☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » חינוך: זאל איך שטיפן מיין זוהן פאר תרי"ג מצות פארמעסט?

חינוך: זאל איך שטיפן מיין זוהן פאר תרי"ג מצות פארמעסט?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8768

בן אדם » מיטוואך אפריל 29, 2015 1:51 pm

· #270889
די עיקר וועם די קינד וויל באמת צופרידנשטעלן, זענען זיינע עלטערן. איז אויב וועט ער זען איז איר מאכט נישט קיין גרויס עסק דערפון, וועט ער נישט פילן אז ס'פעלט עם עפעס פון זיין הצטיינות. פארשטייט זיך, ס'נאר אויב ער איז צוגעשטעלט און די נארמאלע לימודים, ווי גמרא, חו"ר, הלכה וכו'

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:52 pm

· #270923
נישט אמת, ער וויל זיין אויך א חלק פון קלאס, און אוודאי זאלסטו איהם שטופן דערצו, נאר אויב מיינסטו מיט א אמת ער זאל קונה זיין ידיעות און ער איז א מצוין דאן זיי איהן מעודד ער זאל קונה זיין די וויכטיגע ידיעות אין זיינע פרייע זמנים, אפשר מאך איהם מבצעים פאר דעם וכדו', אסאך הצלחה.

חקרן » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:54 pm

· #270925
תרי"ג מצוות איז א הילף פאר א קינד וואס קלערט צו וואקסן אין תורה, וויבאלד בשעת'ן לערנען די גמרא, ווייסט מען יעדע הלכה און מחלוקת, אין וועלכע פון די תרי"ג מצוות דאס גייט אריין, און עס העלפט אים פאר די קלארקייט פון די סוגיות.

יעקב מענטש » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:11 pm

· #270941
איך וואלט אים עניטיים געשטופט צו רוכש זיין ידיעות און די זייטיגע צייטן 'אויב' ער איז באמת אינטערסירט דערין (אפי' שלא לשמה), פארוואס נישט ?, ווען ער וועט אנהייבן צו לערנען אין ישיבה וועט אים עס גיין אסאאך גרינגער, ער וועט זיך פילן אינדערהיים איין די אלע סוגיות, אין אמתן אריין וואלט דאס ווען געדארפט זיין די לימוד א גאנצן טאג אין נישט לערנען גמרא מיט כיתה ה און ו אינגלעך וואס זיי קענען נישט עכט האבן א געהעריגע הבנה אין די טיפע לימודים,

אבער אז ס'גייט מיט צוואנג צו ווייל דער רבי אדער די עלטערן איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט, ס'וועט אין אים אויפבויען א שטיקל שנאה צו די תורה אדער לכה"פ עס מאכן פילן ווי א 'עול' זייער נישט העלטי, און האב א לאנג טערם השפעה

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 1, 2015 1:09 am

· #271584
קריינא דאיגרתא

עס פאלט זיי נישט ביי צו לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי באגלייטן, אונזערע מלכים, נביאים, נ"ך, גאונים, ראשונים, און די היסטארישע תקופות פון כלל ישראל, וכדומה.

וויאזוי באגלייטן די ענינים מענטש ?

קריינא דאיגרתא
און מיין זוהן זעהט נישט די גרויסע גליקן אין קענען תרי"ג מצוות אויסנווייניג.

אלע אנדרע זאכן וואס ער לערנט אין חדר זעהט ער יא די גרויסע גליקן ?