☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » לשון הקודש שרייבערס געזוכט - ליסטינג

לשון הקודש שרייבערס געזוכט - ליסטינג

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8728

אויסלייזער » פרייטאג אפריל 24, 2015 3:54 pm

· #269452
לשון הקודש שרייבערס געזוכט - ליסטינג
אלץ כולל אינגערמאן פלעג איך אננעמען לשון הקודש שרייב ארבעט. ווי שיעורים פון רבנים און מגידי שיעור, איך פלעג איבערשרייבן פון audio אדער פון אידיש געשריבענע קורצע שטריכן, אזוי אויך הגהה ארבעט פאר קונטרסים און ספרים. – מיין קאנטעקט פארט ארום צווישען די וואס זוכען שרייבער'ס, אבער מיין גיין ארבעטען האט אוועקגענומען מיין איבריגע צייט, און איך דארף זיי כסדר אפזאגען, און זיי פרעגן מיך כסדר אויב איך ווייס צו זאגן פון אן אנדערע שרייבער – און איך ווייס נישט.
דער אשכול זאל געווידמעד זיין פאר לשון הקודש שרייבער ליסטינג.
אויב ווייסט איר איינער וואס נעמט אן שרייב ארבעט פאר שיעורים פון רבנים וכדומה, ביטע לייגט ארויף יענעמ'ס נאמען און טעל. אויב מעגליך אויך א מראי מקום צו מעשי ידיו, א קונטרס אדער גליון וואס יענער האט עורך געווען.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 24, 2015 4:03 pm

· #269454
און וואס איז מיט א מראי מקום צו דיינע סחורה.....

אויסלייזער » פרייטאג אפריל 24, 2015 4:34 pm

· #269464
היינט אליינס האבן מיר צוויי מענטשען גערופען:
1) א רב אין בארא פארק גיבט יעדע מיטוואך א מוסר/השקפה שיעור, ער זוכט איינער זאל איבערגיין מיט אים די שיעור און עורך זיין מיט א רייכע לשון קודש.
2) א אינגערמאן האט אפגעשריבן א ספר אויף שלום בית, ער זוכט א מגיה וואס פארשטייט צו פסיכלאגיע.

אנאנים, דיין שיינע ביאגראפיע איז נישט דער אינטערעס פון דעם אשכול. ענדערשט שרייב דיין נאמען פון טעל, אז ס'זאל זיך מאכן א שטיקל ליסטע פון שרייבערס.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 4:57 pm

· #269472
וויאזוי קען מען מפרסם זיין אן גילוי?

אויסלייזער » פרייטאג אפריל 24, 2015 5:00 pm

· #269473
שרייב א נאמען פון א שרייבער דו ווייסט, מיט א טעל.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 5:04 pm

· #269477
און אויב בין איך אליין דער מענטש, וואס טוה איך?

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 5:06 pm

· #269478
דערווייל האב איך מיך דערמאנט פון א אנדערע נאמען איינער וואס ארבעט אין חד וחלק אין מאנסי (ניין נישט איך, איך ווארט אויף א עצה) מיטן נאמען צבי נחמן ראטטענבערג זייער א געבענטשטע פעדער 845-425-3216 אדער ביי די ארבעט 845-356-0652.
זיין לשון קודש איז צווישן היינטיג און פארצייטיש.

פליקער » פרייטאג אפריל 24, 2015 5:27 pm

· #269482
א ידיד מיינער מיט א רעכטע פעידער, א כתבא רבא, ספעלט גיט פארשטייצעך..
א קרקע דכולי ביה, ובפרט בלשון הקודש
נחום הלוי האלפערט
347-471-4609
איך רעקאמעדיר אים שטארק פארן ספר אויף שלום בית מיט פיסכילאגיע, ער איז גאר א שטארקער דעינקער, און א כוכב בעניני פסיכילאגיע,
איך האפ נאר אז ער וועט מיך נישט דן זיין למות פארן אים מפרסם זיין דא.

אויסלייזער » פרייטאג אפריל 24, 2015 5:29 pm

· #269484
חזו קברא רבה דמצהיד...

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 6:09 pm

· #269495
ווייסטאך, די עדס קוקט מען נישט יו'ט....

אויסלייזער » מוצ"ש אפריל 25, 2015 9:58 pm

· #269521
ייש"כ פאר די ערשטע צוויי אדרעססען.

עס זענען פארהאנען פארשידענארטיגע לשון קודש שרייבער, ס'דא וואס נוצען נאר תנ"ך'יכשע ווערטער, און זענען מרחיב בלשון, אנדערע שרייבן מער מאדערנע סטייל, אפילו נישט ממש עברית, אבער מער צוזאמענגעשמאלצענע ווערטער, וואס איז נישט פאפולער אין פארצייטישע חסידישע ספרים. - אויב מעגליך, ווען איר לייגט ארויף דא אויפן ליסטע א שרייבער, ביטע לייגט צו וואספארא סארט לשון יענער באנוצט זיך.

א גרויסן ייש"כ

געוואלדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 11:51 am

· #269673
פליקער
א ידיד מיינער מיט א רעכטע פעידער, א כתבא רבא, ספעלט גיט פארשטייצעך..
א קרקע דכולי ביה, ובפרט בלשון הקודש
נחום הלוי האלפערט
347-471-4609
איך רעקאמעדיר אים שטארק פארן ספר אויף שלום בית מיט פיסכילאגיע, ער איז גאר א שטארקער דעינקער, און א כוכב בעניני פסיכילאגיע,
איך האפ נאר אז ער וועט מיך נישט דן זיין למות פארן אים מפרסם זיין דא.


איך האב קודם חושד געווען אז דו שרייבסט פון דיר, אבער ווען איך האב באמערקט קרקע אנשטאט כרכא ווייס איך אז עס איז א צווייטער, אדער אפשר איז עס בכוונה לערבב את השטן.