☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #8714

אשכול אן א טיטל #8714

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8714

— » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:34 am

· #268838

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כוכב » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:08 am

· #268873
וכן המסילת ישרים בהקדמתו, ומכ''מ פוק חזי וכו'. וידועים דברי החתם סופר.

מפוזרי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:37 am

· #268881
יעדער איז מודה אז הלכות חובות הלבבות הייסט לימוד התורה. און דאס איז טאקע די אמת'ע טעם פארוואס חסידים זענען געפארן צו רבי'ס וואס זענען נישט געווען גרויס אין די חלק הפלפול שבתורה, ווייל מ'האט געשעצט זייער גדלות אין דער חלק התורה פון הלכות הלבבות.
פארצייטענס זענען טאקע געווען אסאך וואס האבן בעיקר עוסק געווען אין דעם חלק פון תורה, די סיבה וואס ס'איז היינט נתמעט געווארן איז לדעתי, וויבאלד צו דעם חלק דארף מען האבן אן אפענער הארץ, און ליידער זעמיר היינט פארהארטוועטע הערצער. משא''כ דער חלק המעשי האט מער דער כח אריינצודרינגען אפילו אין א פארשטאפטער הארץ, ואדרבה אם אבן היא נימוח.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:16 pm

· #268982
עס איז נתמעט געווארן לפי ידיעתי, ווייל אונזער דרך הלימוד איז זייער נשפע געווארן פון די ליטווישע דרך הלימוד.

מפוזרי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:30 pm

· #269029
וואס האט דאס מיט'ן דרך הלימוד? די פראגע איז נישט געווען וויאזוי צו לערנען גמ' און פוסקים נאר פארוואס געט מען נישט אוועק מער צייט פאר די אנדערע חלק תורה פון הלכות דעות וחובת הלבבות. גראדע געבן זיך די ליטווישע אפ מיט דעם מער ווי אונז, און מיר זענען ליידער נישט גענוג נשפע פון זיי אין דער פרט.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:04 pm

· #269148
וויאזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך 🙄 אמאל איז דארט אינגאנצן נישט געווען א דגוש אויף די זאכן און כהיום וואס דארט איז שוין בעסער איז ביי אונז נאכנישט געווארן בעסער.

פלאוויוס » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:17 pm

· #269185
@אנאנים, איך האב פרובירט אמאל אויפצוברענגען אן ענליכע טענה פאר א געוויסן למדן (א גרויסער אנערקענטער תלמיד חכם לכל הדעות), און ער האט מיר אפן געזאגט אז ער פילט נישט קיין שום טעם אין חובת הלבבות. איך האב אפילו געקענט באמערקן אין אים א זלזול צו דער וועלט פון מוסר.

דערפאר זעט מיר אויס אז מפוזרי איז גערעכט. די סארט מענטשן וואס האבן שטארק ליב פלפול, ווערן בדרך כלל נישט געצויגן צו פסיכאלאגיע/מוסר. אודאי זענען דא יוצאים מן הכלל, אבער דאס איז יעדנפאלס א תירוץ פאר דעם וואס "ס'איז אזוי געווארן..."