Yossyאינטער אבאמאס פלאן ווערט איראן א נוקלאער power אין די סאנקציעס ווערט אראפגענימען אין אמעריקע באקומט הבטחות גארנישט מער ,
סדערמאנט פון טשעמבעליין ווען ער האט געמאכט א דיעל מיט היטלער אין האט געשאקעלט די צעטל פון די agreement . האט דעמאלטס טשורטשיל געזאגט.
“You were given the choice between war and dishonor. You chose dishonor, and you will have war.
הבטחות און אינספעקציעס, וואס נאך זאל איראן טון, פארקויפן זייער לאנד פאר וואשינגטאן?
כמעט אזויווי נאצי דייטשלאנד.
נאר איין קליינע נישט וויכטיגע חילוק, אין די 1930ער איז דייטשלאנד געווען די שטערקסטע מיליטערישע מאכט אויפן וועלט, איראן האט אן אלטער צוריקגעשטאנענע מיליטער.
דייטשלאנד האט אקטיוו געזוכט מלחמה, די קאנסערוואטיווער פרעמיער פון ענגלאנד טשעמבערליין האט געוואוסט אז דייטשלאנד זוכט מלחמה און עווענטועל גייט זיין א קריג, ער האט נאר געזוכט אפצושטיפן די עווענטועלע קריג וויסנדיג אז ווי עס שטייט אויפן מינוט קען ענגלאנד נישט געווינען, און האט זיך גענומען ערנסט אויפבויען די ענגלישע מלחמה מאשין.
איראן האט נישט אינוואדירט/אקופירט א צווייט לאנד פאר די לעצטע צוויי הונדערט פופציג יאר, זענען אונטער א יו.ען. וואפנס עמבארגאו. די עטליכע מיליטערישע פליגער וואס זיי האבן זענען אור אלטע אמעריקאנער סחורה פון די 1970.
סאודי אראביע, טערקיי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, עגיפטן, און מן הסתם אויך קאטאר און קואעיט, מיט זייערע אמעריקאנער פראדוצירטע וואפן קען -יעדער עקסטער- זיך שלאגן מיט איראן גרינגערהייט. ווער רעדט נאך פון די אייראפעאישע לענדער, אדער אמעריקע.
דאס אלעס איז מיט קאנווענציאלע וואפן, ווער רעדט נאך פון די מערב וועלטס נוקלעארע מאכט.