☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8757

אשכול אן א טיטל #8757

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8757
בלאט: 1 2

— » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:58 am

· #270469

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בן תמליון » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:02 am

· #270471
וואס באדייט דאס??? ער'ז באמת א פיינער מוהל כ'האב איהם גענוצט ביי מיינע.

שמערל » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:22 am

· #270484
דער דאטום איז פ' ויצא, כ'האב שוין לאנג געהערט פון דעם צעטל. ווי איך האב געוויסט איז דאס קיינמאל נישט נתפרסם געווארן, ווייל ער האט זיך אינטער גענומען צו מאכן מציצה נאר דורך א צווייטן.
עס קען זיין אז דאס איז סתם א ליק, און גארנישט איז יעצט מחודש געווארן.

היסטאריקער » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:27 am

· #270487
[ציטאט אראפגענומען]

איך האלט אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ווערט פינעם צעטעל

ווי קומט מרז״ל אריין דא? ער איז ניטאמאל זיינער א מענטש

אויב זענן זיי גערעכט מיט וואס זיי שרייבן איז אשאד דאס אריינמישן

איך גלייב אז עס איז א א פאלשע צעטעל

בן תמליון » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:39 am

· #270491
היסטאריקער
[ציטאט אראפגענומען]

איך האלט אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ווערט פינעם צעטעל

ווי קומט מרז״ל אריין דא? ער איז ניטאמאל זיינער א מענטש

אויב זענן זיי גערעכט מיט וואס זיי שרייבן איז אשאד דאס אריינמישן

איך גלייב אז עס איז א א פאלשע צעטעל


אפשר פעלט זיך עס אויס צו ווייזן פאר די אינסטאנצן מיר נעמען קעיר נישט זיי וכו' ווער ווייסט. עפעס שטימט נישט דער גאנצער זאך מיט די אלע סלאגאנען ביז יעצט שומר מצוה לא ידע דבר רע, כי עליך הורגנו זו מילה אא"וו.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:41 am

· #270493
חביבים יסורים. זיבעציג יאר וואוינט מען אין אמעריקא, און מ'האט קיינמאל נישט געהערט פונ'ם אוועקפיהרען א מוהל פון זיין אמט. ער ווערט בלינד, זיין הענט ציטערען, ער פארגעסט? ה''ו קעיר''ס? איך האב אן אלטע מסורה און איך גיב נישט אויף.
אבער ווען די אנטיסעמיטען קומען מאכען סדר, הייבט מען שוין אן צו ערלעדיגען דער זאך.

chaims » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:49 am

· #270498
נאר א שאד אז אזא וויכטיגע שריט דארף שמעקן פון פאליטיק

signout » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:03 pm

· #270503
ווי קומט דא מהרז''ל אריין?

פליקער » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:34 pm

· #270525
רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין

שמערל » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:40 pm

· #270529
פליקער
רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין שולן וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין

היסטאריקער » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:01 pm

· #270539
ער האט א צעטיל פין א דאקטער וואס באשטעטיגט אז ער האט נישט קיין הערפיס (מהר''א האט אים געשיקט צו וואלקאנער רב וואס האט אים געשיקט צו א דאקטער) ער ווייזט די צעטיל פאר יעדן, אין די טייל פין אינטערגעשריבענע פירן א מערכה מיט אלס קנאה ווייל ער איז דער שטערקסטער מוהל

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:04 pm

· #270541
Here we go
הרב פייוועל כהן וואוינט שוין נישט אין נ.י. און ער זוכט נישט קיין מוהלות פאסטע''ן.

לית דין בר נש » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:16 pm

· #270549
נו לייג ארויף די צעטיל פונעם דאקטער

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:17 pm

· #270550
ער אליין איז נעבך ארומגעגאנגן נאך געלט פאר'ן ועד משמרת הברית.

שמעתי אז ער איז טאקע מער אן ארוני (זיין טאטע איז דארט פון די ראה"ק) אבער ער זיכט זיך צו האלטן נוטראל און זיינע אינגלעך לערנען ביי ארונים און מיידלעך ביי זלונים.

ער איז א חשובער אינגערמאן אבער ער טראגט יעצט א גרויס אחריות אז די שטאט זאל נישט האבן קיין תירוץ זיך אריינמישן. פון די אנדערע זייט אבער, האט מען שוין געהערט אז רבנים קענען זיך אמאל פירן שלא ביושר, און דאס טאר מען אויך נישט צולאזן.

signout » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:39 pm

· #270561
שמערל
פליקער
רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין שולן וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין
אין מהר''א, בעלז, גור האבען נישט קיין 10 שוהלען אין וומסב''ג/ב''פ?

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:49 pm

· #270565
קודם כל וואינט ער אין וויליאמסבורג און דארט האט ער כמעט אלע בריתן, נישט אין ב"פ. צווייטענס, וויפול גורע און בעלזע נעמען אים פאר מוהל? און סאטמאר (ביידע) איז ער אויפגעכאפט.

shem-tov » דינסטאג אפריל 28, 2015 2:06 pm

· #270572
איינער קען אפשר פליז איבערטייטשן אין אידיש די ווערטער חסרון רציני און תיפקודו.

אויב איז די בריוו אמת איז עס א שרעקליכע דורכבראך אין אקאונטעביליטי ביים היימישן עולם. סאיז אויך א פרישע ווערים שאכטל ווייל פון יעצט אן גייט יעדער ראצערישע ארגאניזעישאן מיט אזעלעכע אטרעקטיוו לעדערהעדס ווי דער וועד משמרת הברית זיך נעמן שיקן בריוון צו גאווערמענט עידשענסיס אז זיי זענען די עכטע פארטרעטער ביז זיי וועלן שוין גוט צומישט ווערן. נאך אלעם איז דאך קיינער נישט בעה"ב און קיינער האט נישט ביי אונז קיין קאלעדש דעגרי. וואס סזאל עס מאכן מער אנעמבאר ווי דעם צווייטענס

בן תמליון » דינסטאג אפריל 28, 2015 2:14 pm

· #270575
דוכט זיך דער אינגערמאן איז העכער פון די פאליטיקס ער איז נישט מער ארוני ווי זאלי. ער איז אזא ר' טודרוס חסיד טיפ.

וואס איך פרוביר פארשטיין דא, מען האט אונז מסביר געווען די אלע יארן, דר. ווערצבערגער אין ראדני סטריט אז בעצם האט כמעט יעדער מענטש די הערפיס אנטי באדי באצילן וואס קען טעכניש איבערגעבן הערפיס. ווילט איר מיר זאגן אז דער מוהל דא דרייט זיך ארום מיט אקטיווע הערפיס וואס ער קען נישט פטור ווערן דערפון? דאס מאכט נישט קיין סענס. אפשר קען איינער דא געבן פרטים? צו אפהאקן א אידס פרנסה איז נישט קיין קינדער שפיל און די נעמען אייכנשטיין מיט וויינבערגער אויפן שפיץ צעטל שרייט ארויס קארופציע און חשבונות.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 3:24 pm

· #270593
[ציטאט אראפגענומען]

אבער וואס איז שייך "צו ווייזן" פאר די ממשלה...?! צו מעדיצין פארשטייען זיי דאך יא. נו. אויב זיי (די וועד) פארלאנגען אז דער מוהל זאל אדורכגיין א מעדיקל טעסט און ער וויל נישט, קענמען איהם דאך נישט לאזן פראקטיצירן...! וואספארא פאליטיק איז שייך ביי דעם...?!

יעקב מענטש » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:14 pm

· #270651
ס'איז ממש צום שטוינען וויאזוי מענטשען ברענגן ראיות פון אן אלטע צעטל, וואס קען זיין ער האט געהאט עפעס א דיפערענץ מיט די רבנים און האט זיך שפעטער אויסגעגליכן, און די צעטל איז שוין לאאאנג נישט אין קראפט,

אלנספאלס, איך דעם אינגערמאן גוט, און ווי טייל זאגן דא איז ער היפש אומפארטייאיש (אפשר אביסילע צו די ארונישע זייט, אבער ווייט פון גענוג אז ס'זאל זיין א געראטענער פישעל פאר די זאליס), און במילא נעם איך ענדערש אן אז דאס איז אלטע נייעס,

נאך א באמערקונג, איינער פון די חותמים איז הרב בלום, די לעצטע מענטש וועם איך וואלט חושד געווען אין מיטשפילן מיט פארטייאישע שטיק, עפעס וואס ביידע צדדים קענען מעיד זיין

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:41 pm

· #270665
הייסט'ס ווען מ'רעדט פון געזונט פון קינדער קומט אריין די שטינק פון די מארמערושער קרעטשמע.
אלע גרויסער שיסער'ס וואס ווייסען וואס טוט זיך אין גאלאנטא, זאלען ביטע ערקלערען פארוואס הגאון בעל בד קודש האט געחתמ'ט דער בריוו, און זיך אפלאזען פונ'ם חתימה פון דער שבט יהודה וואס גייט קיינער נישט אן למעשה.

שמערל » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:03 pm

· #270671
[ציטאט אראפגענומען]


דריי פינטעלעך זענען נישט גענוג צו מסביר זיין וואס עס באדערט אים, אויב האט ער אלעס געפאלגט וואס נידערמאן האט געהייסן, פארוואס האבן זיי געהאט א פראבלעם מיט אים?

בן תמליון » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:12 pm

· #270674
אזא צעטיל גראבט דען נישט אינטער דאס גאנצע מערכה קעגן מצב"פ רעגולאציעס? אפשר קען איך פארלאנגען א דאקטער צעטיל פונעם גאלאנטן צדיק פאר זיין נעקסטן ברית?

בן תמליון » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:46 pm

· #270707
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=82847">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=82847</a>

קוקט נאר ווי דער וועד משמרת' לויפט צו א נישט אזוי משומר אינטערנעט זייטל צו באשמוצן דעם מוהל הנ"ל. איז דאס דער נייער דרך צו נוצן דעם אינטערנעט צו מפרסם זיין צעטלין זיי ווילן נישט לייגן אויף די ווענט אין שוהלן?

עדיאל » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:39 pm

· #270723
דאס צעטל איז געשריבן אין א געריבענער לשה"ק, ווייט פון די אמעריקאנער חסידישע סטיל. ווער איז זייער שרייבער דארט?

עדיאל » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:48 pm

· #270728
די וויליאמסבורגער נוסח:
אנחנו הח"מ ביררנו שיש להמוהל נתנאל גראס חסרון גדול בענייני מוהלות, ואחרי התיעצות עמו נתנו הוראתינו על מכאן ולהבא. לדאבוננו סירב הרב גראס לקבל את הוראתינו וממשיך להיות מוהל כמאז. וכו'

איש את רעהו » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:23 pm

· #270739
קאנפירמד:
די מטרה דא איז צו ווייזן פאר די רעגירונג אז מען קומט זיך מיט זיי דורך

וויפיל מען האט פרובירט ביי די חברה פון וועד למשמרת הברית צו פועלן זיי זאלן זיך אפלאזען האבן זיי זיך לבסוף געבראכן פאר די עסקנים און צוגעשטימט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:54 pm

· #270746
למעשה גערעדט, איז דען דא מענטשען וואס פאר'ן גלויבונג אז ס'איז נאר פאליטיק וועט ריזיקירען זיין אייגענעם קינד?

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:52 pm

· #270770
מיר זוכן א גוטע שרייבער וואס קען ארויס קומען מיט א געשליפענעם בריוו וויאזוי דער גאלאנטער ציעט צירוק פון זיין בריוו און בעיט מחילה פון דעים גראס


Sent from my iPhone using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:27 am

· #270816
ליטוואק פון בודאפעסט
למעשה גערעדט, איז דען דא מענטשען וואס פאר'ן גלויבונג אז ס'איז נאר פאליטיק וועט ריזיקירען זיין אייגענעם קינד?


מער ווי איינער,
איך הער אז אויף די סמך פון בארימטע דאקטורים און הגאון אב''ד וואלקאן (ובעידודו של סאטמאר) האט דער מוהל מער ווי איין ברית אין די קומענדיגע פאר טעג

איש את רעהו » מיטוואך אפריל 29, 2015 7:32 am

· #270821

outspoken » מיטוואך אפריל 29, 2015 7:57 am

· #270826
Ha ha I didn't even think that thay will take a KORBON a Rabish kid or a powerfull man thay CHAPT a shtilah eidilah yingerman like by Tsar Nicholas

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:09 pm

· #270936
אה! זיי האבען זיך אויפ-געוועקט. א נייע איסור, א נייע מוחאה, איך האב זיך שוין דערשראקען אז די רע-בנים זיצען נעבעך ליידיג. אבער געלויבט דער פון אויבען.... האט ער צוגעשוקט עפעס.

קרעקער » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:17 pm

· #271019
עס וועט דויערן 2 טעג ביז די נ"י פאוסט וועט שרייבען איבער דעם בריוו פון דע רבנים, סאיז שוין אויף שמריהס וועבזייטעל
פונעם פאוסט ביז די העלט דעפארטמענט, און פון דארט צו א אפישעל בריוו פון די העלט דעפארטמענט אז ער טאר נישט זיין א מוהל איז זייער נאהנט

זוכער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:28 am

· #271149
איך האב אמאל געזען א קליפ ווי דער. גאלאנטער רב שווערט אז די רעגירונג'ס עווידענס איז פאלש!

הערפיס קען מען נישט איבערגעבן! די סייענטיסטן וועלן אונז נישט איינטיילן, מיר גייען מיט די תורה אז מציצה בפה שאדט נישט, און מיר וועלן זיך נישט רירן גארנישט!

הייליגער גאלאנטער רב: קען דער מוהל איבערגעבן הערפיס? יא / ניין?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:36 am

· #271151
אנאנים: ייש"כ פאר ארויסברענגען די נקודה אז מהר"א שליט"א האט זיך אויפגעפיהרט מענטשליך און ער האט געטון עפ"י דין און מענטשליכקייט. נאר ער האט אויכעט מער שכל ווי זיין יונגערער ברודער שליט"א. וועלכער איז נאר כמו א פאפפעט אין די הענט פון ר' משה גבאי המכונה פריעדמאן שליט"א...!

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:39 am

· #271152
[ציטאט אראפגענומען]


פילייכט וואלט געווען א גוטער געדאנק צו פארעפענטליכן די צעטלעך פון די דאקטוירים וועלכע זאגן אזוי. דערווייל האבן די רבנים וואס האבן געטאן אזא אויסערארדנטליכן שריט, א חזקה אז אין אדם תובע אלא אם כן יש לו.

petergrifin » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:48 am

· #271158
Welcome back @אנאנים תורה.

זוכער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:52 am

· #271159
אויב דער גאלאנטער איז יעצט מודה אז מציצה בפה איז שעדליך!
און יא! מוהלים קענען חלילה קראנק מאכן פיצלעך קינדער:

אפשר איז די צייט רייף צו מעלדן אז מיר זענען יא פאר די "קאנסענט" פארומס?

די העלטה דעפארמענט וויל דאך ראטעווען מענטשן און דאס איז זייער דזשאב. פארוואס פארקויפט דער גאלאנטער אז מציצה בפה שאדט נישט?

שמערל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:32 am

· #271183
אויב האלט איר אז מציצה איז שעדליך, ברויכט איר האבן די בצים צו נעמען א מוהל פאר אייער נעקסטער בן זכר וואס מאכט מציצה בכלי. נישט זיין פרא סיינען א נארישע צעטל וואס איז ווערט לצור על פי צלוחתו.

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:28 am

· #278673
יודא נתנאל גראס מאכט היינט נאכט וואכט נאכט,די ברית מארגן גייט זיין אין יאוואזשנע(קוקט אויס אז ער איז א יאוואזשנע חסיד) ווער גייט זיין מוהל? עס גייט זיין א גילו דעת פון יאוואזשנע רב?

הקטן » דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:56 am

· #278686
זוכער
אויב דער גאלאנטער איז יעצט מודה אז מציצה בפה איז שעדליך!
און יא! מוהלים קענען חלילה קראנק מאכן פיצלעך קינדער:

אפשר איז די צייט רייף צו מעלדן אז מיר זענען יא פאר די "קאנסענט" פארומס?

די העלטה דעפארמענט וויל דאך ראטעווען מענטשן און דאס איז זייער דזשאב. פארוואס פארקויפט דער גאלאנטער אז מציצה בפה שאדט נישט?

מציצה ווען די מוהל איז clean שאדט?

פארוואס עפעס "קאנסענט"?
פארוואס נישט א סערטיפיקיט פון די לעצטע x טעג אז די מוהל איז דארך די לעב טעסט

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:28 am

· #278700
פון קומט נישט ארויס אפילו איין רב מיט א בריוו לטובתו
אזאלעכע פחדנים זענען זיי
הרב נתנאל האט נישט מורא אז די שטאט וועט אים מאכן צרות

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:32 pm

· #278831
[ציטאט אראפגענומען]

יא: אבער, הגם איך פערזענליך בין גאנץ א קליינער חסיד פון הרה"צ מ'גאלאנטא שליט"א. (איך האלט פון איהם פונקט אזויפיהל ווי פון זיין ברודער.) די שאלה איז אבער אויב אונז נעמען אן און פארזיכערן זיך אקעגן די חששות פון געוויסע פאללן פון מציצה בפה מיט אן ערנסטקייט, אדער נישט. אז דער וועד וואס איז ממונה איבער דעם האט פעסטגעשטעלט אז א געוויסער מוהל טאר נישט אדורכפיהרן מציצה בפה, זאלל דער מקור פון זיין כאפן דעם הערפעס סימפלעקס וויירוס זיין דאס ריינסטע און טהור'סטע. דאמאלס טאר מען נישט עובר זיין אויף דעם פסק. חמירא סכנתא מאיסורא. אדער האלטן מיר אז די גאנצע זאך איז נאר א שפיעל, און מ'לאכט זיך אויס פון אלע מעגליכע סכנות. דאמאלס איז אונזער גאנצע אידישקייט נישט מער ווי א שטיק שווינדל. זעמיר סתם באנדיטן...!

נ.ב.:ווער ס'ליינט מיינע סטעיטמענטס ארויס פון קאנטעקסט, וועט מסתמא זאגן אז בערל בעל עגלה זאגט אז די וואס פיהרן אדורך מציצה בפה זענען א באנדע שווינדלערס... 🙄 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:47 pm

· #278834
בן תמליון
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=82847

קוקט נאר ווי דער וועד משמרת' לויפט צו א נישט אזוי משומר אינטערנעט זייטל צו באשמוצן דעם מוהל הנ"ל. איז דאס דער נייער דרך צו נוצן דעם אינטערנעט צו מפרסם זיין צעטלין זיי ווילן נישט לייגן אויף די ווענט אין שוהלן?

בן תמליון: איך זעה גארנישט וואס איז ראנג אז די רבני הוועד זענען געגאנגען צום בחדרי חרדים. ער שרייבט דאך זייער קלאר ארויס אז דער מוהל הרב גראס איז געווארן אינפעקטעד מיט דעם הערפיס וויירוס. דאס איז דאך א פאקט. ס'איז נישט שייך זיך מתווכח צו זיין איבער דעם. ווייל אויב איז עס נישט אמת קען ער דאך זיי סוען אויף מליאנען דאללערס. זיי (די רבני הוועד) טוען דאך נישט פסל'ן זיין פריערדיגע ארבעט. זיי זאגן נאר אז מכאן ולהבא טאר ער נישט מאכן קיין מציצה בפה. און דא רעדט מען דאך נישט פון א שטאטישן קאמישאנער וועלכער איז א גוי אדער א פרייער איד. מ'רעדט דאך פון אנגעזעענע רבנים פון א וועד. אדרבה. זאלל מען מפרסם זיין אז דער מענטש טאר נישט מאכן קיין מציצה בפה. און ווער ס'נעמט איהם איז א מתחייב בנפשו...!

וויל קענען » פרייטאג מאי 29, 2015 12:22 am

· #278889
שמעתי מא׳ ששמע מנתנאל גראס אז סך הכל האט ער געמאכט 700 בריתן אפשר איז יענער א שקרן אבער לפי ידיעתי איז יענער מוחזק לאמת דבריו( די אויך I don't know)
די ווייסט קראנט אז הרב כהן מאכט מציצה בכלי אוי וויי איך פילא מיך אין זיינע ספרים

יענער פויגעל » זונטאג מאי 31, 2015 1:26 am

· #279189
צו די אלע קריטיקירער פון האדמו״ר מגאלאנטא. איך גיי נישט אריין אין זיין ערליכקייט צו יא קארופטירט צו נישט. אבער אין די נושא פון מוהלות קענט איר לכאורה זיך אלע פארשטעקן פאר אים. ער איז שוין א מוהל מומחה יארען לאנג אין מן הסתם פון די גרעסטע אינעם פעלד

לגבי רבי נתנאל א שטילער וואוילער איד זייער אינטערעסאנט אז ער שטעלט זיך נישט צו (אויב די גאנצע זאך איז אמת)

די חתימה פון רז״ל שמעקט לכאורה דאס מערסטע פון פאליטיק אין קארופציע נעמענדיג אין באטראכט אז רבי נתנאל איז א זון פון רבי חיים אליעזר גראס ווייס פרעזידענט בקהילת מהר״א וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו

יענער פויגעל » זונטאג מאי 31, 2015 9:50 am

· #279233
איך קען ביידע פון די נאנט
אויב מהרז״ל איז נישט פונעם וועד האט נישט קיין שום זין ער זאל אינטערשרייבען פינטעל

וויל קענען » זונטאג מאי 31, 2015 10:28 am

· #279241
ער האט אינטערגעשריבן נאך דריק פון הרב נידערמאן

יענער פויגעל » זונטאג מאי 31, 2015 10:37 am

· #279244
נידערמאן איז יא פונעם וועד?
בלאט: 1 2