☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די עתיד פון אידיש

די עתיד פון אידיש

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8771

עדיאל » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:46 pm

· #270978
די עתיד פון אידיש
וואס האלט דער עולם איבער די עתיד פון אידיש צווישן קומענדיגען דור חסידים אין אמעריקע. צו גייט זיך אידיש טוישן מיט געוויסע פרטים, למשל אויסשפראך (אקצענט), ווערטער (פארלירן און צוקומען פרישע, סלענג), אדער נייע פראזן, אדער פראזן וואס שטייען צו פארלירן מיינונג. וואס קענען זיין די גורמים צו א טויש? סאציאלע מידיע (קאווע שטיבל, וואצאפ), צייטונגען, פרישע זשורנאלן, איינפלוס פון ענגליש אדער עברית (א שינוי פון די לעצטע זעכציג יאר), אדער פשוט א גרעסערע קאמיוניטי רעדנער. צו האט זיך אידיש געטוישט אין די לעצטע פערציג יאר צווישן אמעריקאנע געבוירענע חסידים, באזונדער צווישן אונגארישע און גאליציאנע אפשטאמיגע?
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט ווען דער עולם קען דא לופטערן נביאות'ער.

קאמענטירער » מאנטאג מאי 18, 2015 9:40 pm

· #276538
דעס וועט מנהסתם זיין אז די ליטוואקעס וועלן האבן מיט יארען ארום א דיפרענט ענגליש וויבאלד זיי נוצען ענליש טאג טעגליך און אזוי אויך ביים לערנען. ווי מזאגט א וויץ אז א ליטוואק איז אריין אין א באנק ווייל ער האט געוואלט וויסען ״איף טי קערען איז שטייגונג״...