☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידי פון מב"ד

נייע סידי פון מב"ד

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8746

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:48 pm

· #270076
נייע סידי פון מב"ד
אן קיין רעש כמעט, מיט א שטילקייט ענדיגט זיך די טעג אן אלבום פונעם מלך המוזיק החסידית ר' מרדכי בן דוד ווערדיגער.

די אלבום וועט ארויסקומען די קומענדיגן זומער, און עס וועט אנטהאלטן קאמפאזאציעס פון יוסי גרין, יצחק פוקס און פון מ.ב.ד. אויפן מוזיקאלישן ארעינזשמענטס איז צווישן אנדערע באשטימט יואל דיקמאן.

אין א שמועס מיט 'שלאגר' האט דיקמאן געזאגט אז ביי דעם אלבום האמער זיך באניצט מיט מוזיקאלישע כלים וואס איז נאכנישט געווען אין די חסידישע מוזיק וועלט. ווי אויך וועט זיין אסאך סורפרייזעס.

נעכטן האט מען רעקארדעט מיט שירה.


<a class="postlink" href="http://shlager.net/article/5063/">http://shlager.net/article/5063/</a>מוזיקה/shlager/MBD-בפינשים-אחרונים-לאלבום-הבא.html

וועל מיר ווארטן אז לאליפאפ, סושי פיש וכו' זאלן אריינקומען קלארער, מיט אביסל בעהיינד די סינס הוספות.

📎 1430097968526.jpg

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:50 pm

· #270077
ער האט דאך געזאגט אז ער איז גענדיגט מיט די סידי ביזנעס צוליב גניבה?!

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:51 pm

· #270078
יא, אבער ער טענה'ט אז אויב יענער מעג גנב'נען מעג ער זאגן ליגענט

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:54 pm

· #270082
😂 😂 😂 😂

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:56 pm

· #270084
מפי השמועה האט ער צוריקגעצויגן פון זיין סטעיטמענט נאכדעם וואס די לעצטע חסיד'ישער אלבום, "כיסופים", האט זיך פארקויפט בעסער ווי געראכטן.
רומאר'ס זאגן אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אז ער זעהט אז די חסיד'ישע אידן זענען נישט די גנבים......