☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די קאפ-קעיק לעדי

די קאפ-קעיק לעדי

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8691

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:29 pm

· #267794
די קאפ-קעיק לעדי
ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן

בן תמליון » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:40 pm

· #267803
א געוואלדיג רעיון. וואלט געווען גאר א שיינע זאך צו ארגאניזירן א מנין ביים קבר פון קאפ-קעיק לעידי. מיר קינדער אין די מ' יארן פלעגן איר כסדר טשעפען ביים ווארטן אויפן באס. מען פלעגט שמועסן אז זי האט געהאט א קינד וואס מען האט צוגענומען פון איהר און דאס האט איר בארירט. קינדער פלעגן אפילו זאגן אז פון אירע בורטשען כסדר הערט זיך שרייען 'גיב מיר מיין קינד'.

נאכן זיך אפליידן אזויפיל איז קיין ספק אז מען קען דארט געהאלפן ווערן בדבר ישועה ורחמים. מסתמא געווען א הויכע נשמה.

אפשר א באס קען מען צושטעלן. א נסיעה צום קאפקעיק לעידי וועט בלי ספק אנרירן סטרונעס פון רוב וויליאמסבורגע איינוואינער.

הבא ללמד » מאנטאג אפריל 20, 2015 2:44 pm

· #267808
דערמאנסט מיר ווי איך פלעג ציטערען אריבער ציגיין דע געשעפט פין ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אויף ליע עוועניא (איך געדענק שוין נישט דע נאמען) אז דע קאפ קעיק לעדי זאל מיר נישט אנשרייען

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:13 pm

· #267817
מ'רעדט דא פון די פרוי וואס פלעגט גיין די אלע קייטלעך?

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:14 pm

· #267818
הבא ללמד
דערמאנסט מיר ווי איך פלעג ציטערען אריבער ציגיין דע געשעפט פין ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אויף ליע עוועניא (איך געדענק שוין נישט דע נאמען) אז דע קאפ קעיק לעדי זאל מיר נישט אנשרייען

mochan paint

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:26 pm

· #267825
יונה לאנדא אלערט

Big Boy » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:30 pm

· #267829
ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.

נופת צופים » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:33 pm

· #267834
Re: זכרונות פון וויליאמסבורג
Big Boy
ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.

ער וויל מסתם מאכן אן אשכול אויף זכרונות פון וויליאמסבורג, און ער הייבט אן מיט דעם.

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 20, 2015 4:38 pm

· #267854
איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.

גנדי » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:27 pm

· #267863
איך מעג מאכן א ווערטל?

קען איך נאך קויפן די זכות פון ח"י רוטל קאפ קעיקס וואס מען וועט טיילען?

וואס איז די נייע סטייל אז יעדער חולי נפש וואס האט ליידער געליטען יסורי הנפש אויף דער וועלט ווערט א פועל ישועות?

דארף איך ווערן משוגע כדי מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן?

בן תמליון » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:32 pm

· #267866
ונבנתה העיר
איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.


עפעס מער פרטים אפשר? אויך א נשמה גבוה?

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:54 pm

· #267873
בן תמליון
אויך א נשמה גבוה?

יא, אויפגעוואקסן אין ישיבת חתן סופר.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אפריל 21, 2015 9:32 am

· #268120
Big Boy
ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.



בעסער?

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אפריל 21, 2015 9:38 am

· #268121
גנדי
איך מעג מאכן א ווערטל?

קען איך נאך קויפן די זכות פון ח"י רוטל קאפ קעיקס וואס מען וועט טיילען?

וואס איז די נייע סטייל אז יעדער חולי נפש וואס האט ליידער געליטען יסורי הנפש אויף דער וועלט ווערט א פועל ישועות?

דארף איך ווערן משוגע כדי מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן?


אז די תפילות זאלען העלפען דארף מען נישט זיין משוגע. אבער זי איז אויך געוועהן א ציבראכענע (גערודפטע) נשמה. און דאס העלפט יא.

(לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה (תהילים נ"א)

שיקען א מנין אידן איהר איבערבעטען מעג מען זיכער.

ירח בן יומו » דינסטאג אפריל 21, 2015 11:39 am

· #268147
קופת העיר גייט שיקן 10 בעל עגלות אויף ל"ג בעומר צו די קבר פון די מרת הרבנית הגאונית בעל הקאפקעיק לעדי ע"ה, און צו די קבר פון די צדיק נסתר ר' מענדל (המכונה...).
יודן כאפט אריין! כי קרובי ישעתי לבא!

Big Boy » דינסטאג אפריל 21, 2015 11:50 am

· #268151
ציבעלע-קיגל
Big Boy
ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.



בעסער?



😃

קינד_אן_קייט » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:13 pm

· #268170
ציבעלע-קיגל
איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

נאך א עקספערימענט?

#עקספערימענט אלערט
@אנאנים

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:22 pm

· #268172
ס'ליגט מיר אין זיכרון אז ס'דא עפעס אן אשכול וועגן איר.

הוגה » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:40 pm

· #268216
ונבנתה העיר
איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.


און אין מאנסי אויך. (אויך אין באלטימאר, לויט ווי ער פארציילט.) איך רוף אים צו מיר פון צייט צו צייט פאר שבת, א נאכטמאל וכדומה. הערשט דעם זונטאג האב איך אים צוגעפירט צוזאמען מיט זיינע אלע בעגס צו יצחק תהלים וואו ער שטייט כסדר איין. נישט קיין נשמה גבוה נאר א צוקלאפטע נשמה וואס האט קיין גוטע טאג נישט געהאט.

אגב, ער רעדט אלץ פון זיין טאטע וואס איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען א קינד, אבער ער דערמאנט קיינמאל נישט זיין מאמע.

איך אויך » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:15 pm

· #271847
כ'מיין אז ר' יצחק תהלים פארדינט זיך אויך א באשרייבונג.

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 3, 2015 12:59 am

· #271882
איינער געדענקט די דינעווער רבי פון בארא פארק? אויך געווען א ל"ו צדיק?

כפתור » זונטאג מאי 3, 2015 2:16 am

· #271907
בן תמליון
ונבנתה העיר
איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.


עפעס מער פרטים אפשר? אויך א נשמה גבוה?


מ'קען אים זען שטענדיג און מונסי, שטייט איין ביי יצחק תילים (סארי, קען נישט די ריכטיגע ספעלינג) טאקע אויך א נשמה גבוה.