיין שלימותדיגע נשמה, ווער ער האט גענדיגט מיט די ווערטער כי שם צוה ה' את הברכה חיים.... דאן.. ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ועלה רבי שמעון בסערה השמימה..

עס שטייט אין די הייליגע ספרים, אז יעדעס יאר לג בעומר ווערט נתחדש אין די הויעכע הימלען, דער זעלבער שמחה וואס האט דאן געהערשט ווען רבי שמעון האט מגלה געווען די סודות התורה... לג בעומר הערשט א געוואלדיגע שמחה אין די הויעכע הימלען... די שכינה הק' איז איינגעהילט אין א געוואלדיגע פרייד.... די זעלבע פרייד וואס זי האט געהאט, ווען רבי שמעון האט מגלה געווען די הייליגע סודות ביום פטירתו...

דעריבער איז פארשטענדליך אז די אלע וואס טרויערן מיט, מיט די הייליגע שכינה ווען זי איז בצער, פרייען זיך מיט, מיט די הייליגע שכינה ווען זי איז בשמחה.. דעריבער לג בעומר ווען די שכינה הק' איז בשמחה, קענען זיי זיך פשוט נישט גענוג דערפרייען, די שמחה רינט איבער די ברעגעס. טרערן פון שמחה און אהבה גיסן זיך פון זייערע אויגן.. עס איז זייער פארשטענדליך....

דא קומט אבער דער גרויסער אבער..

די אלע וואס קימערן זיך נישט בצער השכינה, און זענען איר מצער מידי יום ביומו... לעבן אין שוואויל-טאג און אין תאוות, וואס איז זייער שמחה לג בעומר? וואס האבן זיי פארלוירן ביים הייליגען תנא רבי שמעון? פארוואס קומען זיי בכלל קיין מירון? סתם צו מאכן א געדרענגעניש און צו שטערן די וואס פרייען זיך מיט מיט די הייליגע שכינה? גייטס אייך קיין אילת און לאזט צורוה די יודן וואס פרייען זיך מיט די הייליגע שכינה....

למעשה האב איך אבער יא געטראפן א שטיקל לימוד זכות... עס איז א דבר פשוט אז ווען דער קעניג איז אין א גוטע גיסטע, אין א גוד מוד.. קען ביי אים אלעס פוילן... אפילו די פארברעכער וואס דערצערענען דעם מלך, האבן א אפענע אויער ביים קעניג ווען ער איז בשמחה.... דעריבער איז יעדער א מחותן.....

רבותי לג בעומר איז דער קעניג בשמחה... לאמיר אויסניצן דעם הייליגען טאג וואס דער קעניג איז אין א גוד מוד.. און לאמיר זיך אויסבעטען אלעס גוט'ס, און די עיקר העקרים אז ומלכות זדון תעביר מן הארץ, ותמלוך אתה ה' לבדך על כל מעשיך, בביאת גואלינו ומשיחינו בב''א

אנא ה' הושיעה נא... בזכות אדונינו בר יוחאי... אנא ה' הצליחה נא בזכות רבי שמעון צדיקא

הוגה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:11 pm

· #271252
רבי אהרן קארלינער פארענטפערט שוין דיין קשיא. ער זאגט "כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל".

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:39 pm

· #271268
קאך_לעפל

נאך לאנגע פארמאטערטע נעכט פון פארשן און נאכזוכן אין אלטע ארכיווען, און אין אלטע פארשטויבטע פארגעלטע כתבי ידות, האב איך ענדליך באוויזען צו שאפן א שטיקל ליכט אויף די סיטואציע, און ארויסקומען מיט א שטיקל הסבר איבער דעם ל'ג בעומר אין מירון סומטאכע...

רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געווארן אינעם טאג ל''ג בעומר ג''א תתק''כ, 92 יאר נאכן חורבן הבית, און אינעם טאג וואס רבי שמעון איז נסתלק געווארן האט ער מגלה געווען גאר טיפע הייליגע סודות התורה, וואס קיין מענטשליכע אויער האט נאך קיינמאהל נישט געהערט, די סודות זענען נאך געווען פול מער ווי די סודות וואס ער האט מגלה געווען ביי די ערשטע אידרא וואס ווערט געברענגט אין זוה''ק פרשת נשא.

אפשר שטעלסטי ארויף א קאפי פון די "אלטע פארשטויבטע פאאגעלטע כתבי ידות" ווייל עס פאר עס איי קנאו איז נישטא קיין קלארע מקור אז רשב"י איז נסתלק געווארן לג בעומר. די ערשטע פלאץ ווי דאס ווערט געברענגט איז אין כתבי ר' חיים וויטאל אויף וואס די חיד"א זאגט שוין אז ס'איז א טעות ווייל דארט איז געשטאנען "יום שמחתו" און די דריקער האט עס פארטוישט מיט "יום שמת בו"

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:46 pm

· #271272
שמעון וואלף

יא יא טאקע גערעכט רבי שמעון איז טאקע נסתלק געווארן חוה''מ שביעות.... די וועלט האט פשוט א טעות...

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:49 pm

· #271273
קאך לעפל, זיי נישט אזוי צעקאכט.

די שרייבסט אז די האסט עס נאכגעפארשט בין איך פשוט נייגעריג צו וויסן אויב די האסט טאקע געטראפן א מקור. דעטס איט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:51 pm

· #271274
[ציטאט אראפגענומען]

דאס ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום בשם די מנח"א.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:52 pm

· #271275
און איך האב געטראפן אין אלטע פארשטויבטע גרינע כתבי ידות אז דעריבער איז די שמחה אזוי גרויס ווייל די וועלט פרייעט זיך אז ער האט מגלה געווען אז עס העלפט תשובה עילאה פאר פגם היסוד ודו"ק.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:56 pm

· #271277
שמעון וואלף
קאך לעפל, זיי נישט אזוי צעקאכט.

די שרייבסט אז די האסט עס נאכגעפארשט בין איך פשוט נייגעריג צו וויסן אויב די האסט טאקע געטראפן א מקור. דעטס איט.

בסדר! זאג ווען איז רשב''י נסתלק געווארן? וועלעכע טאג? וואס האט דיר דיין מאמע געזאגט? וואס האט דיר דיין רבי געזאגט? עס איז אנגענימען געווארן בכל תפיצות ישראל אז ער איז נסתלק געווארן לג בעומר! אלזא וואס ווילסטו? די ווילסט אריין גיין אין א היסטארישער שמיעס? בסדר מאך אויף א נייע אשכול מיר וועלן עס דארט דעבאטירן, דא מיין איך קומט עס נישט אריין, ואתכם הסליחה.....

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:58 pm

· #271279
שמעקעדיג
און איך האב געטראפן אין אלטע פארשטויבטע גרינע כתבי ידות אז דעריבער איז די שמחה אזוי גרויס ווייל די וועלט פרייעט זיך אז ער האט מגלה געווען אז עס העלפט תשובה עילאה פאר פגם היסוד ודו"ק.

טאקע? וואס מיינט דאס פגם היסוד?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:00 pm

· #271280
אן קוקן אין אלטע כתבי ידות, איז ברייט באקאנט אז ר' שמעון האט געוואלט אז זיין הילולא זאל זיין א יום שמחה.
און אז דו מאכסט שוין חשבונות וועגן די ענינים, קען מען אריינגיין אין צימעס און אנהייבן שמועסן פארוואס געוויסע חצרות קודש אין אמעריקע מאכן הדלקות.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:02 pm

· #271284
שמעקעדיג
אן קוקן אין אלטע כתבי ידות, איז ברייט באקאנט אז ר' שמעון האט געוואלט אז זיין הילולא זאל זיין א יום שמחה.
און אז דו מאכסט שוין חשבונות וועגן די ענינים, קען מען אריינגיין אין צימעס און אנהייבן שמועסן פארוואס געוויסע חצרות קודש אין אמעריקע מאכן הדלקות.

אה? דאס ווילסטו אז דער אשכול זאל אנקומען אין צימעס... נא זאג אזוי..... טוה א קוק מר איך ועל אקורושט אויפמאכן אן אשכול אין צימעס, ווי די וועסט קענען מסביר זיין צום 679טע מאהל פארוואס דער סאטמארער רבי טאר נישט מאכן קיין הדלקה....... בסדר? געפוילט? מר שמעקעדיג?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:08 pm

· #271286
חס ושלום.
צו זיין אויפריכטיג, איך גלייך דיינע תגובות אסאך מאל. אבער עס פארדריסט מיר ווען איינער פרובירט צו זיין קלוגער ווי די גאנצע וועלט און אוועקמאכן די התעוררות וואס עס הערשט.
אז דו מאכסט אוועק יענעמ'ס שמחה, פרעג איך אויב אזוי לשמחה מה זו עושה אין אמעריקע. איך מיין נישט קיינעם.
עס איז פאראן גענוג זאכן אויף וואס צו מוחה זיין ביי כלל ישראל, פארוואס זוכן א שיינע מנהג.
אני לעצמי האלט יא אז מען זאל מאכן א שמחה איבעראל, און איך בין זייער שטאלץ פון אלע רבי'ס וואס געבן כשר אינטערטעינמענט פאר זייער עולם, און אזוי אויך פארגין איך אלע מענטשן וואס פליען קיין מירון און ענדזשויען זיך ברוחניות ובגשמיות.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:10 pm

· #271288
דארפסט נישט גיין קיין צימעס, קענסט שרייבן דא און דא און דא

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:10 pm

· #271289
שמעקעדיג
חס ושלום.
צו זיין אויפריכטיג, איך גלייך דיינע תגובות אסאך מאל. אבער עס פארדריסט מיר ווען איינער פרובירט צו זיין קלוגער ווי די גאנצע וועלט און אוועקמאכן די התעוררות וואס עס הערשט.
אז דו מאכסט אוועק יענעמ'ס שמחה, פרעג איך אויב אזוי לשמחה מה זו עושה אין אמעריקע. איך מיין נישט קיינעם.
עס איז פאראן גענוג זאכן אויף וואס צו מוחה זיין ביי כלל ישראל, פארוואס זוכן א שיינע מנהג.
אני לעצמי האלט יא אז מען זאל מאכן א שמחה איבעראל, און איך בין זייער שטאלץ פון אלע רבי'ס וואס געבן כשר אינטערטעינמענט פאר זייער עולם, און אזוי אויך פארגין איך אלע מענטשן וואס פליען קיין מירון און ענדזשויען זיך ברוחניות ובגשמיות.

איך הער...

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:16 pm

· #271322
[ציטאט אראפגענומען]

ער ברענגט די מעשה אבער נישט בשם ראפשיצע רב (אגב, ער איז געווען אן אייניקל) קען זיין אז ראפשיצע רב האט נאר נאכדערציילט די מעשה אבער ס'נישט געווען מיט אים אליינס, און שטעלט עס צו צו לג בעומר. זיין אויספיר איז געווען אז ער האט טאקע נישט קיין שייכות צו ר' שמעון (ברוב ענותנותו) אבער זיין טאטע האט דאך מחבר געווען דעם באר לחי רואי אויף תקוני זוהר, ממילא האט ער א קשר מיט די שמחה לג בעומר

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:50 pm

· #271376
זייער שיין געזאגט, קאך לעפל. יישר כח.

איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט זיך דא גענומען צו זיינע ביינער. איך האב מורא אז דאס האט צו טון מיט די כריינישע בייסיגע ווארעם וואס האט זיך דא אריינגעכאפט לעצטנס אין שטיבל. מיר וועלן זיך אבער נישט לאזן. קאווע שטיבל וועט בלייבן א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען עד ביאת המשיח.

סך הכל ברענגט ער ארויס, אויף זיין אייגנארטיגער וועג, א נקודה וואס שטייט שוין אין די ספרים אז די שמחה פון ל"ג בעומר איז לכבוד די סודות התורה וואס רשב"י האט מגלה געווען אין דעם טאג.
די קשיא ווי אזוי די פשוטע מענטשן קענען זיך פרייען מיט די באהאלטענע סודות איז זייער פשוט. דער זהר האט אריינגעשיינט א פרישע סארט חיות אין די תורה ומצות, אז יעדע זאך איז פארבינדען אויבן, מיט יעדע זאך וואס מען טוט בויט מען עולמות, און אז יעדע קלייניקייט וואס א איד טוט פארן אייבערשטן איז זייער חשוב און טייער. דער געדאנק איז שפעטער געווארן אויסגעברייטערט דורכ'ן אר"י הק', און נאך מער דורכ'ן בעש"ט ותלמידיו. און דאס איז ממש געווען א לייף-סעווער פאר אידישקייט, אז די אידישקייט זאל נישט זיין טרוקן אן קיין טעם, נאר מען זאל שפירן א געשמאק דערין.
און דאס איז טאקע גאר א גרויסע שמחה.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:04 pm

· #271386
ברסלבער די ווייסט דאך אוודאי וואס דער הייליגער רבי שרייבט אין ליקיטי מהר''ן, אז בעקבתא דמשיחא וועט אראפ קומען א מבול פון כפירה אין מינות אויף דער וועלט, און מען וועט זיך קוים קענן האלטן ביי די ריינע אמונה, עס איז נאר א חידוש אז דער רבי שרייבט נישט וועגן כפירה און טפשות באנאזאם, דאס איז אזא קרעטץ, וואס זעהט אויס אז אפילו דער הייליגער רבי זי''ע, וואס האט פארגעשריבען ברוח קדשו וואס עס וועט זיין באחרית הימים האט נישט משיג געווען אז עס וועט חלילה פאסירן.

איז אזוי די אטאקעס איז נישט אויף וואס איך האב געשריבען דא אין דעם אשכול... די אטאקעס זענן אויף ווואס איך האב געשריבען ערגעץ אנדערש ווי..... עס מיינט מיר פארזענדליך... נישט וואס איך האב געשריבען. דא...
איז אזוי ווען א פשוטער כופר מיט שכל בילד, שוין... אפשר דארף עס באדערן אפשר נישט.... אבער וועט א כופר- טיפוש- איום -ונורא בילד...? חלילה אפי' א צו ענפערן מיט א פיפס.... מען קטנט זיך אויס אויף אים אין מען גייט ווייטער.......

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:58 pm

· #271419
[ציטאט אראפגענומען]

אגב דאס אז רבי שמעון איז נפטר געווארן לג בעומר איז טאקע אנגענומען בכל תפיצות ישראל, אבער ווי ער איז נפטר געווארן איז נישט קלאר, איך האב געשריבן אז ער איז נפטר געווארן אין גוש חלב, אזוי האב איך געזעהן נאכברענגען פון פסיקתא, אבער איך מיין אז עס איז דא א געטוהעכס דערוועגן.

ווייס פרעזידענט » מאנטאג מאי 18, 2015 7:49 pm

· #276484
Re: וואס איז די שמחה לג בעומר?
דעי מעשה איזה פארגעקומען ביים תולדות יעקב יוסף שמחות תורה א טאג פאר ער איז נפטר געווארען אסרו חג סוכות