די עלטער פון די וועלט און אמונה
ביי רעליגיעזע אידן איז די עלטער פון די וועלט א חלק פון די אמונה. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.
יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?
אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
רויטע וואנצעסביי רעליגיעזע אידן איז זייער שטארק א חלק פון די אמונה, די עלטער פון די וועלט. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.
יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?
אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
לויט ווי איך פארשטיי איז אונזער אמונה געבויט אויף א מסורה און היסטארי אז אזוי און אזוי איז געווען, אויב אונז זעמיר אפפ מיט היסטארי אויכט דעמאלץ אויף וואס בוי מיר? אויף מופתים פון ר' אבנר אבזי'ן?
כבוד החסיד שליט"א,
אמונה איז נישט געבויט אויף היסטארי. אמונה איז געבויט אז ס'דא א באשעפער אויפן וועלט. און היסטארי איז פון דא און ווייטער.
אנאנים, איך בין אויפגעוואקסן גלויבענדיג אין יהדות טראץ די מיליאן קשיות און סתירות און טראץ וואס לאגיק פאר זיך פירט ערגעץ אנדירש , האב איך געוואוסט אז אונז ( ווייניגער ווי א 1000'טל פון די וועלט ) זעמיר דאך גערעכט וועגן אונזער היסטארישע פאקטן וואס איז אין אונזער סאסייעטי קאמאן וויסדאם און געדרוקט אין אונזערע ספרים. יעצט אויב אונזערע היסטארישע פאקטן זענען הונקעדיג אין טייל איז עס נאך אלץ גענוג שטארק איבערצווועגן אלעס ?
רויטע וואנצעסביי רעליגיעזע אידן איז די עלטער פון די וועלט א חלק פון די אמונה. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.
יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?
אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
מען האט שוין די גאנצע זאך אויסגעשמיעסט אין א דערנעבעדיגן אשכול פון דינאזארס. עס איז נישטא קיין שום ענין אלעס איבער צו גיין פון דאסניי.
[ציטאט אראפגענומען]
אסך גדולים וטובים האבן אזוי געזאגט - און אסך האבן טאקע געהאט טענות אבער קיינער האט זיי נישט געריפען כופרים