☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין לאוו אטאקע

מיין לאוו אטאקע

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8738

נופת צופים » זונטאג אפריל 26, 2015 2:54 pm

· #269723
מיין לאוו אטאקע
אויפ'ן פרופיל א בליק
איך האב זיך געוואונדערט
תגובות פון מיין ניק
שוין גאנצע פינף הונדערט

זאכליך אדער נישט
דאס לאז איך פאר ענק
איך וואלט יעצט צאמגעקושט
אלץ וועם איך געדענק

אנאנים פאר די נייעס
נריהו - פאר - די קונסט
שמעקעדיג פאר די חיות
מאטי אלס דו געוואונסט

ונבנתה פאר די בילדער
און די ווערטער צוגלייך
קופערניקוס פאר די העדר
געפילטע צו די זאך

בערל פאר די שיטה
אבי גארנישט אבי
עזריאל פאר ברענגן טוויטער
כעלעם'ר, א מגיד נאך ווי

טאמבל פאר די ווייטאג
טרינקער קורץ און שארף
שש געפעלט האט נייטיג
האלטן אים מ'דארף

כוכב פאר דיר אן אשכול
א אויג פארכאפנד קונטרס
עשרת אלפים אשקול
געכאפט די וועלט'ס אינטערעס

הקטן פאר די חקירה
מיט ראובן בענאנזאם
אפהאלטן אידן פון כפירה
ידיעות דארט א ים

איחוד פעלד לעילא
אוטספאוקען כשמו כן
א געבענטשטע כלי
דער רויטע מלא חן

חאצקל פאר די מוסר
יאיר פאר זיין קעפל
אויף אתא באלד אן איסור
נישט פארגעסן טעפל

יואב אויף צו לאכן
גנדי פאר סקאנדאלן
אויף אפטע א ברכה מאכן
זייגער פון די וואנדאלן

מנשה אוי מנשה
פון סקווערע שטעטל העיליג
אויף דיר א גאנצע פרשה
טשערנאבל אוי ווי זעהליג

זר איז זיס ווי צוקער
פליקער גאר א רייסער
לעיקוואד האקט שטיקער
בגלוי ובסתר

שלום מיט זיינע דיכטער
חסידישע פעאזיע
אויף אונז מבינות
און פארווערטס נאכטראגן

פלעינע מיט די קליפס
ר' שלמה גאר טיף
מורינו מיט די ריפס
מעכעלע גראד צו שיף

איך אויך ווען ער'ז רואיג
מה הוא פאר די ארט
קאפקע גאר טיפזיניג
אויף יידל נאך איך ווארט

סאשי מלא תוכן
קינד_אן_קייט פארטרעטער
אפאר נייע בתוכן
אינקלודינג עקספערימענטער

הוגה אזוי גלייך
ווי אויך ישמעאל הכהן
יין שרף צו דער זאך
צוזאמען דא מיר וואוינען

און פארשטייט זיך קעלנער
נעמט פון אונז קעיר
אסף ווי א זעלנער
און אלע מנהלים מיט סארווירער

און אלע אנדערע חשובע חברים שכנים וידידים וועם כ'האב פארגעסן. כולם אהובים כולם ברורים, איי לאוו יו אלל אהבת נפש.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 3:16 pm

· #269732
קע"ה ביוטיפול.. און א דאנק פארן קאמפלימענט.
נופת צופים
זאכליך אדער נישט
דאס לאז איך פאר ענק

יא יא, לאז עס נאר פאר אונז, מען קען צעקושן דיינע תגובות איינס נאך איינס, וביותר דיינע וואונדערליכע פאעזיעס.
דו ביסט זיסער ווי.... יא, מתוקים מדבש ונופת צופים.
מזל טוב פארן ווערן א שר חמש מאות (oops..)

נופת צופים » זונטאג אפריל 26, 2015 5:27 pm

· #269790
Re: מיין לאוו אטאקע
שבת אחים
ברעסלעבער
שלום דין
יואליש
געוואלדיג
בן תמליון
בעל מדות
עמעזאן
וועטערבאריכט
שמערל
פיטער גריפפין
געוואגטע
פידלער
לית דין
שם טוב
שמעון וואלף
פלאוויוס
קאצקע
פינטעלע

חלק ב' איז יעט טו קאם.

איך אויך » זונטאג אפריל 26, 2015 7:47 pm

· #269855
איך בין פירסט אין ליין פאר דאבלס.

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 26, 2015 11:52 pm

· #269921
נופת צופים האט אריינגעשטורעמט אין שטיבל מיט א 18 רעדלדיגער טרעילער פון האניג. ס'גיסט זיך פון אלע זייטן, און דער עולם באלעקט זיך פון די גוטע סחורה. א פאיעט, א הומאריסט און בר דעת צו קנאקן. נופת'ל ווי לאוו יו טו!

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:50 am

· #269948
איך בין נתפעל
פון דיין גראמען, אנאנים

הוגה » דאנערשטאג מאי 9, 2019 6:54 pm

· #430057
מיין לאוו אטאקע אז פאר @מי אני

ער האט זיך אזוי שטילערהייט אריינגעשלייכט אין קאווע שטיבל און אומבאמערקטערהייט האט ער זיך אראפגעלאזט אין קעלער אריין און ער גייט פון איין פארשטויבטע אשכול צום צווייטע און ער ליינט זיי אדורך. דא לאזט ער פאלן אפאר גוטע ווערטער, דארט גיבט ער א לייק אדער צוויי. פאר וואכן לאנג זיצט ער אזוי אפ אומגעשטערטערהייט אינעם ווינקל פון קעלער און ער ליינט און לערנט. עס דערקענט זיך אז ער איז א ידען וחכים וצמא לדבר אמת.

רבותי ספעציעל די נייגעקומענע, קאווע שטיבל פארמאגט געוואלדיג אוצרות אינעם קעלער. זייטס נישט קיין נארנים און טוט וואס מי אני טוט. ממנו ילמדו.

א מזל טוב צום הונדערטסטע תגובה כן ירבו.


.

כוכב » דאנערשטאג מאי 9, 2019 7:23 pm

· #430058
יאפ, כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול צו באגריסן דעם אם אין @מי אני מי לי אבער הוגה'ס אטאקע האט מיך געפעדערט.
מ'זאגט דאך נאך פון צדיקים אז אין געוויסע תקופות האט דער אויבערשטער אראפגעשיקט נשמות וואס געהערן בעצם צו פריערדיגע תקופות ווי בעל שם און אר"י, אזוי אויך @מי אני, דו געהערסט צו דעם דור דעה ווען @יידל @יאיר @לעיקוואד @אנאנים @משה געציל @בן תמליון @מאראנצןזאפט @יואב @קאווע טרינקער @מאטי @זר זהב (סארי... כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן) @איש עברי @אנאנים (וואווי באמבלבי די ליסטע איז לאנג) ווער רעדט נאך פון געטליכן חכם וחסרהו מעט מאלוקים מרן @שליח @פשוט קאמפליצירט @פלאוויוס @אנאנים @דבילה @שרגא @אנאנים @געפילטע פיש @כעלעמ'ער מגיד (וועמען מ'קען נאך עד היום נישט טעגן) @יואליש @מורינו הרב (בחורים ארויס) @פידלער @הציץ ונפגע @אנאנים @בענדזשאמין פרענקלין @ברסלבער @אנאנים @געוואלדיג @ישראל קאפקע וכו' האבן רעגירט מיט א שטארקייט אזש די מלאכים פלעגן זיך קומען אונטערהערן און זיך פלאגן צו פארשטיין און משיג זיין לעומקו פון זייערע רייד, עד שבא @שש וכוכב וכו' ונטלה עטרה לעצמם וכו' ונעשה מה שנעשה וכבוד אלוקים הסתר דבר (סארי שש כ'מיין נישט גארנישט) און מ'זעמיר געבליבן בבחינת די טשיז (יש גורסים די טשיעף, או די שיעפ, עי' חילופי גירסאות מהדורת ר' שבתי פרענקל) סטעיז עלאון מיט @קוקי און @שקד ואין לנו על מי להשען.
אשריך ר' מי אני אז איר זענט מחזיר עטרה ליושנה.

(העמיר זען וויפיל לייקס כ'על באקומען פון טעגן א האלבן בית החיים.)

כוכב » דאנערשטאג מאי 9, 2019 7:23 pm

· #430059
.

מי אני » דאנערשטאג מאי 9, 2019 7:53 pm

· #430061
Re: מיין לאוו אטאקע
ייש״כ ייש״כ! איך בין truly flattered און ווערטערלאז צו ווערן באגריסט פון אזעלכע ריזן (איך מיין באמת נישט קיין חניפה. ווער עס ליינט דורך, אפילו נאר אביסל, פון די אבנארמאלע אינהאלטסרייכע חומר וואס די האבן צוגעגעבן צום שטיבל, ׳עט גראד מסכים זיין מיט מיר).

ייש״כ נאכאמאל.


Sent from my iPhone using Tapatalk

לבי ובשרי » דאנערשטאג מאי 9, 2019 8:29 pm

· #430066
[ציטאט אראפגענומען]


שוין. ס'הייבט זיך אן.
@אנאנים כ'בין זיכער אז איר פארלאזט אונז נישט. שוין אריבער דא שווערערע צייטן און איר זענט געבליבן פעסט קעגן די שטורעמישע כוואליעס...

מאטי » פרייטאג מאי 10, 2019 10:45 am

· #430106
איך שמעק טל של תחייה פון דעם אמאליגן גלאנץ, כ'האף זיך משתתף זיין מיט די שמחה דורך אן ארטיקל בקרוב

וואלווי » פרייטאג מאי 10, 2019 4:39 pm

· #430140
wow wow

ס'דא געווארן א גלגול מחילות אזא...

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 12, 2019 7:17 pm

· #430255
מיין לאוו אטאקע איז פאר @שליח פארן ציריקברענגען דא א פרישקייט ממש ווי אין די אלטע צייטן איך האב געדארפט צוויי מאל קיקן און מאכן זיכער די דעיט איז טאקע פון יעצט!!

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:48 am

· #430594
קאצקע ציקער
מיין לאוו אטאקע איז פאר @שליח פארן ציריקברענגען דא א פרישקייט ממש ווי אין די אלטע צייטן איך האב געדארפט צוויי מאל קיקן און מאכן זיכער די דעיט איז טאקע פון יעצט!!

עקזעקטלי. דער ווארפט צאם ידועות מיט עמקות, צי באלקען.