☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שפרינגען זינגען טאנצן - פאעזיע

שפרינגען זינגען טאנצן - פאעזיע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8762

חקרן » דינסטאג אפריל 28, 2015 3:54 pm

· #270609
שפרינגען זינגען טאנצן - פאעזיע
על פי בקשת אחד מחברינו היקרים...


עפלעך מיט מאראנצן
קעפ פול מיט וואנצן
שפרינגען, זינגען, טאנצן
מיאוס צודרייט אינגאנצן
שיינע אידן עגאאיסטן
באגראבן אונז אין די מיסטן
אידיש בלוט האלט אין איין גיסן
אינטרעסירט זיי נישט די סאדיסטן

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

מיר האבן נישט קיין צדיקים
מיר האבן נישט קיין מנהיגים
מיר האבן נאר,
מסיתים ומדיחים
אדמורי"ם חמורים
רבנים חמסנים
ראשי ישיבות
א באנדע מגלי פנים

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

ברודערלעך איך בעט אייך
קאפ פון א רעטאך
הארץ פון א קארטאפל
פארשטייט ווי א פאנטאפל
שלעפט זיך ווי א וויידל
בלאנדזשעט ווי א דריידל
עפנט אויף דעם שיידל
טרעפט מען דארט א קניידל

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

ווער האט געזאגט די דרשה?
דער שגץ דער רשע!
ווער האט געבלאזן שופר?
דער אפיקורס, דער כופר!
ווער איז דער שליח ציבור?
דער מתבולל מיטן חיבור!
די צוויי פיסיגע חמורים
לויפן נאך די אדמורים

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

ווער פסקנט אונז די שאלות?
דער המספיק מיטן מעלות!
ווער איז אונז מעורר?
דער גרויסער בן סורר!
ווער זאגט צו הבטחות?
דער מומר להכעיס!
תורה מלומדים
אסימילירטע משומדים

רחמי שמים
מלך חי וקים
אל תעזבינו
ואל תטשנו

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

א חיי מהר"ן
ארויף אויפן עראפלאן
פרעסט אפעטיטלעך
זיך מוחל מיט די צען קאפיטלעך
נישט קיין הלכות תשובה
נישט קיין רבינו יונה
אינגאנצן כופר
אין די השגחה עליונה
מזיד כאונס
נישטא קיין שכר ועונש
ויקומו לצחק – אחדות
דער רבי שלעפט ארויס פון שאול תחתית
מוליך ומביא
אמונת שבתי צבי
א מכה וועט העלפן די מקוה
ולמלשינים אל תהי תקוה

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

גילוי עריות, שפיכת דמים
עבודה זרה
אמעריקע חולעריקע
אמעריקע היסטעריקע
דער קאנסטעטאציע
א מיסט בלאט פול מיט שמוציע
אמעריקאנער דעמאקראטן
ביידע פארשטונקענע ראטן

על מי יש לנו
להשען
אלא על אבינו
שבשמים

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:46 pm

· #270727
אויסערגעווענליך! יעדע שורה גין גאלד!

וואס מיינט ״ע״פ בקשת אחד מחברינו היקרים״?

חקרן » מיטוואך אפריל 29, 2015 12:00 pm

· #270867
אפטעמיסט
אויסערגעווענליך! יעדע שורה גין גאלד!

וואס מיינט ״ע״פ בקשת אחד מחברינו היקרים״?


אז עס איז נישט מיינס, איינער האט עס מיר געבעטן ארויפצולייגן, בעילום שם.

חקרן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:43 pm

· #271509
נו שוין... נישט אומזינסט האט אונזער חבר נישט געוואלט ארויסשטעלן זיין נאמען ברבים, יעצט האט ער מיר מגלה געווען דעם סוד.

רמז:
951.262.3752
דערנאך נומער 10

לכבוד שבת קודש » פרייטאג מאי 1, 2015 10:22 am

· #271625
אמסל...

האט איינער אמאל גע'חלומ'ט אז אמסל קען פאעטיע? - אפשר איז ער גאר פון די קאווע שטיבל מיטגלידער...

chaims » פרייטאג מאי 1, 2015 10:59 am

· #271638
Re: שפרינגען זינגען טאנצן - פאעזיע
אוי אמסל!!!
דערמאנסט מיר גירסא דינקתא ווען איך האב עם אויסגעהערט יעדן טאג ער איז דאך זיס ווי צוקער

חקרן » פרייטאג מאי 1, 2015 11:06 am

· #271639
געדענקסט ווען ער פלעגט זיך שלאגן מיט געשטעטנער? - קולות איז געגאנגען אויפן האטליין, יעדע וואך אהין און צוריק, געשטעטנער האט אים באשריגן און ער האט צוריקגעענטפערט, ס'איז געווען א מחיה...

chaims » פרייטאג מאי 1, 2015 11:12 am

· #271642
Re: שפרינגען זינגען טאנצן - פאעזיע
סעמי ציקעןפוס אחמד'ס טאטעלע איי דיי די די דיי דיי דיי

chaims » פרייטאג מאי 1, 2015 11:16 am

· #271644
Re: שפרינגען זינגען טאנצן - פאעזיע
אוי זיינע פערל ווערטער אין יעדע נושא איז דאך אויסצוקישן
איציק וואדרידשיק
שניאור מענדאלסאן
צבי מאיר זיליביליבוג
בלעםבערג
נטורי קאטשקע
ועוד ועוד.....

חקרן » פרייטאג מאי 1, 2015 11:19 am

· #271645
יעצט איז ער ביזי מיט נטורי קאראקאס (צוליב דעם וואס זיי זענען געווען אין קאראקאס).