קו התאריך- בענין ספירת העומר
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8697
קו התאריך- בענין ספירת העומר
די נושא פון קו התאריך איז ברייטע נושא. דהיינו די פאקט אז מען האט קובע געווען אז עס עקזעסטירט אזא זאך ווי קו התאריך. אזוי אויך ווי דאס איז. דא רעדט זיך אז עס איז דא א פלאץ ווי די דאטום טוישט זיך. איך אליינס בין נישט קלאר וויאזוי דאס ווערט נקבע, אבער אזוי איז די פאקט אז עס איז דא ערגעץ אויף די וועלט וואס הייסט קו התאריך. עס א דיסקוסיע דאס אליינס ווי דאס איז. די מציאות איז אז דא קען זיין איין דאטום אין ביי די צווייטע זייט פון די קו התאריך זאל זיין א צווייטע דאטום. יעדעס מאל מען פארט קיין יאפאן אדער קיין טשיינע פארלירט מען א טאג. יעדעס מאל מען פארט צוריק פארדינט מען א טאג.
דאס האט מעורר געווען זייער א סאך שאלות במשך השנים. 1 בנוגע ווען איז שבת? 2 בנוגע ימים טובים? 3 בנוגע ז' נקיים? 4 תענתים, און אזוי ווייטער. זייער א סאך תשובה ספרים פון די לעצטע זיבעציג אכציג יאר זענען פארנומען מיט די אלע שאלות. עס איז דא א ספר פון רבי בצלאל שטערן (די ברודער פון די דעברעצינער רב) וואס איז דן אין מערער שאלות וואס איז נוגע קו התאריך.
אין די תשובות איז פאראן א שאלה בנוגע די ימי ספירה. אויב א מענטש פארט פון דא קיין אסטראליע, און ער פארט אריבער די קו התאריך (איך מיין אז עס איז דא א לענגערע וועג וואס פארט נישט אריבער די קו התאריך) במשך ימי ספירה פארלירט ער א טאג. וואס טוט מיט ספירה? די זעלבע אויב ער קומט צוריק פארדינט ער א טאג. וואס זאל ער טוהן מיט די ספירה.
איך געדענק נישט די נעמען פון יעדער שיטה אבער יש אומרים אז ער זאל ציילן אהן א ברכה מיט די מספר פון די מקום ווי ער איז באותו יום. ויש אומרים ער קען אלץ ציילן מיט א ברכה כמספר פון די מקום ווי ער איז באותו יום, אפילו אויב ער לאזט אויס א טאג אדער ער חזר'ט איבער א טאג צוויי מאל. יש אומרים אז אויב ער ווייסט פון אהנהייב אז ער גייט דארפו פאהרן די קו התאריך, זאל ער באלד פון אהנהייב ציילן צוויי מספרים. דאס הייסט היום שני ימים כמנין במערב, ושלשה ימים כמנין במזרח, וכדומה. אזוי זאל ער ציילן ביז ער קומט אהן צו זיין לעצטע דעסטענאציע פון די ימי הספירה, וואס דעמאלס בלייבט ער נאר מיט איין ציילונג אזוי ווי דער פלאץ ווי ער איז. ממילא איז עס תמימות ווייל ער האט דאך אלע טעג אויך געציילט די מנין פון דעם זייט וועלט.
דער ליובאוויטשער רבי זי"ע האט א חידוש אויף דעם נושא עס ווערט אראפגעברענג באריכות אין די ספר
שערי המועדים.
ער זאגט אז אין תורה שטייט וספרתם לכם, חז"ל דרשנ'ן שתהא ספירה לכל אחד ואחד. אנדערש ווי ביי שמיטה און יובל וואס דארט איז די מצוה פון ציילן נאר אויף בית דין. אבער ספירה איז א מצוה על כל אחד. ממילא זאגט ער אז דער יחיד ווערט נישט נגרר נאכן רבים. יעדער הייבט אהן ציילן די צווייטע טאג פסח. און ער ציילט טאג ביי טאג. נישט קיין חילוק אויב ער איז אריבער די קו התאריך צו נישט דארף ער ציילן ווי ער האלט. ולכן אויב איינער וועט פארן קיין אסטראליע וועט ער אלץ האלטן איין טאג אינטערשטעליג. אויב ער קומט אהער פון אסטראליע וועט ער אלץ האלטן איין טאג פאראויס מיט די ימי הספירה.
ער איז מחדש ווייטער וויבאלד אז שבועות איז תלוי אין חמישים יום, ממילא וועט אזא מענטש האלטן אנדערש די יום טוב שבועות. איינער וואס פארט קיין אסטראליע וועט האלטן שבועות ווען דארט איז ז' און ח' סיון. איינער וואס קומט קיין ניו יארק פון דארט וועט האלטן שבועות ה' און ו' סיון.
ער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.
דער הוראה האט ער געהאלטן למעשה. נאר היות אז עס איז מתמיהים אויף דעם שיטה, האט ער געהייסן אז מען זאל נישט דורך פאהרן די קו התאריך במשך פון די ימי ספירה, אויסער לצורך גדול.
רבי יואל כהן פארציילט אז בשנת תשכ"ב איז געפאלן שבועות אזויווי היי יאהר, דהיינו זינטאג און מאנטאג. ער געהאט א גאסט ביי זיך וואס איז געקומען פון אסטראליע. האט ער אים געזאגט אז די רבי האלט אז ער דארף האלטן שבועות שבת און זונטאג. דער גאסט האט געטענה'ט אז עס קען נישט זיין, ער האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא פסק. האט רבי יואל אים גע'עצה'ט אז ער זאל שטיין אויף די וועג וואס די רבי גייט ארויס פון בית המדרש און זעהן צו די רבי וועט אים עפעס זאגן. אויף די וועג ארויס האט די רבי יעדן געגריסט גוט שבת. ווען ער האט געזעהן דעם איד האט ער אים געזאגט גוט שבת גוט יום טוב!
רבי יואל פארציילט ווי זיין ווייב האט סערווירט פאר די גאסט די מאכלים וואס זי האט צוגעגרייט פאר יום טוב ווייל ביי אים איז יום טוב.
זייער שיין.
(זיין ווייב איז אויך געווען ברוח הקודש, אדער ר' יואל האט איר געזאגט? אפשר האט ר' יואל געזאגט פארן רבין?)
עס איז נישט א רוח הקודש פון די רבי. די רבי האט געוויסט פון ווי ער קומט. דער רבי האט אים געגריסט אזוי אים צו ווייזן אז ער מיינט עס ערנסט.
איך האב א שאלה אין די סוגיא. פארוואס קען מען נישט זאגן אז ווילאנג מ'איז אויפן פליגער, איז מען אזוי ווי אין א מדבר, און מ'האלט דערווייל אן אייגענעם חשבון ? (אויך לגבי ספירה וועט ער נישט אויסלאזן, עכ"פ אן א ברכה)
זייער שיין. יישר כח.
דער חלק אז מען זאל ציילן לויטן חשבון וואס מען האט אנגעהויבן, דאס איז גאנץ פארשטענדליך. אבער צו זאגן אז ער זאל צוליב דעם האלטן אן אנדערע טאג שבועות איז אביסל מאדנע. אויף שבועות שטייט שוין נישט אז עס איז לכל אחד ואחד, און אויב זאגסטו אז דער יו"ט איז ממש נאר תלוי אין יעדן מענטש לויט ווי ער האט געציילט, קומט אויס אז אויב איינער האט פארגעסן צו ציילן, דארף ער שוין בכלל נישט האלטן דעם יו"ט שבועות?
היות די תורה האט האט תולה געוועט שבועות מיט חמישים יום, וואס ספירה איז דאך אן ענין וואס איז שייך צו יעדן יחיד אטאמאטיש איז די קביעות פון שבועות תלוי אין די יחיד. ער ענטפערט דאס דארט. זעה דעם לינק וואס איך האב צוגעברענגט.
עס איז פארשטענדליך אז עס א חידוש. אבער צוליב די אינטעסאנטקייט פון דעם חידוש האב איך עס געברענגט.
מיין קשיא איז בעיקר געווען:
ברסלבעראויב זאגסטו אז דער יו"ט איז ממש נאר תלוי אין יעדן מענטש לויט ווי ער האט געציילט, קומט אויס אז אויב איינער האט פארגעסן צו ציילן, דארף ער שוין בכלל נישט האלטן דעם יו"ט שבועות?
איך האב נאכגעקוקט אינעווייניג און ער פארענטפערט די קשיא, אז די תורה מיינט נישט אז נאר ווער עס האט טאקע געציילט דארף נאכדעם האלטן שבועות, נאר אז ווען עס ענדיגט זיך די טעג וואס ער וואלט געדארפט ציילן, דאן איז שבועות. און מיט ווערט פארענטפערט פארוואס א קטן שנתגדל אדער א גוי שנתגייר בימי הספירה דארף אויך האלטן שבועות.
ברסלבערמיין קשיא איז בעיקר געווען:

אבער יעצט אז די תורה זאגט חמישים יום, איז אפשר דארף דער גר מיט'ן קטן אויך ציילן גאנצע 50 טעג, און נאכדעם האלטן שבועות?
איך וואלט געפרעגט דיין שאלה אנדערש. היות די תורה זאגט חמישים יום פון מחרת השבת (וואס מיינט יום ב' דפסח כמו שדרשו חז"ל) און דער קטן וגר קענען נישט ציילן דאס יאר דיע חמישים יום, ממילא זאלן זיי נישט קענען מקיים זיין דעם יום טוב שבועות?
דיין שאלה איז די לכתחילה'דיגע שאלה אויף וואס די פוסקים מוטשענען זיך, אבער איך פרעג לויט דעם לובאוויטשער רבין'ס פסק אז יעדער קען האבן אן אייגענע חשבון.
פארשטייט זיך דער פסק פון ליובאוויטשער רבי איז א מדרש פליאה, עס איז גאנץ פשוט אז עס האט נישט קיין זין אזא הלכה זאל יעדער האבן אן אנדערע שבועות. לו יהא מדין חומרי מקום שהלך לשם דארף ער האלטן שבועות מיט יעדער.. אבער עס איז א גוטע מבוא חוקר צו זיין וואס איז טאקע דער גדר פון ספירה, איז דאס א סימן אדער א סיבה.. וכו'.
אינטרעסאנט איז אז וועמען איך האב נאר איבערגעזאגט די חידוש ווען ער האט געהערט די חלק אז ער דארף ציילן ספירת העומר לויט זיין סדר האט ער הנאה געהאט. נאך א קורצע צייט טראכטן פרעגט יענער און וואס טוהט זיך מיט שבועות? און איך ענטפער אים די שיטה אז מען דארף האלטן אן אייגענע שבועות. ערשט דעמאלס הייבט ער די אויגטן ברעמען, וואס עה, עס קען נישט זיין.
פארוואס לגבי ספירת העומר איז עס א שיינע חידוש און לגבי שבועות קען עס נישט זיין? די שכל קען נישט פארשטיין אז מען זאל עסן טשיז קעיק און זאגן אקדמות אויף אן אנדערע טאג ווי כלל ישראל? אויב קען מען ציילן ספירה אנדערש ווי גאנץ כלל ישראל קען מען מאכן שבועות אנדערש פון גאנץ כלל ישראל.
גראדע איז עס נישט אנדערש ווי גאנץ כלל ישראל. ווייל ער האלט דאך שבועות ווי די אידן פון אסטראליע, אדער פארקערט.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס קומט נישט דא אריין. דאס האט מיט די מחלוקת בענין תמימות. והוא פשוט.
ער האלט נישט שבועות מיט די אוסטראלישע אידן ווייל זייער זונטאג איז אונזער שבת נישט אונזער זונטאג. די חילוק איז אז ספירה הערט זיך דאס פראקטיש און שכלדיג אבער שבועות נישט.. עכ"פ דער איד פון פלאוויו'ס שבת הגדול דרשה האלט זיכער אזוי.. אויב לומדיש איז קלאר די חילוק איז נאך א שמועס. לכאורה די היקש וואס דער עולם מאכט דא משוכח וכדומה איז אז אויב קומט ער צוריק אין א פלאץ ווי לויט יענער פלאץ איז א צווייטער טאג איז לפי ערך המקום הזה איז ער ווי איינער האט זיך טועה געווען אדער שוכח געווען נעכטן.
דאכט זיך אז די חזון איש האלט אז אפילו לגבי שבת אז ער גייט ווייטער לויט די אייגענע חשבון. דאס הייסט אז איינער פארט פון דא קיין אסטראליע וועט ער האלטן שבת ביי זייער זינטאג (דהיינו זיבן טאג נאך זיין לעצטע שבת) אונזער שבת!
דער חזון איש האלט מען האלט שבת ווי דארט רופט מען זונטאג אבער דאס איז ווייל לדעתו איז די זונטאג נישט ריכטיג להלכה און באמת איז דארט שבת. נישט ווייל ער גייט לויט זיין פרטישער חשבון.
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
דער חזו''א איז נישט מחולק אויף אסטראליא, נאר יאפאן.
דער פראבלעם מיט'ן פסק פון ליובאוויטשער רבי איז אזוי. דער פסוק זאגט אונז עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמשים יום והקרבתם מנחה חדשה לה'. ט'דארף אונזער וועלט'ס רייזער ברענגען אן אייגענעם קרבן שתי הלחם? איז ער אסור אינ'ם נייען תבואה לקרבנות אויף נאך א טאג? דארף ער אליינס ברענגען אלע מנחות וואס דער כהן ברענגט פונ'ם נייען תבואה?
אויך אין דרך הפסק איז דאס אומבארעכטיגט צו דרשנ'ען א פסוק מיט ע ספרי, נישט געבויט אויף ראשונים און פוסקים, אבער לשיטתו איז דער פסוק אויך שווער.
חרב על הבדים ונואלו.......
[ציטאט אראפגענומען]
אי משום הא, איז דאס נישט קיין פראבלעם. ווייל ער איז זיך שוין גלייך מצטרף מיט די צוייטע פלאץ (אזווי ווי ביי ותן טל ומטר)
ראש הישיבהער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.
.
דער מקור פון'ם מג"א, איז דאכט זיך א תשובת הריב"ש, (און א חינוך?) אז בזמן הבית, ווען דער מולד האט נאכנישט געהאט קיין קביעות, און ניסן האט געקענט זיין חסר, האט שבועות געקענט געפאלן אויף ה' סיון. און ס'האט טאקע נישט מיט זמן מתן תורה.
ליטוואק פון בודאפעסטדער חזו''א איז נישט מחולק אויף אסטראליא, נאר יאפאן.
דער פראבלעם מיט'ן פסק פון ליובאוויטשער רבי איז אזוי. דער פסוק זאגט אונז עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמשים יום והקרבתם מנחה חדשה לה'. ט'דארף אונזער וועלט'ס רייזער ברענגען אן אייגענעם קרבן שתי הלחם? איז ער אסור אינ'ם נייען תבואה לקרבנות אויף נאך א טאג? דארף ער אליינס ברענגען אלע מנחות וואס דער כהן ברענגט פונ'ם נייען תבואה?
אויך אין דרך הפסק איז דאס אומבארעכטיגט צו דרשנ'ען א פסוק מיט ע ספרי, נישט געבויט אויף ראשונים און פוסקים, אבער לשיטתו איז דער פסוק אויך שווער.
חרב על הבדים ונואלו.......
קוק אין די לינק פון די ערשטע תגובה וועסטו זעהן אז ער האט דאס אויך פארענטפערט. בלי נדר איך וועל עס מארגן נאכקוקן.
איינער האט מיר מעורר געווען אז אין א גליון פון ישיבת חב"ד מגדל העמק, וואס איז ארויס יאהרן צוריק האט הרב עזרא שוחט ראש ישיבת חב"ד אין לאס אנג'לעס מפלפל געווען אין דעם נושא. איך האף עס צו טרעפן און עס לינקען דא אהער.
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
ראש הישיבהאיך וואלט געפרעגט דיין שאלה אנדערש. היות די תורה זאגט חמישים יום פון מחרת השבת (וואס מיינט יום ב' דפסח כמו שדרשו חז"ל) און דער קטן וגר קענען נישט ציילן דאס יאר דיע חמישים יום, ממילא זאלן זיי נישט קענען מקיים זיין דעם יום טוב שבועות?
אויב כ׳האב נישט קיין טעות, איז דא טאקע א שיטה אז זייער חיוב אין יום טוב שבועות איז נאר מדרבנן.
בעיקר הענין, דוכט זיך מיר אז אין קנין תורה (פונעם שטראסבורגער) איז ער אויך מצדד ווי ונבנתה׳ס רבין.
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
בן אדםראש הישיבהער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.
.
דער מקור פון'ם מג"א, איז דאכט זיך א תשובת הריב"ש, (און א חינוך?) אז בזמן הבית, ווען דער מולד האט נאכנישט געהאט קיין קביעות, און ניסן האט געקענט זיין חסר, האט שבועות געקענט געפאלן אויף ה' סיון. און ס'האט טאקע נישט מיט זמן מתן תורה.
דאס אז עס האט געקענט פאלן אין אנדערע טעג, איז אן אפענע גמרא.
(חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז זיי שרייבן אז מ׳זאל נישט זאגן זמן מתן תורתינו).
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
ראש הישיבהדאכט זיך אז די חזון איש האלט אז אפילו לגבי שבת אז ער גייט ווייטער לויט די אייגענע חשבון. דאס הייסט אז איינער פארט פון דא קיין אסטראליע וועט ער האלטן שבת ביי זייער זינטאג (דהיינו זיבן טאג נאך זיין לעצטע שבת) אונזער שבת!
?????
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
ליטוואק פון בודאפעסט
חרב על הבדים ונואלו.......
ווען דו וועסט עס זאגן אויפן חזון-איש וועסטו עס קענען זאגן אויפן רבי׳ן שליט״א/זי״ע
ראש הישיבהעס איז דא א ספר פון רבי בצלאל שטערן (די ברודער פון די דעברעצינער רב) וואס איז דן אין מערער שאלות וואס איז נוגע קו התאריך.
הגאון ר' בצלאל שטערן האט גענוג יוחס עצמו און מ'דארף אים נישט אידענטיפיצירן אלץ ברודער פון דעברעצינער רב ז"ל.
ער איז געווען רב אין מלבורן, און אלס איינע פון די הויפט רבנים אין אוסטרליה ווי די שאלה איז זייער נוגע, האט ער דאס שטארק מברר געווען.
שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין די חרדישע קהילה אין ווינא. ס'דא פון אים שו"ת בצל החכמה און נאך ספרים.
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
פארוואס?ליטוואק פון בודאפעסט
חרב על הבדים ונואלו.......
ווען דו וועסט עס זאגן אויפן חזון-איש וועסטו עס קענען זאגן אויפן רבי׳ן שליט״א/זי״ע
דער חזון איש האט געהאט חברותות און חברים מיט וועמען ער האט אלס געלערנט. ער האט זיך קיינמאל נישט איינגעשפארט. דער סוגיא האט ער געלערנט מיט הרב שלמה כהן, כידוע.
מאכסט מיר לאכן. דער חזון איש האט געלערנט מיט חברותות בצעירותו אפשר און אפשר בזקנותו ווי א רבי צו א תלמיד. זיין גאנצער מהלך המחשבה און וועג פון שרייבן ווייזט ווי ער טראכט אלעס אליינס און איז נישט מלבן די יסודות מיט חברים ער זאל בכלל באקומען א שפראך וואס אנדערע פארשטיין בכלל. דער ליובאוויטשער רבי (וואס האט אויך געהאט אזוינע חברותות לפי כל מיני מעשיות), האט טאקע בעיקר געלערנט אליינס, אבער פון זיין גאנצער מהלך המחשבה זעהט מען ווי ער האט זיך גערעכנט מיט אנדערע גענוצט אסאך ספרים זיך נישט געשעמט צו זאגן וועלכע ספרים העלפן עם און גערעדט א שפראך וואס איז מוסבר און מובן פאר יעדער איינער.
דאס אז מ'ווערט נגרר נאכן מקום מושב דערמאנט מיך אז מיין קליינע שוועסטער האט מחדש געווען אז פונקט ווי א איד פון ישראל האלט נישט יו"ט שני און חו"ל ווייל אזוי איז ער זיך נוהג אינדערהיים, אזוי אויך טראגט זי אן אן עירוב אין ברוקלין ווייל אין איר וואוינארט איז יא דא אן עירוב.
די לובאוויטש'ע תורה שטימט מיט זיין אינדיווידוליסטיק אויסקוק. לפי זה קען מען נעמען די שמועס פון הלכה צו חסידות / השקפה אז נישט נאר זמן מתן תורתינו ווערט נקבע באזינדער לכל יחיד ויחיד לפי מצבו, נאר בעצם מתן תורה איז א קביעות פאר יעדן יחיד כפי מקומו, מצבו, רוחו וזמנו. ואין מגלין אלא לצנועין. והשם הטוב יכפר.
די פסק פונעם ליובאוויטשער אז אויס ספק אין הלכה זאל מען זיך צוריק האלטן צו פארן איבערן פאסיפיק למשך אלע טעג ספירה איז זייער אינטרעסאנט. דאס איז דוכט זיך א גאר יונגע פאנאמענאן אזויווי מאנכע וואס זענען זיך מונע צו עסן געוויסע מאכלים וויבאלד ס'דא אין זיי א ספק ברכה. איך ווינדער מיך אויב ס'איז דא א פרעצעדענט אין די גאנצע היסטאריע פון הלכה וואו מ'זעט אזא זאך, פאר די משנ"ב\ירא שמים יוצא ידי שניהם עפאכע.
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
ווי אויך זאגן עס די נושאי כלים (פרמ"ג?) אויפן שו"ע לגבי עסן רייז שלא בתוך הסעודה
אבער ס'איז אמת אז די לעצטע הינדערט יאר איז עס ארויס פון יעדע פראפארציע און פון א אינדיוועדיאלע חומרא פאר יראי שמים, איז עס געווארן א נחלת הכלל.
געפילטע פישדי פסק פונעם ליובאוויטשער אז אויס ספק אין הלכה זאל מען זיך צוריק האלטן צו פארן איבערן פאסיפיק למשך אלע טעג ספירה איז זייער אינטרעסאנט. דאס איז דוכט זיך א גאר יונגע פאנאמענאן אזויווי מאנכע וואס זענען זיך מונע צו עסן געוויסע מאכלים וויבאלד ס'דא אין זיי א ספק ברכה. איך ווינדער מיך אויב ס'איז דא א פרעצעדענט אין די גאנצע היסטאריע פון הלכה וואו מ'זעט אזא זאך, פאר די משנ"ב\ירא שמים יוצא ידי שניהם עפאכע.
לויט ווי איך האב פארשטאנען איז די סיבה וואס ער הייסט נישט פאהרן נישט בעיקר ווייל מען וויל יוצא זיין די אלע שיטות. די סיבה איז בעיקר ווייל ער האט געזעהן אז די שיטה איז תמיה ביי א סאך מענטשן, ממילא איז בעסער נישט צו טוהן א דבר וואס איז תמיה. אבער ער האלט אז אויב דו האסט שוין יא אריבערגעפארן די קו התאריך, זאלסטו דעמאלס טוהן כשיטתו דהיינו ציילן ספירה לויט דיין פערזענליכע חשבון און האלטן שבועות אויכעט לויט דיין אייגענע חשבון.
ליטוואק פון בודאפעסט
דער פראבלעם מיט'ן פסק פון ליובאוויטשער רבי איז אזוי. דער פסוק זאגט אונז עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמשים יום והקרבתם מנחה חדשה לה'. ט'דארף אונזער וועלט'ס רייזער ברענגען אן אייגענעם קרבן שתי הלחם? איז ער אסור אינ'ם נייען תבואה לקרבנות אויף נאך א טאג? דארף ער אליינס ברענגען אלע מנחות וואס דער כהן ברענגט פונ'ם נייען תבואה?
זעה
דא אין הערה 12ווי ער באציט זיך צו דיין קשיא.
איין מינוט, לאמיר קלאר מאכן.
לויט דעם, ראובן און שמעון האבן געפראוועט פסח אין אוסטראליע, און ביידע זענען געפארן שבועות צום רבי׳ן קיין ארץ-ישראל אדער ניו-יורק.
ראובן איז געפארן איבערן פאסיפיק, שמעון איז געפארן איבערן אטלאנטיק, ביידע טרעפן זיך אין ניו יארק אום שבועות.
וועלן זיי דארפן האלטן אנדערע טעג שבועות?
ביי דע וועי, אזא מעשה איז געווען מיט הרב גורן זצ״ל, און ער האט מצדד געווען ווי דער ליובאוויטשער רבי.
פארוואס?איין מינוט, לאמיר קלאר מאכן.

כנראה אז דו האסט עס גוט פארשטאנען.

און אויב פליט א דריטער ארויף צום אינטערנעשענאל ספעיס סענטער וואס ארביט די וועלט יעדע ניינציג מינוט, אויב פליט ער ממערב למזרח מוז ער האלטן שבועות ווען אויפן כדור העולם איז די צווייטע טאג חול המועד, און אויב פליט ער ממזרח למערב גייט ער צוריקצווועגס, און מוז צינדען חנוכה ליכט שביעי של פסח.
געפילטע פישפארוואס?איין מינוט, לאמיר קלאר מאכן.

1. 😕
2. 😉
3. 🙂
איז דאס multiple choice?
[ציטאט אראפגענומען]
די מציאות איז אז ווען מען פונקט ווי ווען מען פארט קיין ארץ ישראל, כאטש די פלייט דויערט נישט מער ווי צעהן שעה, וועט ער אהנקומען 17 שעה שפעטער ווי עז איז ארויסגעפארן אויף די זייגער. די זעלבע איז ווען איינער פארט קיין יאפאן וכדומה וועט ער בנוסף צו די שעות פון די נסיעה אהנקומען א טאג שפעטער.
לויט ווי איך פארשטיי איז די מציאות נישט אזויווי דו פארשטייסט עס. אפשר קען איינער וואס איז שוין געפארן בעסער ערקלערן.
ראש הישיבהאיינער האט מיר מעורר געווען אז אין א גליון פון ישיבת חב"ד מגדל העמק חלק ז' (לכבוד יום הבהיר י"א ניסן תשמ"ט), האט הרב עזרא שוחט ראש ישיבת חב"ד אין לאס אנג'לעס מפלפל געווען אין דעם נושא. איך האף עס צו טרעפן און עס לינקען דא אהער. אין היברוי באקס איז נישטא דער חלק. אין אוצר החכמה זעה איך אז ער האט עס יא. אויב איינער קען עס אראפלאדענען פון דארט און עס לינקען אהער לזיכוי הרבים, תבא עליו ברכה
פארוואס?בן אדםראש הישיבהער זאגט אז אויב איינער קומט פון אסטראליע אהער און ער האלט שבועות ה' און ו' סיון זאל נישט זאגן ביי קידוש און שמו"ע 'זמן מתן תורתינו'. ווייל בה' סיון איז זיכער נישט ניתנה תורה. דער מגן אברהם זאגט טאקע אז שבועות איז נישט דוקא פארבינדן מיט מתן תורה. נאר וויבאלד אונזער לוח איז נקבע אז שבועות איז ו' און ז' סיון זאגן מיר זמן מתן תורתינו. ולכן וויבאלד דער איד מוז האלטן שבועות ה' סיון, קען ער נישט זאגן זמן מתן תורתינו.
.
דער מקור פון'ם מג"א, איז דאכט זיך א תשובת הריב"ש, (און א חינוך?) אז בזמן הבית, ווען דער מולד האט נאכנישט געהאט קיין קביעות, און ניסן האט געקענט זיין חסר, האט שבועות געקענט געפאלן אויף ה' סיון. און ס'האט טאקע נישט מיט זמן מתן תורה.
דאס אז עס האט געקענט פאלן אין אנדערע טעג, איז אן אפענע גמרא.
(חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז זיי שרייבן אז מ׳זאל נישט זאגן זמן מתן תורתינו).
יא, דער ריב"ש ברענגט טאקע דער גמרא, און ער רעדט אויך פון נישט זאגן זמן מתן תורתינו. אבער ס'דארף צוגעצייכנט ווערן, אז ס'דא אסאך גמ' וואס זאגן אז שבועות האט דייקא יא מיט מתן תורה. און די צל"ח און פסחים ס"ח ע"ב פארענטפערט אז אלע 3 טעג ד"ה ה' ו' ז' ווערן אנגערופן זמן מתן תורתינו. ווייל לויט א מאן דאמר איז נעשה ונשמע געווען אויף ה' און ו' וז' איז דא דער תירוץ פון בכוח און בפועל (שוין כאב שוין נישט קיין כח, גיי זיי מסביר).
יואלישדאס אז מ'ווערט נגרר נאכן מקום מושב דערמאנט מיך אז מיין קליינע שוועסטער האט מחדש געווען אז פונקט ווי א איד פון ישראל האלט נישט יו"ט שני און חו"ל ווייל אזוי איז ער זיך נוהג אינדערהיים, אזוי אויך טראגט זי אן אן עירוב אין ברוקלין ווייל אין איר וואוינארט איז יא דא אן עירוב.
פארדעם טאקע איז כל המלמד את בתה תורה כאילו מלמדה תיפלות
יואלישוהשם הטוב יכפר.
אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו 😳
Re: קו התאריך- בענין ספירת העומר
אנשולדיגט ראש ישיבה, אבער ער דערמאנט דעם קרבן, אבער ער ענטפערט נישט. דער קרבן איז א ציבור'דיגע, נישט אויפ'ן יחיד. דער איסור צו ברענגען מנחות פונ'ם נייעם תבואה איז אויפ'ן יחיד און דער ציבור. יעצט וואס וועט מען טוהן וועגען דער קרבן.
ער פרעגט א קשיא און מ'וועט זיך אפשר דארפען קוועטשען צו פאר'ענטפערען, ווי שטימט דער דרשה פון ספירה לכל אחד ואחד מיט'ן הלכה'דיגע מציאות אז שבועות איז א יו''ט אויפ'ן ציבור, הן מצד דער קרבן אי מצד דער מקרא קודש. ער אליינס דערמאנט א הערה אז ספיה''ע בזה''ז איז דרבנן און שבועות איז א דאורייתא. עכ''פ זיין מקור פונ'ם דרשה איז גאר א קליין חלק פונ'ם סוגיא, און דער פשטות פון שבועות איז נישט ווי איהם. ער פראבירט צו מאכען דער חידוש פארקערט, אבער למעשה איז דאס נישט מעגליך.