☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אויפגערעגט און מלא טענות

אויפגערעגט און מלא טענות

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8775

מרדכי » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:13 pm

· #271227
אויפגערעגט און מלא טענות
די זייגער ריקט זיך עס טוט שוין טאגן
אבער איך פיל איך מיז עפעס זאגן
אויסליפטערן מיינע געפילן אויפן פאפיר
אביסל פארשטיין געבן וויאזוי איך שפיר

מיט א שמייכל אויפן געזיכט
נעמט ער מיר ארויס פון גלייכגעוויכט
לייגט ארויף אויף מיר די בלעים
זאגט אז מיינע תירוצים זענען לעים

וואס איך זאג איז נישט צום זאך
זיינע איידיעס זענען מוראדיג רייך
וואס ער זאגט מיז מען אננעמען ווי א געזעץ
און ער האט נאך טענות פארוואס איך העץ

וואס בעט איך דען שוין
נישט קיין געלט באלוין
זאלסט הערן וואס איך טוע זאגן
אביסל שכל טוע איך פארמאגן

אבער איין מינוט בארואיג דיך .....

האסט געהאט א שווערע טאג, איך פארשטיי
אפשר האסטו גאר אביסל קאפוויי
די טייטשט אויס יענעמס ווערטער
ווען ער האט נישט געמיינט צו זיין א שלעכטער

שלאפן אביסל העלפן וועט
אויך עס דיך אן צו די זעט
און טאמער נאכן אויסגעריהט ווערן
טיהט עס דיר נאכאלץ שטערן

געדענק נישט ווערד זיך צו רעגן
קענסט גארנישט טיהן דערוועגן
שרייען איז נישט די וועג
צו וועט עס העלפן? געב זיך א פרעג

זאג אויף א רואיג וועג וואס דיר נאגט
פרוביר אויך צו דערהערן וואס ער זאגט
פאר די רעדסט, טראכט אסאך
מיט שכל קען מען אויפטוען צו די זאך!

מרדכי » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:31 pm

· #271262
Re: אויפגערעגט און מלא טענות
איך בין נישט קיין שרייבער און זיכער נישט קיין גראמער. איך ליין דא אסאך און איך האב זייער הנאה. האב איך געטראכט אז איך דארף אויך עפעס צולייגן.
די לעצטע פאר טעג האב איך געהאט אויף א ידיד מיינער א שווער הארץ. האב איך געטראכט עס פרובירן אראפצושרייבן.
אז די עולם האט הנאה האט זיך עס זיכער געלוינט

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:02 pm

· #271283
זייער שיין

איינע פון די גוטע זאכן פון ק"ש איז אז מ'קען זיך קומען אפרעדן דאס הארץ ווען עפעס באדערט בבחינת דאגה בלב איש ישחנה. איך האב שוין אסאך מאל נהנה געווען דערפון הן בין איש לאשתו, בין אדם לחבירו וכדומה