☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קאליר אן געפיהל, אויל פארב אן טרערן

קאליר אן געפיהל, אויל פארב אן טרערן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8729

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 24, 2015 4:32 pm

· #269463
קאליר אן געפיהל, אויל פארב אן טרערן
קאליר אן געפיהל
אויל פארב אן טרערן
קאנוועס אן כאראקטער
א בערשטל אן נשמה

א בילד פון איר באשאפן
א נשמה אריינגעבלאזן
א הארץ איינגעפלאנצט
הזורעים בדמעה

וואו דער הימל זינגט שירה
וואו די בוים דאווענט צו גאט
וואו וואסער געבט חיות
און לופט איז זעהבאר

וואו פייגל לעבן אן מורא
וואו שלעכטס איז נישט דא
וואו דער מענטש קיין שונאים
וואו ס'רואיג אלעמאל

בילד, וואו קען איך א פתח טרעפן
אריינקריכן אין דיר פאר א וויילע
בילד, כאטש זיי מיין שפיגל
איך וויל אין דיר ווערן פארלוירן

פארב, דערצייל מיר א מעשה
קאנוועס, זאג מיר דיינע סודות
קאליר, געב מיר פארשטאנד
ווי אזוי ליכט און שאטן לעבן אין פרידן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 24, 2015 5:21 pm

· #269481
זייער אינטערעסאנט @אנאנים. לעצטע זוממער בין איך געווען ביי א ארט שוי, האב איך געשמועסט מיט א גרויסע קאפ אין די נושא פון ארטס. זאגט ער אז מוזיק און פעינטען איז אויף די זעלבע לעוועל, ד"ה ביידע ניצט מען ענליכע חושים און ענליכע מהלכים. (אזוי איז אויך מסביר, דער מעהלער פון מאנרוי, יואל גליק אויף זיין פאנטאסטישע קול מבשר אינטרוויו) שרייבן איז אבער כולל אלעס, ווייל טינט וואס קומט פון א שרייבערס קאפ דורכן פעדער איז כולל אלעס וואס א מענטש קען האבן אין זיין פאנטאזיע און אין זיינע חושים. והאריך בזה.