☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאטשקערייען איבער פאעזיע

פאטשקערייען איבער פאעזיע

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8692

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:36 pm

· #267797
פאטשקערייען איבער פאעזיע
איך האב וואס צו זאגן, אבער ווייס נישט וואס. עפעס פילט מיין איך, אבער דאס הארץ קען עס נישט באנעמען. בעצם, וויל דער מוח זיך דערמיט בכלל נישט אפגעבן.

ס'איז א געדאנק, אבער נישט מער. א סימן פון עפעס תוכן איז דא, אבער צו לופטיג, ווייניג, שיטער.

איינער רעדט, אבער דאס מויל איז נישט צום געפינען. איך וויל אים פרעגן, אבער ער ווייזט, אן פינגערס, אויף אן אויער וואס וויל נישט באשאפן ווערן.

א ניצוץ-רעיון וויל געבוירן ווערן, ארויסרייסן זיך צו יענעם מציאות וואו באשאף פאדערט כלים; קען זי, די מחשבה, נישט פועל'ן זיך צוצושטעלן צום צמצום.

א געדאנק – אינגאנצן רונדיג, כל-כולו קרייז, וועט אין פירקאנטיגע ווערטער זיך נישט אריינזעצן. אזוי האט גע'פסק'נט יענץ געזעץ, וואס אדם הראשון האט אין גן-עדן איבערגעלאזט. (יש אומרים בטעות.)

וואס – פרעגט ער, און דווקא אן ארויסלאזן קיין פיפס – ווילסטו פון מיר האבן: איך וויל דען נישט דערזאגן? עס פעלט מיר דאך – איז ער ממשיך מיט'ן זעלבן ניגון – דאס מאטעריאל וואס מאכט פון אותיות ווערטער.

און ער איז נעבעך גערעכט. וואס זאל טאן עמיצער, וואס איז אנטלאפן א רגע פאר "ויהי אור"?

בלייבט ער זיך פלאנטערן אין יענער נישט-דעפינירטער גרעניץ, וואס טיילט אפ ערב-כאאס פון פּאסט-סדר.

סיסטעמאטישקייט, איינהייטליכקייט, ארדענונג. מאדנע ווערטער; כ'פארשטיי נישט ווי זיי קומען דא אריין, טראכט ער צו זיך מיט א קאפ בּלי מוח.

אינגאנצן צען זאכן זענען געבליבן מיט אים אין יענעם ערשטן בין השמשות. בלעמ'ס אייזל און דער ערשטער צוואנג ווייסן אבער נישט קיין סך מער. אויך זיי זענען געבליבן מיט די בליקן געוואנדן צום צפון, און אויף אייביגע צייטן וועלן זיי בלייבן ווארטן אויפ'ן חידוש.

א סך איז געשען זינט דעמאלט, ווען צייט האט זיך אליין נאכנישט געקענט. (חלל האט דעמאלט געבלאנזשעט א מרחק רב אוועק.) "נעשה אדם" איז פון די קלייניגקייטן. אויך דיבור האט דעמאלט דערזאגט דאס ערשטע ווארט, אגב.

אבער דאס אלעס איז פון צמצום און ווייטער. דער פונק וואס האט זיך פאר'עקשנ'ט אנגעקלעבט אויף א שארבן וועט אויף אייביג רצוא-ושוב'ן פון כתר עליון ביז שבירת הכלים.

כך עלה במחשבה...

פארשטייט איר, מורה נבוכים איז פאר בלאנזשנדע; דער כוזרי רעדט שוין תכלית. איך האלט אבער נאך פאר מחשבה. איך שפעקוליר וועגן טראכטן. דיבורים? קאנקרעטע זאכן? א נעכטיגער טאג!

שעיקספיער, זיין נשמה, האט אמאל דא איבערגעלאזט אן אסתפקתא: צו טראכטן אדער נישט צו טראכטן? אינדערצווישן האט ער זיך אנגעטאן א גוף און אנטלאפן...

געבליבן בין איך אליין – הגם איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.

אין אין-סוף, פארשטייט איר מיך, איז נישט פאראן קיין היפוכו קעגן וועלכן דער דבר זאל זיך לאזן דערקלערן. קיין הינטערשלאג, אויף וועלכן צו אילוסטרירן, איז נישט בנמצא. בלייבן די געדאנקען ביי כתר אין דער קעשענע.

און איך? איך שטיי און גאף אויף זיך אליין: איך יתקיימו שניהם?

נאר הערט א מעשה. דער אויבערשטער האט זיך מרחם געווען און אריינגעשטעלט א שפאלט אין דער בריאה. גערופן האט ער די שפארע "יצירה". דארט, האט כביכול צוגעוויזן די צוקוקערס, קענט איר דערציילן פאר די ווייניג וואס זענען גרייט צו הערן. אדרבא, האט א בת קול איבערגענומען דאס ווארט: רעדט אן מיילער, פלוידערט אן קול, דערציילט אן דיבורים, און שטעלט אריין דעם טייטש אינעם חלל פון די אותיות.

*

אזוי ארום, טייערע אידן, איז אויף דער וועלט אראפגעקומען די פאעזיע. זי איז א צינור פון דאהי ביז עולם היצירה. עס באניצן זיך מיט איר נפשות, וואס קענען נישט דערזאגן וואס דאס הארץ וויל במילא נישט דערציילן. איז, לייענט, אבער למען השם, פארשטייט אז דאס געלייענטע וויל נישט פארשטאנען ווערן.

דאס אלעס.

מפוזרי » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:53 pm

· #267811
איך בין ווערטערלאז!!! 👍 👍

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:30 pm

· #267830
וואס ווילן זיך נישט פארשטיין

שלום בערגער » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:40 pm

· #268030
ערשט קלאסיק
א דאנק.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 21, 2015 10:09 am

· #268129
[ציטאט אראפגענומען]


ביזט דאך ממש מסביר וואס ער זאגט, קריעטיוועטי האט נישט מיט דאס ווארט. דאס ווארט איז א צמצומ'דיגע לבוש.

מאטי » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:00 pm

· #268203
פשוט-קאמפליצירט
דאס אלעס.
👍

מאטי » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:25 pm

· #268210
איך בין מסופק צו ראובן האט אויסגעפיגערט ווי אזוי מגיב צו זיין א ליידיגע תגובה, אדער מכוון געווען צו דעם ריכטיגן קאליר פון די בעקגראונד. נאנדהעלעס לויט ווי מיר קענען אים איז דא זעראו טשאנסן אז ער וועט ארויס געבן דעם סוד.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג אפריל 21, 2015 4:54 pm

· #268281
זייער אריגינעל און קלאר ארויסגעברענגט, @אנאנים 😃

נופת צופים » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:20 pm

· #268308
Re: פאטשקערייען איבער פאעזיע
מאטי
איך בין מסופק צו ראובן האט אויסגעפיגערט ווי אזוי מגיב צו זיין א ליידיגע תגובה, אדער מכוון געווען צו דעם ריכטיגן קאליר פון די בעקגראונד. נאנדהעלעס לויט ווי מיר קענען אים איז דא זעראו טשאנסן אז ער וועט ארויס געבן דעם סוד.

ער האט כאטש פארדינט א לייקל פון דיר.