☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם

יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8727

קרעמער1 » פרייטאג אפריל 24, 2015 3:08 pm

· #269436
יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
דאַך
קאָזע
שמאַטע

דאס ריין יודישע ווארט "סטאָל-יער" (טישלער - קאַרפּענטער) קומט ווארשיינליך פון פויליש וואו טיש איז א "סטאָל", כאטש א טישלער זעלבסט רופן זיי "סטאָלאַש"

ס'איז זיכער דא נאך ווערטער פון פויליש וואס זענען אריין אין יודיש כמות שהוא
ווער ס'קען זאל ביטע מוסיף זיין. ביטע נאר שרייבן ווערטער וואס זענען ברייט-באניצט און זענען פארשטענדלעך פאר יעדן יודיש רעדנער

אויסגערוט » פרייטאג אפריל 24, 2015 3:17 pm

· #269441
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
קאפעליטש [היט]

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 24, 2015 4:25 pm

· #269461
זייגער, פאסיק, פאליצע, אינדיק, סטאדע, פאסטוך, רעקלאמע, סקלאד (warehouse).

סטאליער איז מעגליך פון רוסיש נישט פויליש.

(למען האינדיק, איז דען אזוי שווער צו שרייבן אידיש מיט אן א? עס מאכט מיר נערוועז, ספעציעל אז עס געפונט זיך אין די פארום איבער גראמאטיק).

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 26, 2015 1:09 am

· #269594
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
ראסעל

פלאוויוס » זונטאג אפריל 26, 2015 1:52 am

· #269607
ישראל, רעקלאמע איז א דייטש ווארט (Reklame).

שמערל » זונטאג אפריל 26, 2015 8:38 am

· #269646
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
וועטשערע

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 26, 2015 7:05 pm

· #269840
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
יושקע. (מיט א חיריק יוד) = וועטשטעבל זיפ

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 26, 2015 7:06 pm

· #269841
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
קארטאפעל

רוסישער » זונטאג יוני 28, 2015 10:42 pm

· #285851
די קעניג פין אמעריקע
קארטאפעל
שמערל
וועטשערע

ביידע פון רוסיש און ניט פויליש

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 29, 2015 1:37 am

· #285897
קרעמער1
דאַך
קאָזע
שמאַטע

דאס ריין יודישע ווארט "סטאָל-יער" (טישלער - קאַרפּענטער) קומט ווארשיינליך פון פויליש וואו טיש איז א "סטאָל", כאטש א טישלער זעלבסט רופן זיי "סטאָלאַש"

ס'איז זיכער דא נאך ווערטער פון פויליש וואס זענען אריין אין יודיש כמות שהוא
ווער ס'קען זאל ביטע מוסיף זיין. ביטע נאר שרייבן ווערטער וואס זענען ברייט-באניצט און זענען פארשטענדלעך פאר יעדן יודיש רעדנער

מדי דברי בו: ס'געווען דאהי א קאנגרעסמאן מיט'ן נאמען סטיווען סאלארז. ער איז שוין לעצטנס געשטארבן. עכ"פ דער נאמען נעמט זיך מסתמא ווייל זיין טאטע איז געקומען פון פוילן און ער האט דארט געהייסן סטאלאזש, א טישלער....Stolarz....פון דעם איז געווארן סאלארז....!

הויזן טראגער » מאנטאג יוני 29, 2015 6:11 am

· #285901
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
פאוואליע - שטייטעלעך

טענעסי » מיטוואך יולי 15, 2015 8:01 pm

· #289572
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
ביורא - אפיס

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 15, 2015 8:08 pm

· #289574
טענעסי
ביורא - אפיס

דאס איז מקורות'דיג א פראנצויזיש ווארט. און ס'איז אדאפטירט געווארן אין א סאך שפראכן, ווי ענגליש און פויליש אויך. אבער ס'איז נישט א ספעציפיש, מקורות'דיג ווארט אין פויליש...!

אייז קריעם » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:18 pm

· #350491
פאכעט-בלאזט

שלום על ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:44 pm

· #350638
וואס גייט דא פאר?! דאס אלעס איז נישט אידיש?

איך האב אלץ פארשטאנען אז פאדלאגע איז די פלאר אין די שטוב, ווידעראום ערד איז ווי ground.

אז קאפעליטש קומט פון קאפעל. חוץ אויב קאפעל איז אויף פויליש?

וויאזוי זאגט מען דען זייגער, פאליצע, סטאדע, פאסטוך, רעקלאמע, קארטאפעל אין אידיש?

ביורא קומט פון אסאך שפראכן, אריינגערעכנט ענגליש. כ'@berlbalaguleh.

#שאק'ד!

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:48 pm

· #350655
ישראל קאפקע
זייגער, פאסיק, פאליצע, אינדיק, סטאדע, פאסטוך, רעקלאמע, סקלאד (warehouse).

סטאליער איז מעגליך פון רוסיש נישט פויליש.

(למען האינדיק, איז דען אזוי שווער צו שרייבן אידיש מיט אן א? עס מאכט מיר נערוועז, ספעציעל אז עס געפונט זיך אין די פארום איבער גראמאטיק).

סטאליער שרייבט מען אויף פויליש...STOLARZ...און ס'ליינט זיך ..."סטאלאזש"...אזוי ווי א יעדע "רז" ביים ענדע פון ווארט...!