פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8736
פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
די סיקריקים באנדעס האבן אינאכט גענומען אז די אלגעמיינער מענטשהייט, נעמט נישט מער זייער טעראר ערענסט, מען לאכט זיך אויס פון זייערע אויסגעבלאזענע הפגנות יעדן שני וחמישי, זיי האבן שוין פראבירט צו ניצן דעם גאב''ד שליט''א אנצוהאלטן זייער טעראר, און עס האט זיין געהאלפן א מכה, עס האט נעמליך נאר גורם געווען אז דער כבוד פון גאב''ד שליט''א איז פארשוועכט געווארן בראש כל חיצות.
דעריבער האבן זיי באשלאסן אויסצופירן א געוואגטע אקציע, וואס דירך איר וועט די גאנצע וועלט מהודו ועד כוש אנערקענען זייער כוח, און עס וועט פאלען א ציטער אויפן גאנצען אידענטום, און יעדער וועט וויסען אז אויב לייגט מען נישט ארויף קאלמאנאוויטש וחביריו אויפן פעיראל, באצאלט מען א טייערער פרייז, נישט בלויז פאשקעווילן און השמצות און הפגנות, נאר עפעס פיל מער שרעקווערדיקער.... זיי האבן געוויזען אז זיי קענען אויף צושטעלן א פולסא דנורא צענע.....
זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אין די שטיבעלעך אין מאה שערים, און זיי האבן פארגעשלאגן פאר יעדן ווייס-בארדיגען איד 20 שקלים.... און זיי ארויסגעשלעפט קיין בית שמש צום שטח גולונציץ, וואס דארט האט זיי קאלמאנאוויטש מיט זיינע שותפים איינגעהילט אין זעק און טליתים, און זיי געהייסן פארליינען דעם חרם פון יושע בן נון, און דערנאך האבן די לייצים געבלאזען מיט לאנגע געדרייטע תימענע שופרות.... בקיצור עס איז געווען פורים אין מיטן חודש אייר....
קלאר צושטעלן: קיינער האט נאך קיינמאל נישט אויפגעוויזען אז דער שטח איז א בית החיים, דירך שרייבען פאשקעווילן אין שרייען ווי וואנזיניגע מטורפים, קברים.. קברים...קברים... ווערט נאכנישט באשאפן קיין בית החיים..
נאכמער געוויסע עסקנים אין שפיטץ פון די ערליכע גדולי ישראל האבן למען השלום אויסגעארבייט עטליכע מהלכים, וואס אפילו דער שטח וואלט ווען יא געווען א בית החיים זאל דארט קענען בויען, נאר קאלמאנאוויטש וחביריו האבן די אלע פארהאנדלינגען סאבאטזשירט און צושטערט. מיטן בלויזן ציל אז זיי זאלן ווייטער קענן פירן מלחמות און זיך שטאפן די טאשען.... און זיך אויסגעבן זייערע פארדארבענע מידות....
ב''ה אז דער אלטוועלטליכע אידענטום איז שוין וואך, און לאזט זיך נישט פארפירן פון די פארשאלטענע סוקריקים, מען ווארט נאר אז דער פלאג און טמאה וואס ריפט זיך השחתת המידות, רשעות , און רציחה זאל ווערן א פארגאנגענהייט, און עס זאל מקיים ווערן תמרנה קרנות צדיק... און די ערליכע רבנים און אישי הציבור זאלן שטיין בראש מערכות ישראל......
די בלאט די וואך איז זייער צולאזט זיי שרייבן עפעס וועגן א מחאה פון בי''ד קעגן א הכשר
למעשה האט עס ניטאמאל די אפיציעלע גליון פון די עדה החרדית אריינגעשטעלט, זעט אויס אז די חברה פינעם בלאט שטייען נישט אזוי גוט דארט
די וואך ביי ר' מאטעלעס טיש האט די רבי געשיקט א פרי פאר הרה"ח ר' אברהם סלאנים ופני הסקריקים חפוי אה ס'איז געווען א עונג שבת צוצוקוקן
וויזניצע רבי קען די גאנצע זאך דא?
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
איך פייגער צו זעהן פיקשערס פון דעי מעמד. עניבאדי? אנאנים?
טאמער האסטי נאכנישט געפייגערט, קענסטי קוקן דעם
לינקRe: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
זעט אויס זיי האבן שוין אויסגעשאסן די לעצטע קויל און יעצט העט דאס יהדות החרדית האבן אביסל מנוחה
איך זעה די פולסא האט שוין געארבעט און זיי האבן געכאפט תיכף ומיד פיינע מכות פון די שוטרים פון די מדינה הטמאה פוי.
אוי נעבעך
משוגעים משוגעים מטרופים
זיי קענען זיך צאמשטעלן מיט די באלטימאר חיות, הצד השוה שבהן זיי זענען אלע ארבעטסלאז ודרכן לילך ולהזיק
ווי פארשאפט מען שווארצע ליכט?
פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
זאלן אייביג דאס זיין זייערע אקטיוויטעיטן, ושלום על ישראל.
אויף בחדרי טענה'ט איינער אז די ווייב פון איינע פון די ראשי הפרויקט איז שטערבליך קראנק זענען געגאנגן די חולאים און שנעל געמאכט די פ''ד כדי... כווייס נישט אויב עס איז אמת אבער גארנישט וואלט מיך נישט סורפרייזד פון די לאנגווייליגע מנוולים.
די ערליכע רבנים האבן אייביג געמאכט א פולסא דנורא אויף מענטשן וואס גראבן קברים
עס איז יעצט מיט גארנישט אנדערש ווי די פריערדיגע
קען זיין אז די כת לצים וואס האבן אמאל געלאכט פון ערליכע אידן זענען היינט גרעסער געווארן כמב' בגמ' ובספה''ק, אבער די רעכט צו מאכן א פולסא דנורא איז מיט גארנישט אנדערש ווי אין די פריעריגע יארן
איש את רעהודי ערליכע רבנים האבן אייביג געמאכט א פולסא דנורא אויף מענטשן וואס גראבן קברים
עס איז יעצט מיט גארנישט אנדערש ווי די פריערדיגע
קען זיין אז די כת לצים וואס האבן אמאל געלאכט פון ערליכע אידן זענען היינט גרעסער געווארן כמב' בגמ' ובספה''ק, אבער די רעכט צו מאכן א פולסא דנורא איז מיט גארנישט אנדערש ווי אין די פריעריגע יארן
LOL
נישט נארמאל פון כל הקודש לנו וועלן זיי מאכן א צירקוס
@גאנצלנישט וויינען
ביי מיר הייסט גראבן קברים געמאכט א צירקוס מכל הקדוש לנו, און ביי דיר פאברענען שווארצע לעכט
that's the whole difference
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
איש את רעהודי ערליכע רבנים האבן אייביג געמאכט א פולסא דנורא אויף מענטשן וואס גראבן
מקור???[emoji57][emoji57][emoji57][emoji57]
חאצקעל שניידעראיש את רעהודי ערליכע רבנים האבן אייביג געמאכט א פולסא דנורא אויף מענטשן וואס גראבן
מקור???[emoji57][emoji57][emoji57][emoji57]
עי' בקורות דברי הימים ומשם תדרשנו
דאס איז שטותים. עס איז נישט דא אזא זאך ווי מענטשען זאלען ארןיפלייגן אויף איינעם א פולסא דנורא.
די "היינטיגע" בעלי מקובלים אנטשולדיג בעלי עבירה בעלי עגלה בעלי גאוה בעלי (וואס דו ווילסט) זענען אויף געקומען מיט א נייעם שפיל צו באקומען עטענשאן (מיט אפאר דולר) און דאס איז פארקופען אז מען גייט מאכען א פולסא דנורא. דאס קען מען נאך נאך קוקען און זעהן וואס פאר א בעלאני עס איז.
די גמרא אין מסכת יומא דף ע"ז עמוד א' שטייט אז ביי דער חורבן בית המקדש האט מען גענומען דעם מלאך גבריאל און איהם געשמיסען 60 שמיץ.[פייערדיגע פעטש) ווייל ער האט נישט פוקטליך אויס געפירט וואס דער אייבישטער האט אים געהייסען. און דאס איז נישט עפעס וואס מען קען אזוי טיילען פאר וועם מעם וויל, ווייל אויב יא וואלט שוין א האלבע וועלט געוועהן ערלעדיגט.
(יומא דף ע"ז עמוד א': א"ר יוחנן באותה שעה הוציאו לגבריאל מאחורי הפרגוד ומחיוהו שיתין פולסי דנורא אמרו ליה אי לא עבדת לא עבדת אי עבדת אמאי לא עבדת כדפקדוך)
אויך אינטערעסאנט אז צום שעלטען איז איעדער גרייט אבער לאמיר זעהן זאלען זיך אויף שטעלען אפאר מקובלים און מאכען אזא שפיל צו העלפען מענטשען... דאס וועסטו קיינמאל נישט זעהן.
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
איש את רעהוחאצקעל שניידעראיש את רעהודי ערליכע רבנים האבן אייביג געמאכט א פולסא דנורא אויף מענטשן וואס גראבן
מקור???[emoji57][emoji57][emoji57][emoji57]
עי' בקורות דברי הימים ומשם תדרשנו
פארוואס נישט סקאסט נישט קיין געלט[emoji57] ספר ?בוך ?דאקומעננט?בילד?
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
ציבעלע, דאס אז די גמ' נוצט דעם לשון פולסא דנורא מיינט נאך נישט אז ס'איש נישטא אזא סארט זאך. פארשטייט זיך אז די זאך / קללה / צערעמאניע האט אויסגעבארגט דעם לשון פון די גמ' אויף די זאך.
גרויסע לייט און גדולי רבנים אין ארץ ישראל האבן דאס געטון מיט יארן צוריק עס איז זייער א נארמאלע זאך
איך גלייב אז ווען עמיצער זאל חליה צורירען צו חאצקעל שניידערס אדער ציבעלע קיגעל'ס עלטערן'ס קבר וואלטן זיי עס יא פארשטאנען
מיינט עטץ עפעס אימזינסט ליגט נעבעך איינע פון די פרויען מראשי הפראיעקט גאלאבענציץ כפסע בין חיים למות???
א רבנישע געשטעל וואס האט אויך געהאט א גרויסע האנט אין העלפן רייסען שטיקער פינעם בית עלמין האט אויכעט ל''ע פארלוירען זיין פרוי פון איין מינוט אויף די אנדערע
עס איז נישט קיין קינדער שפיל צוצורירען מתים במקום מנוחתם און שטערן זייער רוה
חאצקעל שניידעראיש את רעהוחאצקעל שניידעראיש את רעהודי ערליכע רבנים האבן אייביג געמאכט א פולסא דנורא אויף מענטשן וואס גראבן
מקור???[emoji57][emoji57][emoji57][emoji57]
עי' בקורות דברי הימים ומשם תדרשנו
פארוואס נישט סקאסט נישט קיין געלט[emoji57] ספר ?בוך ?דאקומעננט?בילד?
דער פותח האשכול האט משום איזה סיבה נישט געוואלט ברענגן די פלאקאטען וואס האט געהאנגען בחוצות וברחובות בעט
@קאך לעפל זאל עס ברענגן דארט האסטו דאקומענטירט פון גרויסע לייט וואס האבן דאס געטון ומשם תדרשנו
דער פותח האשכול האט נישט געברענגט קיין פלאקאטען ווייל עס האט אים נישט אינטערעסירט.....
לאמיר נאכאמאהל קלארשטעלן:
ווי אזוי ווערט א שטח א בית החיים?
סיקריקים: ווען מיר מאכן אפ, עס פעלט זיך בכלל נישט אויס קיין עצמות! ווען מיר שרייען אנגעטאן מיט זעק קברים.... איז דאס שוין גענוג באווייז אז דער שטח איז א בית החיים, און ווער עס רירט נאר צו דער שטח, כאפט א פולסא דנורא אין קאפ אריין:
אנשים מן הישוב: ווען מען טרעפט אויפן שטח עצמות פון אידישע נפטרים:
וואס טוהט מען אויב מען האט אפגעקויפט א א ריזן שטח, מיטן ציל צו בויען דארט אריבער 1000 דירות! אין דער שטח איז טאקע יא א בית החיים? עס איז פול מיט עצמות פון תנאים, אמוראים, רבנן סבראים, גאונים, וכו וכו. ?
סיקריקים: אויב נעמט מען אתרא קדישא זאל אנווייזען ווי אזוי צו בויען אויפן שטח, ד''מ מיט כיפין, און כיפין ע''ג כיפין, און מען צאהלט אריין שווערע מיליאנען פאר קאלמאנאוויטש אין די קעשענע, דאן קען מען בויען אויפן שטח באופן הלכית. אויב אבער וויל מען נישט ליידען אונטער טעראר פון די אתרא קדישא לייט, און מען וויל נישט אויסהאלטן די משפחות פון די בני ציון היקרים וואס ווארפן זיך אונטער די טראקטארן, און מען איז זיך נישט משתתף אין די הכנסת כלה קאמפיין פון די קונדער פון קאלמאנאוויטש. דאן כאפט מען מנה אחת אפיים, און א גאנצער פאק פון פולסא דנורא'ס.
אנשים מן הישוב: מען ארבייט אויס א מהלך לויט די אנווייזינגען פון גדולי ישראל, ווי אזוי צו קענן בויען אויפן שטח, ווי מען האט שוין געטאן ביי צענדליגע פאריעקטען אין לאנד, והכל על מקומו יבוא בשלום.
ווער אויסער די סיקריקים האט געזעהן עצמות אויפן שטח? ווער? ווען אברהם סלונים האט מסכים געווען טראץ דעם וואס מען נישט געפינען קיין עצמות אויפן שטח, צו בויען מיט כיפין ע''ג כיפין, און ער האט אפי' מיטגעארבייט מיט א''ק, ווער האט סאבאטאזשירט דער צוזאם - ארבייט? ווער האט געשטערט יעדע סארט לעזונג וואס די עסקנים זענען אויפגעקומען צו קענן בויען דער פאריעקט?
קאלמאנאוויטש וחביריו הסיקריקים שר''י.... נא? פארוואס קומט האקן אין קאפ אריין מיט פולסא דנורא'ס?????????????
וואס איז דאס שר''י?????
ווייל עמיצער פרעג ט נישט דיין אדמו''ר און זאגט אנדערש אין הלכה שעלטסטו שוין יענעם ???
אסאך גדולי ישראל האבן געשריבן א גביית עדות אז דארט איז דא עצמות וואס האט א דין פון א בית החיים
און ווייל עס שטימט נישט מיט דיין פאליטיק קומט זיי א שר'''י??
האסט א מינוט פארגעסן אז היינט זענט איר שוין נועם המידות מענטשן וואס איר דערהייבט מער נישט צו זאגן א הויעך ווארט?
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
כהאב פריער געזען די צעטל פון די ארגון שיעורי תורה בארא פארק שיעורים איז דאכט זיך אז די וואך גייט ר׳ אלעזר ניסן רובין רעדן בענין קללות כגון ימ״ש ושר״י על ישראל וגוים.
איש את רעהו
מיינט עטץ עפעס אימזינסט ליגט נעבעך איינע פון די פרויען מראשי הפראיעקט גאלאבענציץ כפסע בין חיים למות??
האמער דאך שוין געהאט א גביית עדות אז אז זי איז נישט געזונט פון פריער, איז ער דאך יא גירעכט וואס זאגט אז פארדעם האט מען דאס געמאכט צו קענען נעמען קרעדיט נאכדעם
למדןאיש את רעהו
מיינט עטץ עפעס אימזינסט ליגט נעבעך איינע פון די פרויען מראשי הפראיעקט גאלאבענציץ כפסע בין חיים למות??
האמער דאך שוין געהאט א גביית עדות אז אז זי איז נישט געזונט פון פריער, איז ער דאך יא גירעכט וואס זאגט אז פארדעם האט מען דאס געמאכט צו קענען נעמען קרעדיט נאכדעם
קרעדיט איז שוין נעבעך דא גענוג, עס איז געווען נעבעך אסאך אומגליקען
אזויפיל יא, אויב מען האט אמאל געמאכט א פולסא אויף די וואס שענדן מתים זענען מיר פארפליכטעט ווייטער צו טון אזוי
פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
ממש אזוי פארפליכטעט קענסט מיר אפשר צייכענען א מראה מקום און שלחן ערוך או שום פוסק,אויב האט מען עס אמאל געטון , מסתם נישט אבער אויב יא איז דאס געווען א הוראת שעה וואס גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז לפי המקום והזמן והמצב מוז מען אזוי טון באין ברירה , און זענען צוגעגאנגען צו דעם מיט א מורא׳דיגע ערנסטקייט מן הסתם האבן זיי געפאסט יענעם טאג ( קען זיין די היינטיגע האבן אויך געפאסט אבער דאס איז דאך מעשה קוף בעלמא )סקען אויך זיין אז דעמאלס האבן עס אויך געמאכט ליידיגייערס וניסן בק יוכיח משא״כ ביי די היינטיגע וואס אפילו ווען זיי מיינען עס ערנסט וואלטן זיי עס אויך נישט געטארט מאכן ווייל ווער קען אזא זאך נעמען אויף זיך בדורנו נאכדערצו ווען זיי מאכן עס פאר די פיקטשערס , אז מזאל זען וואו די פרומע ציונים שלאגן זיי , והא ראי׳ ווען זיי מיינען עס ווען ערנסט וואלטן זיי דאס געמאכט מיט צען מענטשן , וואסערע תועלת איז דא פון עס מאכן פאבליק סאיז דאך נישט קיין פראטעסט סך הכל א קללה וע״ז אמר החכם מכל אדם״ כַּצִּפּ֣וֹר לָ֭נוּד כַּדְּר֣וֹר לָע֑וּף כֵּ֥ן קִֽלְלַ֥ת חִ֝נָּ֗ם (לא) [ל֣וֹ] תָבֹֽא׃ ודי בזה למי שאינו רוצה לרמות עצמו.
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח
דא ווערט געברענגט ווי מען פלעגט זיך פירן צו מאכן א פולסאדי מעמד איז געווען זייער ערנסט
און אויב די פארנעמסט ווי מען רייסט אויס קברים, איז מיר א פלא אז עפעס פינקט דא ווערסטו מיר פרום
📎 uploadfromtaptalk1430881432651.jpg📎 uploadfromtaptalk1430881423849.jpg📎 uploadfromtaptalk1430881412813.jpg📎 uploadfromtaptalk1430881399758.jpg📎 uploadfromtaptalk1430881379329.jpg Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
ווער די קדמונים זענען שטייט נישט דארט ,עכ״פ דארט שטייט אז מהאט שוין גוזר געווען און דאס איז גילטיג אלעמאל (אויב מהאט ) איז וואס האבן די יונגען איינגעזען פאר וויכטיג עס מחדש צו זיין?
וועלעכע בי"ד אדער רבנים זענען געשטאנען אונטער די אזוי גערופענע פולסא וכו'?
Re: פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
וואס דארף מען א בי״ד סדאך א אפענע חיוב אזויוואו סשטייט בפירוש אויף די פלאקאטן[emoji2][emoji39][emoji23]קרעדיט: איש אל רעהו
איך וויל דאך הערן וואס ער וועט ענטפערן.
בית דין האט געפסקנט על פי הלכה אז די חופרים זענען מחלל קברים רח''ל
איז אויף וואס דארפסטו יעצט א בית דין?? עפעס פעלט נאך אינעם פסק הלכה ?
פולסא דנורא - אויפן שטח " גולובנציץ" אין בית שמש:
ברוך שכוונתי
איש את רעהובית דין האט געפסקנט על פי הלכה אז די חופרים זענען מחלל קברים רח''ל
איז אויף וואס דארפסטו יעצט א בית דין?? עפעס פעלט נאך אינעם פסק הלכה ?
וועלעכע דיינים פון וועלעכע בי"ד האבן זיך משתתף געווען אדער געשריבן א מכתב אז מען זאל מאכן די גערופענע פולסא?
איינע פון די גרופעס וואס האבן שטארק מעודד געווען די חפירות און געהאט א טייל אין מבזה זיין די מתים ביים בית החיים אויף די גולובנציץ לאט איז געווען די פארטיי ווי קאך לעפל פארופט זיך צו זיין פון זייערע אנהענגער
בלויז אין די לעצטע יאר צייט האט מען פון זיי אוועקגעריסען גאר גאר חשובע פערזענליכקייטען ובתוכם טייערע ראשי הקהילה
זיי וואלטען געמעגט מאכן א שטיקל חשבון הנפש ווי זיי האלטען אויף דער וועלט
און מעורר זיין זייער געמיינדע לתשובה ולתיקון המעשים
זיי האלטן נאך יעצט א צוויי שעה בעפאר עס גייט פארקומען א טראגישע לווי' ל''ע אויף א חשובע ת''ח זאלן די פירער און קעפ זייערע אביסל אויפוועקן דעם עולם פון שלאף.
עורו ישנים משינתכם
דארפסט פארשטיין אז נישט יעדער איז אזוי באהאווענט אין די חשבונות פון באשעפער. זיי האבן טאקע אזעלכע וואס זענען געבענטשט מיט א כח הדרוש ופלפול, אבער אזא שילוב צו מאכן, פאדערט זיך איינער מיט א געפיל פון "איש את רעהו יעזרו".
זיי קענען מאכן א אנדערע שילוב, אבער עפעס א טרייסעל מעג מען געבן דעם ציבור לתיקון המעשים