וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמעריקע
די אשכול איז אינספייערט געווארען דורך א אנדערע אשכול וואס פרעגט וויפיעל סאטמאר האט גיעפענט. איך האב געזוכט א חסידות צו באשרייבען וואס ס׳ איז פונקט פארקערט פון סאטמער. אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין גרויס ידיעה איבער די בתי מדרשים פון בעלזא אין היות איך ווייס אז ס׳ דא גאנץ אסאך בעט איך דער וואס ווייסט זאל שרייבען
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
וויפל האבן די גערער איז אן אינטערסאנטערע שאלה
אויב קענעדע הייסט אויך אמעריקע. דאמאלס איז די ביהמ"ד אויף דזשין-מענס אין מאנטריאל. און נאך איינס אין די נייע געגנט. איך ווייס נישט פונקטליך וואו. איך וואוין שוין נישט דארט. נו, ר' שושן פורים שטיי אויף תחיית המתים און רוף דיך אן...! כאטש דו דאוונסט אין סאטמאר אויף האטשיסאן סטריט...!
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
מ'פארציילט אויף א גרויסן רב דאהי אין אמעריקע וועלכער האט געדינט ווי דער נשיא פון איינער פון די ארג.'ס שבארה"ב וקאנאדא, מאכט זיך אמאל א פאליציי האט אפגעשטעלט זיין קאר, נעמט זיך דער דרייווער מסביר זיין פארן פאליציאנט וואסערע חשוב'ע פערזענליכקייט ער פירט דא אין די קאר, און דער פאליס זאל האבן דרך ארץ וכו'. האט ער אים געזאגט אז ער פירט דעם רב, און בתוך הדברים זאגט ער אז ער איז דער נשיא פון די ארגאניזאציע פלונית ד'אמעריקע, עפנט זיך אויף די בעק פענסטער, און דער רב שרייט ארויס: "ענד קענעדע"!
סאו אויב קענעדע הייסט ווען אויך אמעריקע וואלט מיר דערלייגט די מעשה..
צוריק צום נושא פון די אשכול,
אין מאנסי האבן זיי מיין איך 3 ביהמ"ד אויף מעיפל טערעס, אויף מעין סטריט די ישיבה, און אויף דיקעיטאר,
האב איך אויסגעלאזט?
אין וויליאמסבורג צוויי, איינס אויף הופער און איינס אויף קיעפ
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
באקומען אין אישי. בתי מדרשים בעלזא בארא פארק. 43&13. 43&15. 15&50. 18&51. 9&46. 12&50. 36&12. 45&13. 39&13. אין ווילי איז דא נאר איינס.
וואס איז מיטן נייע בעלזא שכונה אין לעיקוואד? האבן זיי דארטן אן אייגן ביהמ"ד?
די קעניג פין אמעריקעבאקומען אין אישי. בתי מדרשים בעלזא בארא פארק. 43&13. 43&15. 15&50. 18&51. 9&46. 12&50. 36&12. 45&13. 39&13. אין ווילי איז דא נאר איינס.
כ'האב שוין פריער געשריבן וועגן ווילי
שמעון וואלףאין וויליאמסבורג צוויי, איינס אויף הופער און איינס אויף קיעפ
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
שמעון וואלף מ׳ שרייבט מיר אין אישי אז די ביסט א מחנובקער
קוק איבער די קעפל פונ'ם אשכול. בעלזע חסידים האבן געפענט די בית מדרש; די מושג בעלז-מחנובקה האט דאן נאכנישט עקזיסטירט.