השגחה פרטית
די מעשה שטייט די חודש אין די מעלות.
מ'קען פון זינען אראפגיין פון אזא השגחה פרטית. אדער נישט?
וואס זאגט איר?
.
מ'קען פון זינען אראפגיין פון אזא השגחה פרטית. אדער נישט?
וואס זאגט איר?
.
א אידווי אויך איר מאן איז ארויס און ער האט נישט באמערקט אז עס פארט, נאכדעם האט זי אנגעהויבן צו באמערקן אז עס פארט.
יואבקודם וואס האט דאס מיט השגחה פרטית? א געווינס פאר דער קאר-סיעט געזעץ.
די מעשה מאכט מיך אבער דיזי. וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי די קאר האט אנגעהויבן פארן און בעקן. איך וואלט געזאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז פרויען זאלן אנהייבן דרייוון און זיך אויסקענען מיט אזא מאשין, און סיי ווער ס'דרייווט זאל נישט לאזן די שיפטער אין סיי וועלכן געיר אויסער פארק איידער מ'גייט ארויס פון קאר. אויב איז די מעשה ווי זי שרייבט, א קאר האט זיך אומשולדיג אנגעהויבן רוילן קען זי סוען די קאר קאמפאני צוזאמען מיט דעם דרייווער. קארס, ווי ווייט ס'לאזט זיך גלייבן, פארן נישט אליינס, און אז מ'דרייט דעם שליסל הייבט דאס נישט אן בעקן. עפעס פעלט פון דער מעשה, אבער א גוטס.
שמעקעדיגכ'האב נישט אריינגעשטעלט דעם אשכול אין העמק דבר כדי זיך צו טענה'ן אין וועלכע גיער די קאר איז געווען...
מיין קשיא איז דא צי איינער זעהט די געוואלדיגע השגחה פרטית, מיט א אויספיר פון הודו לה'? אז מען האט אינעם באקלאפט די ביינער אזש אלע ביינער זענען צובראכן געווארן נאר דער קאפ איז געבליבן גאנץ איז עס דען א השגחה פרטית? אדער אפשר יא, אז פונקט דאס איז געבליבן גאנץ?
אבער מי עביד קוב"ה דינא בלא דינא, מסתמא אז אלעס האט זיך צובראכן און געפלויגן, איז זיך דאס (בנוסף צו איר קורצע טראומאטייזינג שרעק) איר פילייכט געקומען אלס אן עונש פאר א געוויסע קלענערע עבירה וואס פאדערט נישט קיין מיתת ילדים אלס תיקון. אויב אזוי, וואס איז די ביג דיעל? אה, אפשר איז די דיעל אז דער עונש איז געקומען אזוי גענוי מיט אזא פונקטליכקייט?
בכל אופן די ווארט "השגחה פרטית" קוקט מיר נישט אויס פאסיג דא. אדער בין איך ראנג. זאל מען מיר ביטע אויפקלערן.