☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » גורקען מיט צוויבל

גורקען מיט צוויבל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8760

נופת צופים » דינסטאג אפריל 28, 2015 2:17 pm

· #270577
גורקען מיט צוויבל
מיין בויך ער ברימט
ער ווארט אויף זיין חלק
ער שרייט און שימפט
צו אלעם הייליג

וואס צו דערלאנגען
וואס טוה איך האפטן
ער טוט זיינס פארלאנגען
זיין עהרן געשאפטן

קאלט אדער ווארעם
זויער צו זיס
איך קוק מיך ארום
דעם קעלנער איך גריס

פיש אומגעקאכט
מיט רייז איינפאך
ווער ווייסט וואס נאך
עפעס צו דער זאך?

קעז מיט טאמעיטעס
ס'גיסט זיך אויל
מיין אויג ווען ער זעהט עס
כאפט מיר א גרויל

אייער צומישט
אדער זוניג ארויף
שמעקט מיר גארנישט
פון דא באלד איך לויף

א גורקע און צוויבל
מיט בלעטער גרין
ס'כאפט מיר אן איבל
וואס זאל איך טוהן

אפשר איז בעסער
אן אלע פרעס
א גאפל און מעסער
אין בויך מאכט א מעס

מלח בפת
מיט וואסער צום זעט
ביז דאן איך פאסט
ווארטן ער וועט

נופת צופים » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:43 pm

· #270705
Re: גורקען מיט צוויבל
א סעודה כמלך
פון אנדער'ן האלב
נישט פת במלח
נאר גרינס מיט א קאלב

באפרידיגט מיין מאגען
זאל זיין צום געזונט
יעצט דארף איך נאך טראגן
נאך אפאר פונט

וכדומה.. » מיטוואך אפריל 29, 2015 1:44 am

· #270800
א קלאסישע "רעפפ" שטיקעל 👍 👍